ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Hans Sahl. Memoiren eines Moralisten. Das Exil im Exil. München: Luchterhand Literaturverlag, 2008
Hans Sahl. Memoiren eines Moralisten. Das Exil im Exil. München: Luchterhand Literaturverlag, 2008

די נײַע אויפֿלאַגע פֿון די זכרונות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן שרײַבער האַנס זאַל (1902—1993) איז אַ באַווײַז פֿונעם אינטערעס צו פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער דײַטשישער גלות־קולטור. ניט געקוקט אויף אַלע צרות, וואָס זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף זײַן גורל — אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933, גע­לעבט אין דלות און הונגער אין פּראָג, ציריך, פּאַריז, און קוים זיך געראַטעוועט אויף דער לעצטער אַמעריקאַנער שיף פֿון מאַרסעל אין 1941, לאַנגע יאָרן זיך מפֿרנס געווען מיט איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף דײַטש — איז זאַל געשטאָרבן בשלום אין טיבינגען, דײַטשלאַנד, אינעם עלטער פֿון 90 יאָר. די לעצטע יאָרן זײַנע, ווען זאַל איז שוין געוואָרן בלינד, האָט ער זיך אָפּ­געגעבן מיטן שרײַבן זײַנע זכרונות.

דער אינטערעס צו דער דײַטשישער גלות־קולטור האָט זיך באַוויזן נאָך בעת די סטודענטישע אומרוען פֿון 1968, ווען דער יונגער דור דײַטשן, וואָס איז גע­בוירן גע­וואָרן נאָך דער מלחמה, האָט מער קרי­טיש באַטראַכט דעם עבֿר פֿונעם אייגע­נעם לאַנד. אַזוי אַרום האָט זיך גע­שאַפֿן אַן "אַלטערנאַטיווע" געשיכטע פֿון דײַטש­לאַנד מיטן פֿאָקוס אויפֿן ציבור פֿון די אַרויסגעטריבענע דענקער, שרײַבער, קינסט­לער, אַקטיאָרן, געלערנטע, וועלכע האָבן פֿאַרהיט אין זייער שאַפֿונג די לעבעדיקע אַטמאָספֿער פֿון דער ווײַמאַר־רעפּובליק. די ליטעראַרישע ווערק פֿון האַנס זאַל, דער עיקר, דער ראָמאַן "די פֿילע און די ווייניקע" און זײַנע זכרונות, האָבן פֿאַרנומען אַ גאָר באַשיידן אָרט אין דעם דאָזיקן קאַנאָן. זאַל האָט באַזוכט דײַטשלאַנד עטלעכע מאָל אין די 1950ער און 1960ער יאָרן ווי אַן איבערזעצער פֿון דער אַמעריקאַנער ליטע­ראַטור, אָבער זײַנע אייגענע ווערק האָבן ניט אַרויסגערופֿן קיין שום אינטערעס. ער האָט געהאַט אַ גוט מזל צו לעבן לאַנג, און גענוג צײַט ניט נאָר צו באַשרײַבן זײַן אייגענע לעבנס־געשיכטע, נאָר אויך צו באַטראַכטן דעם פֿענאָמען פֿון גלות־קולטור בכלל.

מעגלעך, אַז דווקא צוליב דעם, וואָס זאַל האָט פֿאַרלוירן אויפֿן עלטער זײַן ראיה, האָט ער געקראָגן אַ פֿעיִקייט צו מאָלן אַזעלכע לעבעדיקע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון זײַנע מיטצײַטלער. פֿאַר היטלערס קומען צו דער מאַכט האָט זיך זאַל קונה־שם געווען אין דער בערלינער פּרעסע צוליב זײַן פֿילם־ און טעאַטער־קריטיק. ער האָט געהאַט אַ סך באַקאַנטע אין פֿאַרשידענע סבֿיבֿות פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט, וועלכע ער האָט שפּעטער מחיה־מתים געווען אינעם ערשטן באַנד פֿון זײַנע זכרונות. דער צוויי­טער באַנד, באַטיטלט "גלות אין גלות", איז נאָך מער אינטערעסאַנט, ווײַל דאָ גייט די רייד וועגן דעם לעבן אין גלות. זאַל איז אַ שאַרפֿזיניקער קריטיקער פֿון דער דײַטשי­שער גלות־געזעלשאַפֿט, אין וועלכער ער האָט פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט צוערשט, אין אייראָפּע און דערנאָך אין אַמעריקע.

"גלות אין גלות" איז אָנגעשריבן אין די 1980ער, ווען כּמעט אַלע געשטאַלטן פֿונעם מחברס עבֿר זײַנען שוין געווען אויף דעם עולם־האמת. זאַל באַשרײַבט ניט סתּם די געשעענישן פֿון זײַן לעבן, נאָר באַ­טראַכט אויך דאָס אָרט פֿון זײַן דור אין דער גע­שיכטע. "אונדזער יאָרהונדערט האָט דערוויזן, — שרײַבט ער אין דער הקדמה — אַז די געשיכטע קאָן מקוים ווערן נאָר דעמאָלט, ווען זי נאַרט דעם מענטשן אָפּ און ער אַליין לאָזט זיך אָפּנאַרן". די דאָזיקע "אָפּנאַרערײַ" פֿונעם גאַנצן דור דײַטשישער אינטעליגענץ דורך דער געשיכטע איז די הויפּט־טעמע פֿונעם בוך. מיט אַ ווייכער איראָניע, אָבער גאַנץ שאַרף, אַנטפּלעקט זאַל די טעותן און פֿאַלשע מיינונגען, וועלכע האָבן דערפֿירט די קלוגע און באַגאַבטע יחידים, און די גאַנ­צע גלענצנדיקע קולטור פֿון ווײַמאַר־דײַטש­לאַנד צו דער קאַטאַסטראָפֿע. ער פֿאַרסך־הכּלט׃ "די געשיכטע פֿון מײַן דור איז די גע­שיכטע פֿון אויפֿשטײַג און פֿאַלן פֿון איין אידעע, וואָס האָט זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אַן אוטאָפּיע".

זאַל באַשרײַבט זײַן אייגענעם מצבֿ ווי אַ "מענטש מחוץ טעריטאָריע", אַ "גאַסט אין פֿרעמדע קולטורן", אַ טרעגער פֿון אַ באַזונדערן נוסח פֿון דער דײַטשישער קולטור, וועלכער האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דעם רעאַלן דײַטשלאַנד. ער האָט געוווינט אין דער וועלט פֿון געשפּענסטן און פֿאַנ­טאַזיעס. אַ סך מער באַרימטע תּושבֿים פֿון דער דאָזיקער וועלט, אַזעלכע ווי וואַלטער בנימין, יוסף ראָט, שטעפֿאַן צווײַג, האָבן ניט געקאָנט אויסהאַלטן די לאַסט פֿון דער פֿאַרלוירענער פֿאַרגאַנגענהייט און זיך גענומען דאָס לעבן. זאַל איז ניט געווען אַזוי באַרימט און אפֿשר ניט אַזוי באַגאַבט, ווי זיי, אָבער ער האָט געהאַט גענוג כּוח צו לעבן און אָפּצוהיטן זײַן קולטורעלע ירושה און וואַרטן, ביז מען וועט אים אויסהערן.

די זכרונות פֿון האַנס זאַל זײַנען אינטע­רעסאַנט ניט נאָר ווי אַ היסטאָרישער מקור אָדער אַ טשיקאַווע לעבנס־געשיכטע. זיי זײַנען אויך וויכטיק ווי אַ מוסטער פֿון דעם, ווי מען היט אָפּ דעם קולטורעלן זכּרון. די דײַטשישע גלות־קולטור איז אַ ביסל ענלעך צו דער ייִדישער קולטור. אירע שעפֿער זײַ­נען געוואָרן קרבנות פֿון דער מענטשן־פֿרע­סערישער אייראָפּעיִשער געשיכטע אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. עס זײַנען פֿאַר­בליבן שערבלעך, וואָס מען שפּילט זיך מיט זיי, ווי מע וויל. מע קלײַבט אויס כּסדר דאָס, וואָס עס פּאַסט בעסער צו דער קולטו­רעלער מאָדע פֿונעם הײַנט׃ קלעזמער, באָ­בע־מעשׂיות, אָדער גאָר מאָדערניסטישע דיכ­טונג. דאָך, אַ סך וויכטיקער איז די אויפֿגאַ­בע פֿון אָפּהיטן און אויסטײַטשן דעם פֿאַר­לוירע­נעם עבֿר אין זײַן קאָמפּליצירטער גאַנצקייט, מיט אַלע פּישטשעווקעס. דערצו דאַרף מען האָבן וועגווײַזער, וועלכע העלפֿן צו אָריענטירן זיך אין אָט דער פֿאַרכּישופֿטער וועלט פֿונעם פֿאַרלוירענעם אַמאָל, אַזעלכע ווי האַנס זאַל. אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין פֿאַרשטאַנען דעם גרויסן חשיבֿות פֿון דער פֿאַרלוירענער קולטור פֿאַר דער צוקונפֿט פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק. לאָמיר האַפֿן, אַז ס׳וועט קומען די צײַט, ווען די ייִדן וועלן אויך דערזען, אַז עס איז ניטאָ קיין צוקונפֿט אָן אַן עבֿר, און וועלן זיך אומקערן צו דער ירושה פֿון ייִדיש.