זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער. געזשאַלעוועט האָט ער קיינעם ניט. אַפֿילו די פֿאַרטשאַכנעטע גרעז­לעך, וואָס האָבן קוים זיך דורכגעשלאָגן צווישן די שטיינער. אויך זיי האָט ער נאָך נידעריקער צוגעפּלעטשט צו דער ערד. קיי­נעם ניט, דאַכט זיך, נאָר די נאַקעטע ביימער־קרוינען האָט ער פֿאַרקוטעט אין גרויסע, ווײַסע לבֿנה־היטלען.

מע האָט געציטערט, אָבער דווקא ניט דער פֿראָסט און דער הימל זײַנען געווען די שולדיקע. ניט זיי האָבן צוגעלייגט אַ האַנט דערצו. צו אַזוינע וועטערס איז מען אין רוסלאַנד געוווינט געווען פֿון געבוירן אָן און ביז סוף לעבן. צוליב דעם האָבן נאָך אונדזערע אורעלטערן זיך באַזאָרגט מיט פּעלצן, וואָליקעס, פּערענעס און נאָך האָט פֿון די קוימענס פֿון קאַיאָר ביז שפּעט געשפּאַרט אַ רויך, און פֿון די הרובעס אַ היץ, אָבער די רייד גייט ניט וועגן דעם, וואָס איז שוין לאַנג, לאַנג פֿאַרבײַ, נאָר וועגן גאָרניט לאַנג פֿאַרשוווּנדענע גורלדיקע יאָרן.

אַ צײַט איז דאַן געווען טאַקע פֿון זייער גרויסע און גרינטלעכע ענדערונגען. נו, ממש אַ מין שפּרונג פֿון איין וועלט אין אַן אַנדערער. דאָס לעבן האָט זיך גענומען ענדערן ביז צום ניט דערקענען, כּמעט אַלץ אויף ס'נײַ. קיין בײַשפּילן דאַרף מען לאַנג ניט זוכן, ווײַל ס'איז נאָך פֿריש אין זכּרון. אויב אַזוי, איז אויס מיטן פֿאַרשאָלטענעם נעכטן. עס וועלן הערשן פֿרײַדענקערײַ, דעמאָקראַטיע און נאָך גוטע זאַכן; ס'איז ווי אַרײַנהויכן אַ נײַע נשמה. איז ווי קען אַזאַ טרוים־לאַנד ניט געפֿעלן?

אַ קלייניקייט: אַ דעפּוטאַטן־מאַנדאַט אין העכסטן מלוכישן אָרגאַן, אין אויבער־סאָוועט פֿון דעמאָלטיקן גרויסן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט באַקומען דער וועלט־באַרימטער גע­לערנ­טער און העראָיִשער קעמפֿער פֿאַר מענטשן־רעכט, דער אַקאַדעמיקער אַנדריי סאַכאַראָוו. אים, דעם בעסטן, קען מען זאָגן, פֿון די בעסטע, האָט דאָס פֿאָלק אַרויס­געשלעפּט פֿון פֿאַרשיקונג און אויף אַן אמתן אופֿן אויסגעקליבן אויפֿן צוזאַמענפֿאָר אין קרעמל. צווישן די אויסדערוויילטע איז אויך געווען דער באַוווּסטער דיכטער, מחבר פֿון דער דערשיטערנדיקער פּאָעמע "באַבי יאַר", יעווגעני יעווטושענקאָ.

די ייִדן האָבן שטאָלצירט, וואָס אַ דע­פּוטאַט פֿון אויבער־סאָוועט, איז געווען אויך דער טיף־פֿאַרוואָרצלטער אין ייִדיש­קייט, דער אייגנאַרטיקער רוסיש־ייִדישער שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש, איינער פֿון די געציילטע אויסנאַמען, וואָס האָט גע­וואַגט אין די יאָרן פֿון פֿאַרביסענער צענ­זור ניט פֿאַרשווײַגן דעם לעבנס־אמת. זײַן טרילאָגיע "ליכט אויפֿן ווינט", וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ברייטע פּאַנאָראַמע פֿון ייִדישע דורות; זײַנע ראָמאַנען "טרערן און תּפֿילות פֿון נאַראָנים" און "פֿאַר קנעכט איז ניטאָ קיין אָרט אין גן־עדן" — זײַנען געווען ניט צו קריגן. געלייענט האָט מען זיי ניט נאָר אין רוסיש, נאָר אויך אין אַנ­דערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אויך די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט האָט דאָס מאָל אויס­גע­וויילט אַ ווירדיקן דעפּוטאַט, לעאָניד שקאָלניק — אַ קרעפֿטיקער זשורנאַליסט מיט אַן אַנאַ­ליטישן חוש. געווען איז ער דאַן דער רעדאַקטאָר פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן".

אָבער, ווי עס טרעפֿט אין לעבן, האָט דאָס גוטע מיטגעשלעפּט נאָך זיך דאָס שלעכטע. דער ייִאוש און די האָפֿענונג האָבן זיך איבער­געפֿלאָכטן אין איין פֿאַרפֿלאָכטענעם קנויל. יעדער איינער האָט פֿאַרמאָגט זײַן קאָנטע און זײַן חשבון. עמעצנס, אָדער אַלעמענס גוטס, האָט פּלוצעם געקענט ווערן נאָר "מײַנס". מײַנס, און מער קיינעמס ניט. אָן אַ פֿאַר וואָס און אָן אַ פֿאַר ווען, ווי מיט דער הילף פֿון אַ כּישוף־שטעקעלע, האָט מען פֿאַר געציילטע עטלעכע טעג געקענט ווי קורח רײַך ווערן.

זײַנען דען אַלע פֿון די פֿריש־געבאַקענע גבֿירים (אין פֿאָלק האָט מען זיי אַ נאָמען געגעבן "נײַע רוסישע") באַשענקט געווען מיט דער ברכה פֿון ביזנעס־טאַלאַנט? ס'הייבט זיך ניט אָן. נאָר די המצאה, אַז "יאָ" ווערט אויף גיך "ניין" און פֿאַרקערט, האָבן זיי אַזוי גוט באַהערשט, אַז לעבן אַנדערש האָבן זיי שוין ניט געקענט. ווער ס׳האָט גע­פּרוּווט זיך קעגנשטעלן די נײַע געזעצן, פֿלעגט מען באַלד אָפּראַמען פֿון וועג.

דאָס וואָס ס׳קומט אָן מער ווי גרינג, זשאַלעוועט מען ניט. די "נײַע רוסישע" האָבן מיט הנאה געהוליעט זיבן טעג אין וואָך. דערפֿאַר האָבן זייערע געשעפֿטן גע­פֿירט מיט גרויס בריהשקייט דערפֿאַרענע, פֿאַרשטענדיקע, וואָס האָבן שטענדיק גע­וווּסט וווּ אײַן און וווּ אויס. צו די ערשט דעראָבערטע רײַכקייטן האָבן זיך געצויגן און צוגעקלעפּט נײַע, נאָך גרעסערע אוצרות. איז ניט צום חידושן זיך, ווען אַ פֿריש־געבאַקענער מיליאָנער האָט זיך דערפֿילט, ווי נאַפּאָלעאָן אין זײַנע בעסטע יאָרן.

אין דער זעלבער צײַט, ווען די אַלמעכ­טיקע כּנופֿיא פֿלעגט זיך פֿאַרכלינען פֿון וווילטיק, זײַנען די אָרעמע, נאָך מער אָרעמער געוואָרן. דער דחקות איז געווען אַזוי גרויס, אַז אין אַלע ווינקעלעך האָט געפֿײַפֿט דער דלות. צואַרבעטן, צופֿאַרדינען איז ניט געווען וווּ.

פֿאַרשטויסענע, פֿאַרביטערטע האָט מען געקענט שעהענווײַז אָפּשטיין נאָך אַ לעבל ברויט, אַ פֿלאַש מילך, אַ שטיקל וווּרשט און גיכער פֿאַר אַלץ אַוועקגיין מיט גאָרנישט. דערפֿאַר האָט זיך פֿאַרקויפֿט בראָנפֿן אויף יעדן טריט און שריט.

מיט איין וואָרט: אָך און וויי!

פֿון דער ווײַטער קינדהייט ווייס איך, אַז קוים איז עפּעס נישט גלאַטיק אין לאַנד, און די רציחה ברענט, דאַרף זיך אויסזוכן אַ שׂונא, וואָס מע קאָן אויף אים אַרויפֿוואַרפֿן די שולד פֿאַר אַלע זינד און צרות. לעבעדיקע "עדות", אָפֿט גוט באַצאָלטע, וואָס זאָלן אויף דער הייסער מינוט קענען זאַכלעך און פֿאַרשטענדלעך געבן צו פֿאַרשטיין, ווער דער שׂונא איז, אויף וועמען מען זאָל קענען אַרויפֿוואַרפֿן די שולד פֿאַר אַלע אומגליקן, וועלן זיך שטענדיק אויסזוכן. אויף נידערטרעכטיקע פּאַרשוינען איז קיין מאָל קיין קריזיס ניט געווען. זיי געפֿעלט די וועלט פֿון שׂינאה.

טאָפּ־טאָפּ, סקריפּ־סקריפּ

אין אַן אָפּרו־טאָג איז עס געווען, נאָר אויף לעבנס־פֿאַרגעניגנס האָט מען זיך אַפֿילו ריכטן ניט געקענט. ס'איז נאָך אַזוי פֿרי־פֿאַרטאָגיק, אַז עס האַלט נאָך ניט בײַם שאַריִען; אָבער דער וועקזייגער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט צעטומלט און וויל ניט אַנט­שוויגן ווערן. גיי, קריג זיך מיט אים, אויב עס איז זײַן רעכט, ווײַל דו אַליין האָסט אים אָנגעדרייט און ווי באַפֿוילן: פֿון דער און דער מינוט זאָלסט מיר ניט לאָזן צו רו. האָט ער ניט געלאָזט און צעריסן די נאַכט און פֿאַר איינס דעם חלום מיט זײַנע זיסע מעשׂיות...

אין לאַנד איז אַ מאַנגל אין פּראָדוקטן. פֿון הונגער שטאַרבט מען, חלילה, ניט, נאָר ניט נאָר דער פֿרישטיק און די וועטשערע, נאָר אויך דער מיטאָג איז אַ געמיינער. שטאַרק אַ מאָגערער, נאָר וואָס האָט עס פֿאַר אַ ווערט, אויב כ'האָב אַליין געזען, ווי אַלטע לײַט, וואָס זײַנען שוין כּמעט אויף יענער זײַט לעבן, גריבלען זיך אין די מיסט­קאַסטנס, זוכנדיק אָפּפֿאַל־פּראָדוקטן. זיי טוען עס שעמעוודיק, ווען אין די שכנותדיקע שטיבער זײַנען נאָך די פֿענצטער בלינד, אָן שײַן. איז ווער עס האָט נאָך כּוח שטייט אין אַ לאַנגער ריי, וואָס דערווײַל רירט זי זיך פֿון אָרט ניט. דאָ קען מען זיך דערוויסן אַ פּאַק מיט נײַעסן. ס'איז דאָ פֿון וואָס זיך נעמען צום האַרצן און מע בעבעט אויך הוילע נאַרישקייטן.

אָנגעטאָן איז מען וואַרעם, פֿאַרשפּיליעט אויף אַלע קנעפּלעך, די לעפּלעך פֿון פֿוטער־היטל אַראָפּגעלאָזט, נאָר די קעלט איז ניט צום איבערכיטרעווען. פֿאַרשטאָפּט מען די הענט, וואָס טיפֿער אין די קעשענעס, אַניט קענען אַנטשטיין זאַשפּעריווקעס אין די פֿינגער, און מיט די פֿאַרפֿרוירענע פֿיס טופּעט מען אַזוי שטאַרק, אַז דער שניי, וואָס בלענדט די אויגן, באַווײַזט אַ קונץ און אָן ציין קריצט ער מיט אַ פֿאַרהילכנדיקן, שאַרפֿן סקריפּ.

"טאָפּ־טאָפּ" — הילכן מענטשישע טריט און אין דער זעלבער רגע דערהערט זיך אַ כראָמטשען פֿון שניי, "טאָפּ־טאָפּ": און דער ענטפֿער: "סקריפּ־סקריפּ".

וויפֿל ווינטערס זײַנען פֿון דעמאָלט פֿאַר­בײַ אָבער איך געדענק נאָך אַלץ יענעם "טאָפּ־טאָפּ" און יענעם "סקריפּ־סקריפּ".

די מערהייט, וואָס שטייען אין ריי, זײַ­נען פּענסיאָנערן. אויף זיי ליגט דער עול פֿון קריגן שפּײַז. בײַ יעדערן אויף דער דלאָניע איז מיט אַ כעמישן בלײַער (צו ערשט קומט אויס דעם גריפֿל מיט אַ שפּײַ באַנעצן) אָנגעוויזן זײַן נומער. בײַ דעם וואָס איז ביז אַכט גאַנץ פֿרי געקומען דער לעצטער, איז דער נומער נײַנציק זעקס. שוין לאַנג ניט קיין סאָלדאַט, נאָר לויט דער צאָל — כּמעט אַ ראָטע. אַפֿילו אַ פֿאָרזינגער האָט זיך אויס­געזוכט. מעגלעך, ער איז ערשט פֿונעם אויס­ניכטער־פּונקט, וווּ די פּאָליציי ברענגט אויף בײַ נאַכט די פֿאַרבלאָנדזשעטע שיכּורים, זיי זאָלן נישט פֿאַרפֿרוירן ווערן.

זיך דערוואַרט: די דעמבענע טיר פֿון קראָם האָט זיך ברייט צעעפֿנט און די מומע פּאַשע, די אויפֿראַמערין, וואָס אַרבעט דאָ זייער לאַנג, שרײַט אויס: "דרײַסיק!" אַליין טרעט זי אָפּ אין אַ זײַט. שטיין אויפֿן וועג איז איצט געפֿערלעך. אַ פֿרוי, צו וועמען די ריי איז נאָך ניט דערגאַנגען, בעט מען זאָל זי אַרײַנלאָזן זיך אָנוואַרעמען. איך האָב נאָך פֿריִער באַמערקט, אַז דער ווייטיק שרײַט אַרויס פֿון אירע אויגן. דער זעקס און נײַנציקסטער נומער איז איר פֿאַרלאָפֿן דעם וועג און צעשפּרייט זײַנע הענט: אַזאַ אומאָרדענונג וועט ער ניט דערלאָזן.

מע מעג מיינען, אַז ווען דאָ זאָל שטיין אַ גענעראַל, אָדער אַפֿילו דער פּרעזידענט פֿון לאַנד גופֿא, וואָלט ער ניט פֿאַרמאָגט אַזאַ אומבאַגרענעצטע מאַכט, ווי מומע פּאַשע האָט. דאַנק דיר גאָט, זי האַנדלט יושרדיק. די גערעכטיקייט האָט געזיגט און די קראַנקע פֿרוי איז שוין אינעווייניק.

"ניט זיי אַקערן, ניט זיי זייען!"

אין קראָם דאַרף מען ווידער פֿאַרנעמען אַ ריי און ניט איין מאָל: באַזונדער נאָך ברויט, מילך, וווּרשט, גרויפּן. ס'איז נאָך לײַטיש, וואָס שוועבעלעך, זייף און זאַלץ קען מען קריגן בײַ איין פֿאַרקויפֿערין, נאָר גראָד די סחורה האָבן די מערהייט שוין פֿאַרגרייט אויף חדשים לאַנג. מאַלע וואָס עס קען זיך נאָך טרעפֿן. מען איז אָנגעלערנט.

בײַ דער סטויקע מיט ברויט האָט מען פֿאַרפֿירט אַ קריג אויף ניט אײַנצושטילן. מענטשן וואָס לאָזן זיך דערקענען, אַז זיי זײַנען ניט קיין היגע, פֿאַרלאָזן ניט די קראָם. זייערע נעצקוישן זײַנען אָנגעשטאָפּט מיט ביליקע לעבלעך ברויט. אין די צײַטונגען שרײַבט מען, אַז אין דער פּראָווינץ האָדע­וועט מען מיט ברויט די הינער, חזירים און אין אייניקע דערפֿער אַפֿילו די שאָף און רינדער.

די "פֿרעמדע" לייקענען עס ניט. אַן אַנדער ברירה האָט מען, אויב גראָבפֿיטער איז ניט צום קריגן. אָדער ס'איז טײַער, מיט גאָלד גלײַך. שייך צו זאָגן: דעפֿיציט! — אַ פֿעפֿער­דיק וואָרט, וואָס אין יענעם לאַנד האָט מען עס פֿאַרגעדענקט פֿון קינדווײַז אָן.

אויף אַ קורצער צײַט איז אויס מיט די רײַסערײַען. יעדער איז פֿאַרנומען נאָר מיט זיך אַליין און מיט אַ מאָל ווידער אַ געשריי אויף קול־קולות, ווי ס'וואָלט שוין געהאַלטן בײַ מעסערשטעכן. דער שרײַער פֿאָדערט ניט פֿאַרקויפֿן קיין וווּרשט די פּאַראַזיטן, וואָס ניט זיי אַקערן, ניט זיי זייען און האַלטן אונדז אין איין באַראַבעווען. מאָסקווע, זעצט ער פֿאָר פּילדערן, איז מיט זיי פֿאַרפֿלייצט. איז לאָמיר זיי, די ברוינהויטיקע (ער האָט זיך באַנוצט מיט אַ וואָרט, וואָס מיט דער פּען לאָזט זיך עס ניט צו פֿאַרשרײַבן), געקומען פֿון קאַווקאַז און מיטל־אַזיע, גוט אָנלערנען און דערנאָך פֿאַרטרײַבן וואָס ווײַטער.

צי דען וועט אים קיינער ניט פֿונעם עולם אָפּענטפֿערן, ניט פֿאַרדאַמען? דאָס רובֿ זײַנען געשטאַנען ווי גאָרניט ניט געהערט און נאָר איינער, בלויז איינער, אויף זיכער אַ סלאַוו, האָט ווי אַ שפּײַ געטאָן און סײַ מיט כּעס, סײַ מיט עקל אַרויסגעבראַכט: "פֿאַרמאַך דעם פּיסק, פּאַדלע, פֿאַרשטאָפּ, זאָג איך דיר!"

דאַן, ווען דער גאַנצער שור־בור האָט זיך אָנגעהויבן, בין איך געווען זיכער, אַז באַלד וועט דער ניבֿזהדיק אָנווײַזן מיטן פֿינגער אויף מיר, אויף נאָך אַ ייִדן, וואָס שטייט מיט געבויגענע פּלייצעס און האָט מיט די הענט זיך פֿאַרשטעלט פֿון די רייד. ווי דען אַנדערש? דאָס וואָס דער נידערטרעכטיקער האָט אומגעריכט פֿאַר מיר אַזוי אַ קערעווע געטאָן זײַן ים מיט שׂינאה האָט מיך ניט געקענט אײַנשטילן.

ווער ס'האָט וועמען דערלאַנגט דעם ערשטן קלאַפּ, איז שוין דערנאָך געווען ניט צום פֿעסטשטעלן. ס'האָבן זיך געשאַפֿן צוויי לאַגערן, אָבער אין דעם פּאָליציי־באַצירק האָט מען אָפּגעפֿירט ניט דעם כוליגאַן מיט זײַנע אָנהענגער, נאָר דווקא אונדז אין דרײַ: דער ברוינהויטיקער אַזערבײַדזשאַנער, וואָס האָט פֿאַרענדיקט דעם צווייטן מאָסקווער מעדיצינישן אינסטיטוט און העכער צוואַנציק יאָר געאַרבעט ווי אַ קינדער־דאָקטער; דער רוס, וואָס האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר אים, אַ טעכניקער אויף דער בויונג, און ווי אייניקע זאָגן אין אַזאַ פֿאַל: "איך, אײַער אונטערטעניקער דינער".

צוליב גערעכטיקייט פֿאָדערט זיך אונ­טערשטרײַכן, אַז די נײַע רעגירונג איז גיכער פֿאַר אַלץ ניט געווען אַנטיסעמיטיש געשטימט, נאָר זי האָט פֿאַרמאָגט אירע, ווײַט ניט גרינגע פּאָליטישע חשבונות און זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, כּלא־ידע און גיי רוף מיך קנאַקניסל.

אין אַ העלן פֿרימאָרגן

סוף דעצעמבער 1991. אַ געוויינלעכער שטילער און העלער פֿרימאָרגן. ס'איז קאַלט, נאָר ניט אַזוי שטאַרק, אַז דער פֿראָסט זאָל זיך קענען דערלויבן קווייטלען די פֿענצטער. פֿון דער זון איז אַלץ אַזוי באַהעלט, אַז אויב פֿאַרזשמורען די אויגן, קען זיך דיר אויסווײַזן אַז דו זעסט אַ רעגן־בויגן מיט אַלע זײַנע פֿאַרבן, און מיט אַ רײַכער פֿאַנ­טאַזיע — אַפֿילו ווײַנשלצוויט, אָדער ברי­ליאַנטן־גלאַנץ. צוליב דעם פֿאָדערט זיך איין קלייניקייט — אויפֿן האַרצן דאַרף זײַן גוט און דער מאָרגן זאָל ניט שרעקן. און ניט נאָר דער מאָרגן. מיר זאָרגן דאָך פֿאַר אונדזערע קינדער, קינדס־קינדער, מער ווי פֿאַר זיך אַליין. אַזוי פֿירט זיך און אַזוי וועט אייביק זײַן. זאָלן זיי ניט דאַרפֿן אַפֿילו אויסטײַטשן די נעכטיקע ביטערע טעג.

וואָס איז דאָ צו ריידן. מיר זײַנען דאָך ניט קיין שמעטערלינגען וואָס אויף דער וועלט באַווײַזן זיי זיך אין אַ זומער־פֿרימאָרגן אין צאַרטן פּורפּור פֿון קאַיאָר, און שטאַרבן אין דעם זעלבן טאָג, ווי נאָר די זון פֿאַרשווינדט. צו קיין שקיעה־געזאַנג דערציִען זיי ניט. פֿאַר זיי איז דער איינציקער טאָג אַ גאַנצע אייביקייט. און בײַ אונדז איז אַפֿילו הונדערט יאָר ווײַט ניט קיין אייביקייט. נאָר זאָל זײַן גענוג חקרענען, אַניט קען איך נאָך אָנשרײַבן אַ היפּש ביסל נאַרישקייטן. צום פֿריִערדיקן קערן מיר זיך אום. איז הערט ווײַטער:

אויך דער ראַדיאָ האָט הײַנט צו וויסן געגעבן מער גוטע נײַעס. איז צו ערשט, וועגן די שלעכטע: אַן אָרדנטלעכער וואַנדאַל־אַקט, דורכגעפֿירט אויפֿן מאָסקווער ייִדישן בית־עולם וואָסטריקאָוואָ. צענדליקער מצבֿה־שטיי­נער זײַנען אומגעוואַלגערט, אָדער גאָר צעבראָכן אויף שטיק־שטיקלעך. אויף אייני­קע — פֿעטע האַקנקרייצן. אַזוינע מיט­טיי­לונ­גען זײַנען שוין פֿון לאַנג ניט קיין נאָווינע. נאָר צום ערשטן מאָל ווערן אָנגע­רופֿן די פֿולע נעמען פֿון צוויי וואַנדאַלן. ביידע אײַנ­וווינער פֿון דער שטאָט שאַכטי, ראָס­טאָ­ווער געגנט, ביידע מיט הויכער בילדונג.

אין דער שטאָט שאַכטי וווינט מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד סעראַפֿים אַלעקסייעוו. באַקאַנט האָט מיך מיט אים אַלכּסנדר פּעטשערסקי, דער אָנפֿירער פֿונעם זיגרײַכן אויפֿשטאַנד אין נאַציסטישן טויטלאַגער סאָביבאָר. אין די מלחמה־יאָרן איז אַלעקסייעוו געווען אַ קאָמאַנדיר פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן פּאַרטיזאַנער אָטריאַד. מיר האָט ער באַוויזן בריוו וואָס ער באַקומט פֿון ישׂראל. דאָס זײַנען ייִדן פֿון פּוילן, וועמען ער האָט געראַטעוועט פֿון זיכערן טויט. זיי פֿאַרגעטערן אים. סעראַפֿים איז דער דירעקטאָר פֿון דער שטאָטישער מיטלשול. איך בין געווען בײַ אים צו גאַסט און זיך איבערגעצײַגט, סאַראַ פּרעכטיקער לערער און דערציִער ער איז און די אויסוואָרפֿן זײַנען געוויס זײַנע געוועזענע תּלמידים...

איך ווייס ניט ווי בײַ אַנדערע פֿעלקער, נאָר בײַ אונדז, ייִדן, איז פֿון דור־דורות אײַנגעפֿירט, אַז דאָס אָרט, וווּ מען באַהאַלט די טויטע, איז אַ הייליק אָרט און דאָ — אַ הריגה־נאַכט.

און איצט וועגן אויף אַן אמת גוטע, לאַנג־דערוואַרטע נײַעס, וואָס לאָזן אויף אַ צײַט פֿאַרגעסן וועגן אַלץ, וואָס ליכטיקט ניט. מיט אַ קנאַפּער שעה צוריק האָט דער ראַדיאָ, מיט געציילטע ווערטער, מיטגעטיילט: "נעכטן האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אויפֿגעשטעלט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל".

פֿון יענעם "נעכטן" איז פֿאַרבײַ זעכצן יאָר. מיר, אַ נײַגעריקן, איז אינטערעסאַנט געווען זיך צו דערוויסן, וואָס האָט אָנצוזאָגן אַזאַ פּאַפּיר אונטערן נאָמען "אָנטרוי־גראַמאָטע".

דער פּרעזידענט פֿון פֿאַרבאַנד סאָוועטישע

סאָציאַליסטישע רעפּובליקן

מ.ס. גאָרבאַטשאָוו

זײַן עקסעלענץ חיים הערצאָג,

פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל

אײַער עקסעלענץ

נאָכפֿאָלגנדיק דער פּאָליטיק פֿון שטאַרקן מיטאַר­בע­טערשאַפֿט צווישן פֿעלקער און ווילנדיק מיטווירקן דער אַנטוויקלונג פֿון פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן דעם פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן און מדינת־ישׂראל, האָב איך באַשטימט אָנמערקן בײַ אײַך דעם בירגער אַלעקסאַנדער יעווגעניעוויטש באָווין ווי מײַן אויסעראָרדנטלעכן און פֿולמעכטיקן אַמבאַסאַדאָר.

אַקרעדיטירנדיק דעם בירגער אַלעקסאַנדער יעווגע­ניעוויטש באָווין מיט דער איצטיקער גראַמאָטע, בעט איך אײַער עקסעלענץ אים אויפֿנעמען וווילגענייגט און מיר גלייבן אַלע, אַז ער וועט האָבן די ערע אײַך אויסלייגן אין מײַן נאָמען און אין נאָמען פֿון דער רעגירונג פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע סאָציאַליסטישע רעפּובליקן.

מ. גאָרבאַטשאָוו

די פּרעזענטאַציע איז פֿאָרגעקומען דעם 23סטן דעצעמ­בער 1991. עס לוינט זיך צוגעבן, אַז ס'זײַנען פֿאַרבײַ ניט מער ווי געציילטע עטלעכע טעג און דער אַלמעכטיקער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (אַזוי האָט זיך צענדליקער יאָרן געדאַכט) איז זיך צעפֿאַלן אויף באַזונדערע רעפּובליקן... די צײַט האָט זיך אַ רוק געטאָן אויף צוריק, זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן, וואָס לאָזט זיך ניט פֿאַרגעסן, צו די גרויליקע יאָרן פֿון ייִדישער פֿאַרניכטונג. איז ניט צום חידושן זיך, וואָס די העלע חנעוודיק־שטיפֿערישע זון, וואָס האָט הײַנט אָנגעטאָן מײַן דירה אין אַ יום־טובֿדיקן לבֿוש, איז ווי ניט געסטײַעט און אַלץ איז פֿאַרפֿינצטערט געוואָרן. דער זעלבער טאָג, נאָר פֿאַר מיר איז ער גאָר, גאָר אַן אַנדערער.

(המשך אין קומענדיקן נומער)

חשובער

חשובער פֿרײַנד,
איך וואָלט אײַך געעצהט, איר זאָלט לערנען די שפּראַך, נישט קיין באַזונדערע ווערטער. דעמאָלט וועט איר קענען פֿאַרשטיין סײַ מרים האָפֿמאַנס און סײַ לעווס אַרטיקלען. איך בין זיכער, אַז ס'וועט זיך אײַך אויך פאַרגליסטן צו לייענען, למשל, שלום-עליכמען (גאָר נישט קיין שלעכטער שרײַבער), וווּ איר וועט געפינען די אַלע ווערטער, וואָס עס נוצן די דערמאָנטע שרײַבער און הונדערטער אַנדערע ייִדיש־קענער.

S'nishto kein shtandart idish

Laider es iz faran nishto kein einfertig, shtandard idish vos menshen kenen farshteen. Tzum baishpil Misha Lev banutzt a sach rusishe verter, froi Hofman gebroicht file poilishe verter un di Forverts redaktzie shraibt oif idish vos zet ois vi a hebreishe shprach mit a bisl daitche verter intzvishn. Nisht kein vunder az keiner vilt nisht meer oif idish gornisht leienen.