טשיקאַװעס
אַן אַלטע טיבעטישע מאַפּע פֿון שאַמבאַלאַ
אַן אַלטע טיבעטישע מאַפּע פֿון שאַמבאַלאַ

אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנ­פֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס היל­טאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומ­באַרירטער ווילדער נאַטור.

פֿונעם אייראָפּעיִשן פּערספּעקטיוו, איז טיבעט, "דער דאַך פֿון דער וועלט", מיט זײַנע הויכע פֿאַרשנייטע הימאַלײַען-בערג און טיפֿע אומדערגרייכלעכע טאָלן, טאַקע זייער אַן עקזאָטיש לאַנד. דער העכסטער באַרג אויף דער וועלט, עווערעסט, שטייט אויף דער גרענעץ צווישן נעפּאַל און טיבעט. די טיבעטישע שיטה פֿון בודיזם, באַקאַנט מיט אירע רײַכע עזאָטערישע טראַדיציעס, איז פֿאַרשפּרייט אין אַ סך אַנדערע לענדער: מאָנגאָליע, בוטאַן, געוויסע ראַיאָנען פֿון נעפּאַל, אינדיע און כינע, ווי אויך דרײַ געגנטן אין רוסלאַנד — קאַלמיקיע, בוריאַטיע און טוּוואַ. דער ערשטער בודיסטישער טעמפּל אין אייראָפּע, געעפֿנט אינעם יאָר 1914 אין פּעטערבורג, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף דעם טיבעטישן שטייגער.

די טיבעטער זענען זייער אַ פֿרידלעך, פֿרײַנדלעך פֿאָלק, און האָבן געשאַפֿן אַן אויסערגעוויינטלעך אַנטוויקלטע רעליגיע, פֿילאָסאָפֿיע און מיסטיציזם. הגם יעדער קלאַסישער טיבעטישער טעמפּל איז באַ­צירט מיט אַ סך איקאָנעס ("טאַנקאַס") און סטאַטועס, ווערן זיי באַטראַכט, לכל-הפּחות צווישן די געבילדעטע בודיסטן, בלויז ווי סימבאָלן פֿון פֿאַרשיידענע מדרגות בײַם מענטשלעכן באַנעם. בעצם, איז דער טיבעטישער בודיזם ווײַט פֿון געצן-די­נערײַ, און פֿאַרנעמט זיך מיט די סודות פֿונעם מענטשלעכן שׂכל און אַלגעמיינע פֿי­לאָסאָפֿישע השׂגות. אַ סך טיבעטישע פֿילאָ­סאָפֿישע אידעען קלינגען גאַנץ "ייִדישלעך" און אָפֿט דערמאָנען ענלעכע ענינים אין קבלה.

פֿונדעסטוועגן, איז די רעאַלע טיבע­טישע געשיכטע ווײַט פֿון הילטאָנס אידיליע. אינעם אַלטן טיבעט, ביזן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט געהערשט אַן אַכזריותדיקער פֿעאָדאַלער רעזשים. נישט געקוקט אויף דער פֿרידלעכער טעאָריע פֿון בודיזם, זענען אין דער טיבעטישער געשיכטע געשען אַ צאָל בלוטיקע מלחמות, צומאָל פֿאַרבונדן מיט רעליגיעזע סיכסוכים. אין אַ סך אַספּעקטן, איז דער אַלטער טיבעט געווען ענלעך צו דער מיטל-עלטערישער אייראָפּע, מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות.

אין דער אמתן, שטאַמט הילטאָנס "שאַנגרי־לאַ" פֿון דער באַקאַנטער טיבע­טישער לעגענדע וועגן דעם פֿאַרבאָרגענעם לאַנד שאַמבאַלאַ, וווּ עס וווינען גרויסע חכמים און מיסטיקער. בלויז אַ גײַסטיק-דערהויבענער מענטש, וועלכער מוז בײַקו­מען פֿאַרשיידענע סכּנות און נסיונות אויפֿן וועג — וויסטע מידבריות, הויכע בערג, ווילדע חיות — קאָן דערגרייכן דאָס דאָזיקע געהיימע אָרט. לויט דער לעגענדע, לעבן די אײַנוווינער פֿון שאַמבאַלאַ זייער לאַנג און לײַדן נישט פֿון קיין סאָציאַלע און נאַטירלעכע צרות. דער הײַנטיקער דאַלײַ־לאַמאַ האַלט, אַז דאָס דאָזיקע לאַנד געפֿינט זיך בכלל מחוץ דער געוויינטלעכער גשמיותדיקער וועלט, אין אַ מין "פּאַראַלעלער דימענסיע", און קאָן נישט געפֿונען ווערן דורך פֿיזישע מיטלען.

אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די קלאַנגען וועגן דעם פֿאַרבאָרגענעם לאַנד זיך ברייט פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע, צו­ליב דער טעטיקייט פֿון דער רוסישער פֿרוי יעלענאַ בלאַוואַטסקי און אַנדערע פֿאָר­שער פֿון עזאָטערישע זאַכן. אין די יאָרן 1926 און 1928 האָט דער רוסישער קינסט­לער, פּאָעט און מיסטיקער ניקאָלײַ רעריך אָר­גאַניזירט צוויי עקספּעדיציעס אין טיבעט, צוזאַמען מיטן סאָוועטישן גע­היימען אַגענט יעקבֿ בלומקין; דאָס נאַצי-דײַטש­לאַנד האָט אויך אָרגאַניזירט אַ גאַנצע ריי ענלעכע עקספּעדיציעס. אַ טייל אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער געהיימער פּאָליציי האָבן געגלייבט, אַז די אײַנוווינער פֿונעם פֿאַרבאָרגענעם לאַנד באַהערשן גרויסע פּסיכישע כּוחות, און האָבן געהאָפֿט זיך אויסצולערנען פֿון זיי טעלעפּאַטיע — גאָר אַ ניצלעכע חכמה פֿאַר אַ שפּיאָן.

די קלאַנגען וועגן דעם געהיימען לאַנד אין די הימאַלײַען-בערג האָבן אויך פֿאַר­אינטערעסירט נישט ווייניק ייִדן, אַרײַנ­גערעכנט אַ צאָל רבנים. די שאַמבאַלאַ-לעגענדעס קלינגען זייער ענלעך צו די צוויי געהיימע ערטער אין דער ייִדישער טראַדיציע: דאָס לאַנד פֿון די פֿאַרשוווּנדענע ייִדישע שבֿטים, און לוז — די פֿאַרבאָרגענע שטאָט פֿון אומשטערבלעכע אײַנוווינער.

הרבֿ יום-טובֿ ערליך
הרבֿ יום-טובֿ ערליך

אינעם חסידישן ביכל אויף ייִדיש וועגן רבי פּנחס קאָרעצער, "נפֿלאות רבי פּנחס מקאָריץ", ווערט געבראַכט אַ וווּנדערלעכע מעשׂה וועגן אַ טערקישן סולטאַן, וועלכער האָט געהערט, ווי די ייִדן זאָגן בײַם קידוש-לבֿנה "דוד מלך ישׂראל חי וקיים". דער סולטאַן האָט באַשולדיקט די ייִדן אין נישט זײַן גענוג לאָיאַל צו אים, און האָט געוואָלט זיי פֿאַרטרײַבן פֿונעם לאַנד. ווי אַ חוזק, האָט ער געגעבן זיי אַ יאָר, צו ברענגען אַן אויפֿווײַז, אַז זייער מלך דוד לעבט. איינער אַ רבֿ אַ מקובל האָט געפֿאַסט עטלעכע טעג און באַקומען די אינפֿאָרמאַציע אין אַ חלום, דורך אַ ספּעציעלן מיסטישן ריטואַל, אַז מע זאָל שיקן שליחים אין דער שטאָט לוז.

ווען די שליחים זענען גע­קומען אין דער שטאָט, האָט דער אָרטיקער רבֿ זיי געזאָגט, אַז זיי מוזן גיין אינעם "אוראַלטן לוז" — די פֿאַרבאָרגענע שטאָט, אַרומגערינגט מיט מיסטישע בערג. מע קאָן אַרײַנדרינגען אין דער שטאָט נאָר דורך אַ לאָך אין אַ געוויסן בוים, וואָס עפֿנט זיך בלויז פֿאַר אייניקע גײַסטיק-צוגעגרייטע מענטשן. איינעם פֿון די צוויי שליחים האָט זיך אײַנגעגעבן אַרײַנצוקומען אין דער "אַלטער לוז"; זײַן חבֿר האָט מורא געהאַט זיך צו טובֿלען אין אַ מיקווה פֿול מיט שלאַנגען און קראָקאָדילן, דערפֿאַר האָט דער שומר פֿון דער שטאָט אים נישט אַרײַנגעלאָזט.

די אומשטערבלעכע אײַנוווינער פֿון דער שטאָט האָבן איבערגעגעבן, אַז דער אָרטיקער רבֿ, דער תּנ״כישער פּערסאָנאַזש עירא היאירי, "פֿירט אינגאַנצן אַ גײַסטיק לעבן", דערפֿאַר וועקט ער זיך אויף בלויז איין טאָג אַ יאָר. דער שליח האָט אויפֿ­געוועקט דעם רבֿ, וועלכער האָט אָנגעוויזן די הייל, וווּ עס וווינט דוד-המלך גופֿאַ. דוד האָט איבערגעגעבן דעם שליח אַן עפּל פֿון גן-עדן, און געהייסן צו געבן אַ פֿערטל דערפֿון דעם סולטאַן.

ווען דער שליח האָט זיך אומגעקערט קיין טערקײַ, האָט ער זיך דערוווּסט, אַז דער סולטאַן האָט פּלוצעם געחלשט, ווײַל דוד המלך האָט זיך געוויזן צו אים, און געזאָגט, אַז ער שיקט אים אַ מתּנה דורך אַ שליח. ווען דער סולטאַן האָט אַ שמעק געטאָן צו דעם עפּל, האָט ער געהייסן, אַז די ייִדן זאָלן ווײַטער זאָגן "דוד מלך ישׂראל חי וקיים", ווײַל זייער מלך לעבט טאַקע, און האָט אָפּגעשאַפֿט די גזירה.

אין אַ צאָל אַנדערע מעשׂיות וועגן דער שטאָט לוז ווערט דערציילט, אַז כּדי צו דערגרייכן די געהיימע שטאָט, מוז מען אַריבערגיין ריזיקע סכּנותדיקע זומפּן און וועלדער, ווי אויך אַ לאַבירינט פֿון היילן, באַצירט מיט אַדלשטיינער און באַשיצט מיט אַ "זיך-דרייענדיקער פֿײַער-שווערד".

אין די טיבעטישע לעגענדעס וועגן שאַמבאַלאַ ווערט אויך דערציילט, אַז דער וועג צום דאָזיקן לאַנד ליגט דורך הויכע בערג, פֿינצטערע וועלדער, אונטערערדישע לאַבירינטן און מיסטישע באַריערן. אין אַ טייל מעשׂיות, האָבן די באַרימטע לאַמאַס, וועלכע האָבן זוכה געווען צו באַזוכן דאָס לאַנד, געבראַכט פֿון דאָרטן וווּנדערלעכע פֿרוכטן, וואָס זענען בכּוח אויסצוהיילן אַלע קראַנקייטן.

על-פּי-קבלה, ווערט די שטאָט לוז פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסן ביין אינעם מענטש­לעכן גוף, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען, און געפֿינט זיך בײַם סאַמע אָנהייב פֿון חוט-השדרה. פֿון דעם ביין וועלן די טויטע גופֿים באַשאַפֿן ווערן פֿונסנײַ בײַ תּחית-המתים. הרבֿ משה בן יעקבֿ קיִעווער, איינער פֿון די ערשטע באַקאַנטע אוקראַיִנישע רבנים פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, שרײַבט אין זײַן קבלה-ספֿר "שושן סודות", אַז דער ביין "לוז" איז "היולי" — דער "עטער", וועלכער פֿאַרבינדט גשמיות מיט רוחניות. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די טיבעטישע מיסטיקער האַלטן אויך, אַז אַחוץ דער "אויסערלעכער שאַמבאַלאַ", איז אינעם מענטשלעכן גוף אויך פֿאַראַן "די אינערלעכע שאַמבאַלאַ", וועלכע ווערט אויך באַטראַכט ווי דער געהיימער ענער­גיע-צענטער אינעם רוקנביין.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט דער ייִדי­שער חסידישער זשורנאַל "צײַטשריפֿט" פֿאַר­עפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, אין וועלכן דער מחבר האָט משער געווען, צוליב דער ענלעכקייט פֿון נעמען, אַז לוז איז להאַסאַ, די הויפּטשטאָט פֿון טיבעט; ווי עס ווערט דערציילט אין דער אויבן-דערמאָנטער מעשׂה, הייבט זיך אָן דער וועג צום מיס­טישן לוז פֿון אַ געוויינטלעכער שטאָט מיטן זעלבן נאָמען. נישט לאַנג צוריק האָט הרבֿ יואל-דוד באַקשט, אַן אַמעריקאַנער בעל-תּשובֿה און אַ קענער פֿון קבלה, געעפֿנט די וועבזײַט www.cityofluz.com, וווּ ער פּובליקירט זײַנע קבלה-געדאַנקען; אויף דער הויפּטזײַט פֿון זײַן אינטערנעץ-פּראָיעקט, ווערט לוז פֿאַרבונדן מיט דער "שטאָט שאַנגרי-לאַ אין אַ מיזרחדיק לאַנד".

טיבעט און שאַמבאַלאַ ווערן באַטראַכט אויך ווי אַן אָרט, וווּ עס קאָנען זיך געפֿינען די פֿאַרלוירענע ייִדישע שבֿטים. אין דער באַקאַנטער מעשׂה פֿון אלדד-הדני, און אַנדערע לעגענדעס וועגן עשׂרת-השבֿטים, ווערט דערמאָנט דאָס לאַנד פֿון בני-משה, אָפּגעטיילט פֿון דער וועלט מיטן גע­היימנישפֿולן טײַך סמבטיון. אינעם דאָזיקן לאַנד לעבן מענטשן זייער לאַנג און פֿרידלעך, אין אַן אוטאָפּישער געזעלשאַפֿט, וועלכע דערמאָנט די אוראַלטע קאָמונעס פֿון די איסים ("Essenes"). לויט אלדד-הדניס דערציילונג, זענען אַלע בני-משה גלײַך, באַאַרבעטן צוזאַמען די פֿעלדער, האָבן נישט קיין באַדינער, און פֿאַרמאַכן קיינמאָל נישט די טירן פֿון זייערע הײַזער, ווײַל זיי "האַלטן עס פֿאַר אַ שאַנדע".

במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן פֿאַרשיידענע רבנים געפּרוּווט צו געפֿינען דאָס דאָזיקע לאַנד, ווי אויך די פֿאַרלוירענע צען שבֿטים, אָפֿט אין פֿאַרשיידענע פֿאַר­וואָרפֿענע ראַיאָנען פֿונעם אַזיאַטישן ווײַטן מיזרח. אינעם ספֿר "מציאת עשׂרת השבֿטים" פֿון הרבֿ דוד-אַהרן ווישנעוויץ, געדרוקט מיט 99 יאָר צוריק, ווערט געבראַכט אַ מעשׂה וועגן אַן אינדישן דערוויש (מוסולמענישער סופֿי-מיסטיקער), וועלכער האָט געמאָלדן, אַז די ייִדישע שבֿטים וווינען אין אַ פֿאַר­באָרגן לאַנד, אויף מיזרח פֿון קאַשמיר, צווישן הויכע, אומצוטריטלעכע בערג. די הויפּטשטאָט פֿונעם ייִדישן לאַנד הייסט, לויט זײַן דערציילונג "איולון" ("aulun", ווי עס דערקלערט מיט לאַטײַנישע אותיות דער מחבר). ס׳זעט אויס, אַז דער דאָזיקער נאָמען איז אַ פֿאַרקריפּלטער וואַריאַנט פֿונעם נאָמען "אָלמאָלונג" אָדער "אָלמאָלונגרינג" — אַן אַנדער פֿאַרבאָרגן לאַנד אין אַ טייל טיבעטישע לעגענדעס, אַפּנים אַ סינאָנים פֿון שאַמבאַלאַ.

ס׳איז אינטערסאַנט, אַז אויף דער גרענעץ צווישן טיבעט און כינע, אין דער פּראָווינץ סיכואַן, לעבט טאַקע אַ באַרג-פֿאָלק טשיאַן אָדער טשיאַן-מין, וואָס האַלט זיך פֿאַר די אייניקלעך פֿון אַבֿרהם, און האָט אין זייער רע­ליגיע אַ סך עלעמענט, ענלעך צו ייִדישקייט פֿון תּנ״כישע צײַטן; אַ טייל טשיאַן-לײַט, וואָס זייער באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט הײַנט 250 טויזנט נפֿשות, זענען אויס ווי אַ סעמיטיש פֿאָלק.

דער באַקאַנטער חסידישער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר הרבֿ יום-טובֿ ערליך האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיטן סוד פֿון די פֿאַרשוווּנדענע עשׂרת-השבֿטים. אין זײַן ספֿר "קול מבֿשׂר" — אַגבֿ, אָנגעשריבן אויף ייִדיש — האָט ער געמאָלדן, אַז די פֿאַרלוירענע שבֿטים וווינען אין שאַמבאַלאַ, אינעם "פֿאַרבאָרגענעם לאַנד בײַ די הימאַ­לײַער-בערג", וואָס "אַ מענטשלעך אויג קאָן ניט דערגרייכן".

הרבֿ ערליך האָט אויסגעדריקט אַ השערה, אויפֿן סמך פֿון אַ צאָל אויסטערלישע גע­שיכטעס וועגן שאַמבאַלאַ, ווי אויך פֿאַרשיידענע מעשׂיות וועגן דעם געהיימען לאַנד הינטער דעם טײַך סמבטיון, אַז די ייִדישע שבֿטים אין שאַמבאַלאַ באַהערשן כּלערליי חכמות און טעכנאָלאָגיעס, שוין אָפּגערעדט פֿון אוטאָפּישן געזעלשאַפֿטלעכן שטייגער; דערווײַל, אָבער, האָבן זיי נישט קיין רעכט זיך צו אַנטפּלעקן צו דער מענטשהייט. דער מחבר האָט אַפֿילו געטראַכט, אַז די קלאַנגען וועגן די "פֿליִענ­דיקע טעלערס" האָבן צו טאָן מיט די ייִדישע שבֿטים.

ס׳רובֿ חרדים באַציִען זיך נישט צו ערנסט צו יום-טובֿ ערליכס טעאָריעס; אַ טייל הענדלער אין די חסידישע ביכער-קראָמען קוקן איראָניש אויף די קונים, וואָס בעטן בײַ זיי דעם דאָזיקן ספֿר. איין זאַך האָט יום-טובֿ ערליך, אָבער, געוויזן גאַנץ קלאָר: די ייִדישע ליטעראַטור און טראַדיציע איז אַזוי רײַך און פֿילפֿאַרביק, אַז מע קאָן דאָרט געפֿינען ידיעות אַפֿילו וועגן אַזאַ אומגעוויינטלעכער טעמע, ווי שאַמבאַלאַ.