פּובליציסטיק

פֿאַר מיר איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט אויסצוגעפֿינען ווער זײַנען זיי, די סטודענטן וואָס לערנען ייִדיש אין אַמעריקע? איך ווייס, אַז זיי טיילן זיך אין פֿאַרשיידענע קאַ­טעגאָריעס. צווישן זיי טיילט זיי די עלטער, די אָפּשטאַמונג; צווישן זיי — פֿרומע און פֿרײַע. פֿאַראַן צווישן זיי אידעאָלאָגישע אונ­טערשיידן, און פּראַקטישע אויסוואַלן.

איז לאָמיר זיך נעמען קודם צו די יונגע. אַ סך פֿון זיי לערנען זיך ייִדיש אין פֿאַר­שיי­דענע אוניווערסיטעטן און קאַלעד­זשעס איבערן לאַנד און אין אויסלאַנד. אַ קליי­נער טייל פֿון זיי ווילן אַפֿילו מאַכן אַ קאַ­ריע­רע אינעם פֿאַך פֿון ייִדיש־לערערײַ, איבער­זע­צונג, פֿאָרשונג און מוזיק. צווישן זיי זײַנען אויך פֿאַראַן סתּם ליבהאָבער פֿון מאַמע־לשון. ווײַטער טיילן זיי זיך אין אידעאָ­לאָגיעס. פֿאַראַן צווישן דער יונגער חבֿרה מאָ­דערנע אָרטאָדאָקסן; פֿרומע, וואָס ווילן נישט אָנווערן דעם קאָנטאַקט מיט זייערע נאָענטע, און פֿילן אַז די שפּראַך פֿאַר­בינדט זיי נישט נאָר מיט באָבע־זיידע, וואָס ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען געראַטעוועטע פֿונעם חורבן, נאָר זיי ווילן אַרײַנדרינגען אינעם מהות פֿון דער ייִדישער קולטור. אַ טייל פֿון זיי פֿאַרנעמט זיך אויפֿן געביט פֿון מעדיצין, יורי, פּסיכאָלאָגיע, סאָציאָלאָגיע און פֿינאַנץ. העלפֿט זיי ייִדיש אין דער פֿאַרבינדונג מיט פּאַציענטן, קליענטן, ווײַל זיי וועט אויסקומען צו אַרבעטן מיט דער שארית־הפּליטה, מיטן עלטערן דור, וואָס נייטיקט זיך הײַנט אין מעדיצינישער הילף. עס זײַנען אויך פֿאַראַן פּראָבלעמען צווישן קינדער אין פֿרומע משפּחות, וואָס לײַדן פֿון פֿאַרשיידענע פּסיכאָלאָגישע, פֿיזישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען.

איצט קומען מיר צו די מיטליאָריקע און גאָר עלטערע סטודענטן, וועלכע קומען זיך לערנען אויף אָוונט־קורסן. אַ סך פֿון זיי קענען נישט די צורה פֿון קיין אַלף־בית, ווילן זיי פֿאָרט געניסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. זיי טיילן זיך אידעאָלאָגיש צווישן רעכט־געשטימטע, לינק־געשטימטע און אויך הייסע ציוניסטן. אַ טייל פֿון זיי האָבן אין דער יוגנט פֿאַרענדיקט אַ י.ל. פּרץ־שול, אַ שלום־עליכם־שול, און אַ פֿאַרבאַנד־שול. פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס זײַנען געגאַנגען אין אַן אַרבעטער־רינג־שול, אָדער אין אַן אָרדן־שול (קאָמוניסטיש־געשטימטע ייִדישע שול — לויט דער ליניע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד). זײַנען זיי פֿאַברליבן דאָרט וווּ זיי האָבן פֿאַרענדיקט אין דער יוגנט; אַזוי ווי צו זיבן, אַזוי אויך צו זיבעציק. נאַכער איז פֿאַראַן אַ קליינע צאָל מענטשן פֿון מיטעלן עלטער און אַ סמיטשיק אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס זייערע עלטערן און אַפֿילו באָבעס און זיידעס זײַנען שוין געווען הי־געבוירענע. זיי קומט אָן די לערע שווערער, ווײַל זיי זײַנען בכלל נישט באַקאַנט מיט אונדזער ייִדישער קולטור, קולטור־געשיכטע און טראַדיציע. אַלץ איז פֿאַר זיי נײַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס ווענדט זיך אינעם לערער וואָס גיט איבער דעם קולטור־באַגאַזש; צי איז דער לערער אָדער די לערערין באַהאַוונט אין דער תּורה פֿון ייִדיש־געקעכץ, אַרײַנגערעכנט די טראַדיציע, די מינהגים, שוין אָפּגערעדט אינעם גאַנג פֿון די ייִדן אין גלות און זייערע אויפֿטוען — דאָס איז די פֿראַגע. פֿאַראַן ייִדישע לערער וואָס זײַנען אויף אַזוי פֿיל דערווײַטערט פֿון אונדזער ייִדיש־ייִדישער לערע און וועלט, אַז דאָס גאַנצע ביסל דאָברע־מזל ווערט בײַ זיי פֿאַרוואַסערט.

אַז איך פֿרעג אַמאָל מײַנעם אַ סטודענט, ווי הייסטו? זאָגט ער מיר, "טרעוואָר".

"און ווי הייסטו אויף דײַן ייִדישן נאָמען?"

איז דער ענטפֿער: "כ'ווייס נישט".

פֿרעג איך אים: "זאָל איך דיך רופֿן 'כ'ווייס נישט'. איז כּדאַי, בעסער פֿרעג זיך נאָך בײַ די עלטערן".

אַ סך מאָל ווייסן די עלטערן אויך נישט פֿון קיין ייִדישן נאָמען. דער אויספֿיר דערפֿון איז, אַז אַלע מײַנע סטודענטן האָבן ייִדישע נעמען. אַפֿילו די נישט־ייִדישע "ברוק", איז אין קלאַס געוואָרן "ברכה", און פֿון "קריסטינאַ", איז אַרויס­גע­שפּרונגען "קיילע". אַגבֿ, זי האָט זיך שטאַרק געפֿרייט מיט איר ייִדישן נאָמען, ווײַל זי האָט זיך געהאַלטן בײַם מגייר זײַן. ברוק שיקט מיר נאָך בליצבריוועלעך פֿון טעקסאַס און שרײַבט זיך אונטער "ברכה". "קאָרניליאַ" איז געוואָרן "קריינדל", און "פּאַטרישאַ", האָט זיך מחיה געווען מיט "פּעשען". אויב אָבער דער ייִדישער לערער הייסט "טרעוואָר", און די לערערין "אַנדזשעליקאַ" קען אַזאַ איינע נישט פֿאָדערן קיין ייִדישע נעמען פֿון די סטודענטן אין ייִדישן קלאַס.

וועט איר דאָך פֿרעגן: וואָס איז די גדולה מיט ייִדישע נעמען? וועל איך אײַך באַלד מסביר זײַן. אויב דער סטודענט הייסט אַבֿרהם, האָט ער שוין געשלאָסן יד־אַחת מיט אונדזער ביבלישער געשיכטע. זײַן נאָ­מען האָט אים פֿאַרבונדן מיט אַ נאָמען וואָס שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין אונדזער טראַ­דיציע. דאָס זעלבע איז שייך צו משהן און אַהרנען, שׂרהן, רחלען, לאהן, רבֿקהלען, שול­מיתל, חנהלען אָדער מירעלען. אָבער מיט וועמען וועט איר גיין צום ייִדישן טיש מיט אַזאַ נאָמען ווי "קופּער" אָדער "סטאַ­ניסלאַוו", "גרעגאָרי" אָדער "פּיטער?" וווּ וועלן מיר זיך ווענדן אין דער ייִדישער גע­שיכטע מיט "יוסטינאַ" אָדער "סטעפֿאַ", "קעטרין" אָדער "דזשעסיקאַ"? נישטאָ וווּ זיי אַוועק­צושטעלן צווישן די שיינע נעמען. אַהרן צייטלין האָט פֿאַרפֿאַסט אַ גאַנצע חורבן־פּאָעמע פֿון די אויסגעשאָכטענע ייִדישע קינדערלעך און זייערע ייִדישע נעמען. דאַרפֿן מיר די נעמען באַנײַען; אויב נישט די עלטערן, איז כאָטש אין ייִדישן קלאַס. איך האָב אַ גוטע באַקאַנטע אין דער שווייץ. זי הייסט איזאַבעלע יעגער. אַ זשור­נאַליסטקע, גאָרנישט קיין ייִדישע. האָט זי אירע זעקס קינדער געגעבן ייִדישע נעמען. האָט זי אַ משהלע און אַן אַהרעלע, אַ רבֿקהלע און אַ חנהלע. פֿרעג איך זי.

"היתּכן?, ווי קומען צו דיר ייִדישע נע­מען?" — זאָגט זי מיר, אַז די דײַטשן האָבן אויסגעהרגעט אַ מיליאָן און אַ האַלב ייִדישע קינדער, וויל זי נישט אַז די נעמען זייערע זאָלן פֿאַרלוירן גיין.

און איצט קום איך צום רעכטן־גערעכטן. איך האָב די טעג באַקומען אַ בליצבריוו פֿון טאָראָנטאָ מיט אַ מוראדיקער אָנפֿראַגע. עס האַנדלט זיך אין דעם, וואָס די העברעיִשע ביאַליק־טאָגשול אין טאָראָנטאָ קלאָגט אויף דעם וואָס עס פֿעלן לערער פֿאַר זייערע ייִדיש־קלאַסן. זיי שרײַבן:

ווי די פֿאַרוואַלטער פֿון העברעיִשער ביאַליק־טאָגשול, געפֿינען מיר זיך אין אַ גרויסן קלעם. מיר זוכן געדאַנקען און אָנווײַזונגען, ווי זיך אַן עצה צו געבן אינעם וואַקסנדיקן קריזיס פֿון דעם וואָס עס פֿעלן אונדז אויס ייִדישע לערער. אונדזער גוואַלדיקע זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש־לימוד, וועלכער פֿאַרנעמט אַ צענטראַלע ראָלע פֿון אונדזער שול־פֿילאָסאָפֿיע, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס דער ענין איז אונדז טײַער און נאָענט צום האַרצן. די העברעיִשע ביאַליק־טאָגשול, וואָס איז עטאַבלירט געוואָרן פֿון די פּועלי־ציון, פֿאַרמאָגט בײַם הײַנטיקן טאָג 800 סטודענטן און אַ רחבֿותדיקן קוריקולום, בתוכם ייִדישע לימודים פֿון קינדער־גאָרטן ביזן אַכטן קלאַס. די ביאַליק־שול אָנערקענט די אינער­לעכע ווערט פֿון העברעיִש און ייִדיש, צוויי ייִדישע שפּראַכן, און באַנוצט זיך מיט זיי ווי אַ מכשיר פֿון לערנען די ייִדישע קולטור־טראַדיציע און עטיק. דאָס פֿאַרטיפֿן זיך אין דער העברעיִשער שפּראַך הייבט זיך אָן פֿון ערשטן קלאַס און מיט ייִדיש הייבט מען אָן אין דריטן קלאַס.

בעת העברעיִשע לערער פֿעלן נישט אויס, איז אָבער דער צופֿלוס פֿון ייִדישע שפּראַך־לערער שטאַרק פֿאַרקלענערט געוואָרן. אונדזערע אָנגע­שטעלטע לערער גייען באַלד אַרויס אויף פּענסיע. זײַנען פֿאַרבליבן בלויז אַ קליינע צאָל פֿון זיי. דער עיקר איז, אַז ס'איז נישט פֿאַראַן קיינער וואָס וועט קענען איבערנעמען זייערע שטעלעס אין לערנען ייִדיש. שיקן מיר אַרויס דעם רוף צו יחידים, וועלכע זײַנען באַהאַוונט און ספּעציאַליזירן זיך אינעם שטח פֿון ייִדיש־ייִדישער דערציִונג, מיט דער האָפֿענונג צו געפֿינען נײַע רעסורסן און אינאָוואַציעס אין אונדזער אַרומזוכן ייִדישע שפּראַך־לערער. אָן קוואַ­לי­פֿיצירטע דערציִער, וועלן מיר נישט האָבן מער קיין געלעגנהייט צו אַנטוויקלען און אויסבילדן סטו­דענטן, וועלכע זאָלן ליב האָבן ייִדיש, מיט פֿאַר­שטענ­דעניש און אַ געהעריקער אָפּשאַצונג פֿון איר ראָלע אין אונדזער קולטור־ און שעפֿערישער געשיכטע.

מיר זײַנען גרייט אויפֿצונעמען וועלכע נישט איז עצות, אַרײַנגערעכנט נעמען פֿון פּאָטענציעלע לערער; וועלכע נישט איז געדאַנקען אויפֿן געביט פֿון אויסבילדן אײַנפֿאַלערישן קוריקולום־אַנט­וויק­לונג און אַנדערע רעסורסן פֿון אײַער ייִדישער באַפֿעלקערונג. זײַט אַזוי גוט און העלפֿט אונדז אַן עצה צו געבן זיך מיטן קריזיס פֿון ייִדישע לערער. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז: yiddish@bialik.on.ca.

ייִדישער קאָמיטעט פֿון העברעיִשער

ביאַליק־טאָגשול־פֿאַרוואַלטונג

טאָראָנטאָ, אָנטאַריאָ, קאַנאַדע".

איך האָב זיי געעצהט צו אָרגאַניזירן אַ ייִדישן לערער־סעמינאַר, ווי מען האָט עס געטאָן אין ווילנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, וווּ עס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט איבער פֿערציק ייִדישע לערער פֿון איבער דער וועלט. די פּראָבלעם איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס אין אויסטראַליע זײַנען פֿאַראַן ייִדישע טאָגשולן וווּ מען לערנט ייִדיש מיט גימנאַזיסטן, אין לאָנדאָן — מיט אוניווערסיטעט־סטודענטן, ערגעץ אַנדערש — מיט מיטליאָריקע און עלטערע מענטשן, וואָס קומען זיך צונויף נישט אַזוי צו לערנען זיך ערנסט די שפּראַך, ווי צו פּראַווען ייִדיש ווי אַ יום־טובֿ. עס זײַנען אויך פֿאַראַן קליינע גרופּקעלעך קליינוואַרג וואָס לערנען זיך זינגען און שפּילן אויף ייִדיש. דעריבער מוז מען זיך פֿאַרטראַכטן אַ וואָסערן קוריקולום גרייט מען צו פֿאַר די אַלע באַזונדערע שיכטן פֿון ייִדיש־לערערײַ. אויף אַזאַ סעמינאַר מוז מען לערנען די צוקונפֿטיקע לערער פֿון ייִדיש וואָס צו לערנען, וועלכע מאַטעריאַלן זײַנען צוגעפּאַסט צו וועלכן עלטער. דער עיקר, לעבעדיקן מאַטעריאַל, וואָס זאָל רעדן צום סטודענט מיט קלאָרע דיבורים. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן, אויב דער ייִדישער לערער איז פֿאַרליבט בלבֿ־ונפֿש אין דער ייִדישער שפּראַך גופֿא, וועלן די סטודענטן במילא הנאה האָבן פֿון לערנען זי. אַזאַ סע­מינאַר מוז גערופֿן ווערן תּיכּף־ומיד, ווײַל די צײַט רינט אויס און באַלד־באַלד וועט פֿון אונדזער רײַכער קולטור־ירושה פֿאַר­בלײַבן אַן אויסגעטריקנטער דאָרן.

בײַ אונדז אין ניו־יאָרק איז די זאַך "ייִדישע לערערײַ", אַ לאַנג־פֿאַרפֿאַלענער ענין. זי איז געלעגן אין די הענט פֿון אַסימילאַציע, פֿון אַמעריקאַניזאַציע, פֿון נישט גלייבן אין דער זאַך, פֿון נישט צוגרייטן קיין נאָכוווּקס, פֿון פֿאַרנאַכלעסיקונג, פֿון זיצן ווי אַ קוואָקע אויף אייער, און אויסטראָגן אַ טויט־זשעבריקל, אַ מפּיל־קינד. זינט איך בין דאָ אין אַמעריקע, און דאָס איז אַ קײַמא־לן פֿון איבער פֿופֿציק יאָר, בין איך אַדורכגעגאַנגען די אַרבעטער־רינג־שול, דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר, געלערנט מיט קליינינקע קינדערלעך אין דער איינציקער ייִדישער נאָכמיטאָג־שול, וואָס האָט פֿאַרמאָגט אַן אייגענע געבײַדע — די שלום־עליכם־שול 21, אין דער בראָנקס. די רעשט נאָכמיטאָג־שולן האָבן זיך געפֿונען אויף בוידעמער און קעלערס, אין "סטאַרקעס" און שטיבלעך, אויפֿן העכסטן שטאָק און אויפֿן פּאַרטער. געווען אַ שאַנדע און אַ חרפּה וואָס די אַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן נישט געקענט אויסטראָגן קיין איין ייִדישע טאָגשול אין אַזאַ ריזיקער שטאָט ווי ניו־יאָרק, אין אַ לאַנד, וווּ עס געפֿינען זיך בײַם הײַנטיקן טאָג איבער פֿינף מיליאָן פֿאַרפֿרעמדטע, פֿאַרנאַכלעסיקטע, שטומפּיקע שאינו־יודע־לשאולס, און די פּאָר ייִדיש־פֿאַרזאָרגער קענען אַפֿילו נישט קיין ייִדיש, און די וואָס קענען שוין יאָ — זאָגן שוין דעם הספּד יאָרן־לאַנג אויפֿן בר־מינן — ייִדיש. אַזאַ אַמעריקע, מיט אַזוי פֿיל ייִדן זײַנען נישט געווען בכּוח אויסצוטראָגן אַן איין און איינציקע טאָגשול. די מאַטקעס בײַ אונדזערע געבערמוטערס זײַנען געווען צו שוואַך. די אידעאָלאָגיעס האָבן נישט אויסגעטראָגן. ס'האָט אונדז געפֿעלט אמונה, גלייבן אין דער זאַך, וויסן, איבערגעגעבנקייט, עקשנות. אַנשטאָט דעם, זײַנען מיר אויפֿגעפֿרעסן געוואָרן פֿון היי­שעריקן, פֿון גיריקייט. נישט וואָס ס'האָט אויס­געפֿעלט געלט, חלילה, און דאָס וואָס מען זאָגט, אַז די אַמעריקאַניזאַציע איז אונדז געשטאַנען אין וועג, לאַכט זיך אויס דערפֿון ייִדן. גיט אַ קוק ווי עס בליִען די ישיבֿות בײַ די פֿרומע. אַ סימן, אַז די אַמעריקאַניזאַציע האָט זיי אויסגעמיטן ביזן הײַנטיקן טאָג. וואָס זשע איז דער אויספֿיר? איכה! ווי זאָגט אונדזער בריליאַנטענער פּאָעט אַהרן צייטלין אין "פּלענעס ייִדיש":

"כּל־זמן די מתים לעבן מוזן זיי מאַכן אַ לעבן". "דעטס אָל".