אַ זײַט פֿון "המשך און בײַט" — לעוו בערינסקיס אַ ליד |
פֿון צוויי קליינע לענדער אין צפֿון־אייראָפּע, האָבן מיר גאָר לעצטנס און גאָר אומגעריכט באַקומען אַ שיינע און אַפֿילו אַן איבערראַשנדיקע ייִדיש־מתּנה. די מחברטע פֿונעם בוך וועגן וועלכן ס'רעדט זיך דאָ, פּראָפֿ' אַסטריד שטאַרק־אַדלער, איז אַן עלזאַסערין און דער פֿאַרלאַג אירער איז אַ שוועדישער. ביידע לענדער האָבן אַן אַלטן ייִחוס־עצמו לגבי ייִדיש. די עלזאַסער געגנט איז דאָס געבוירן־אָרט פֿון אַלט־ייִדיש מיט טויזנט און עטלעכע הונדערט יאָר צוריק, און האָט נאָך אַפֿילו ביז הײַנט אַ קליינעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן ייִשובֿ. אין שוועדן געפֿינט זיך דער "מולטיעטנישער פֿאָרשצענטער" אינעם אַלטן און באַרימטן אופּסאַלאַ־אוניווערסיטעט. דער פֿאַרצײַטיקער לינעוס האָט נאָך דאָרטן געפֿאָרשט, אין זײַן פּרעכטיקן גאָרטן, און באַוויזן ווי עס גיבן זיך איבער בײַ פֿלאַנצן, געוויקסן און גרינסן די מענדעליאַנער גענעטישע ירושה־אייגנשאַפֿטן. דאָרטן האָט מען לעצטנס אײַנגעפֿירט אַ זומער־קורס פֿון ייִדיש. אַ דאַנק דעם וואַקסנדיקן אינטערעס אין אָט דעם לשון זינט שוועדן האָט אין יאָר 2000 פּראָקלאַמירט ייִדיש ווי איינע פֿון די נאַציאָנאַלע מיעוטים־לשונות פֿונעם לאַנד, אויפֿן סמך פֿון האָבן דאָרטן פֿונקציאָנירט מער ווי פֿינף הונדערט יאָר צײַט. ווען פּראָפֿ' שטאַרק־אַדלער איז אַהין געקומען האַלטן לעקציעס אין לינגוויסטיק אין ייִדיש מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דאָס סטימולירט אַ גרויסן לאָקאַלן אינטערעס און געבוירן דעם פּלאַן אַרויסצוגעבן אייניקע פֿון אירע לעקציעס אונטערן טיטל "ייִדיש: המשך און בײַט". דעמאָלט איז אָנגענומען געוואָרן דורכן אוניווערסיטעטישן "מולטיעטנישן פֿאָרשצענטער", וואָס פֿאַרמאָגט אַן אייגענע פּובליקאַציע־סעריע אויף דער טעמע "לשונות און קולטורן אין סכּנה", דאָס צו רעאַליזירן.
די חנעוודיקע און עניוותדיקע פּובליקאַציע גופֿאַ, וואָס איז ערשט דערפֿלויגן צו אונדז, פֿאַרמאָגט דרײַ אָפּטיילן: (1). די אויפֿלעבונג פֿון ייִדיש: דער מצבֿ פֿונעם לשון הײַנט, (2). מין, עטנישקייט און די ייִדישע ליטעראַטור, און (3). די הײַנטצײַטיקע ייִדישע ליטעראַטור. בײַם סוף גיט די מחברין אַ קורצע ביבליאָגראַפֿיע פֿון עטלעכע און זעכציק איינסן וואָס זענען שוין אַלע לאַנג דערגאַנגען צו ייִדיש־צענטערס און אוניווערסיטעטישע ייִדיש־קענערס איבער דער וועלט. די לעצטע צוויי טיילן זענען פֿאַר מיר פֿון אַ קלענערן אינטערעס, און אַזוי איז מסתּמא אויך פֿאַרן אַלגעמיינעם "פֿאָרווערטס"־לייענער. וועלן מיר זיך דאָ מאַכן אַ פּשרה און זיך אָפּגעבן דער עיקר מיט די ערשטע צוויי אָפּטיילן.
ווידעראויפֿלעבונג: דער מצבֿ פֿון ייִדיש הײַנט
די מחברין טרעט צו צו איר טעמע ווי עס דאַרף דאָס טאָן אַן אייראָפּעיִשע און ניט קיין ייִדיש־אַמעריקאַנער פֿאָרשערין, אַמעריקאַנער (און די פֿריש־געוואָרענע אַמעריקאַנער) פֿאָרשער. די צרה מיט די אַמעריקאַנער איז דאָס, וואָס יעדער ווייס דאָך, אַז "סוף גנבֿ לתּליה": אימיגראַנטישע לשונות קענען ניט האָבן קיין אַריכות־ימים אין אַמעריקע, ווײַל סוף־כּל־סוף קענען קיינע פֿון זיי ניט "קאָנטראָלירן די גרענעץ", אַפֿילו ניט די גרעסטע צווישן זיי (ווי דײַטשיש און פֿראַנצויזיש), וועלכע האָבן אין מיטן און בײַם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט געהאַט, בלי־גוזמא, שווערע מיליאָנען רעדערס, הונדערטער צײַטונגען, הונדערטער קינדער־שולן און אַפֿילו אייגענע הונדערטער קלויסטערס, ביכער, פֿאַרלאַגן און אייגענע אוניווערסיטעטן, און האָבן געלעבט מער־ווייניקער קאָנצענטרירט אין געגנטן וווּ זייערע לשונות האָבן אַלעמען געדינט ווי טאָג־טעגלעכע "אומגאַנגשפּראַכן" (אַפֿילו אויך מיט פּאָלנע אַמעריקאַנער און מיט דער רעגירונג בתוכם). און איצט זענען זיי שוין אַלע פֿאַרשוווּנדן, ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי, און בלויז דער זעלטענער פֿאָרשער ווייס, אַז זיי האָבן אַפֿילו אַ מאָל עקזיסטירט. און אַזאַ וועט מסתּמא זײַן אויך די צוקונפֿט פֿון די אַלע אָנזעעוודיקע מינים שפּאַניש־רעדנדיקע וועלכע זענען שוין בײַ אונדז אין לאַנד ניט נאָר מער ווי אַ צענדליק מיליאָן, נאָר שטייען אויך אין אָפֿטן קאָנטאַקט מיט זייערע פֿרײַנד און, דער עיקר, קרובֿים אין אַלע דרומדיקע לענדער פֿון וועלכע זיי קומען אַהער שוין הונדערטער יאָרן. סײַדן דאָס זעלבע וועט מיט זיי געשען (זיי וועלן באַקומען דאָ די גאַראַנטירטע לשונות־רעכט און וועלן ערטערווײַז קענען קאָנטראָלירן די לעגיסלאַטורן, געריכטן און די עקאָנאָמישע פּראָצעסן, וואָס יעדע פֿאַרזיכיקע געזעלשאַפֿט דערוואַרט) וועלן אויך די היספּאַנישע זייער איצטיקן הויכן מעמד לגבי זייער לשונות־אויפֿהאַלט, סוף־כּל־סוף, ניט קענען אָנהאַלטן; סײַדן בײַ גאָר לעצטנס־געקומענע. דאָס איז די מאָדערנע, אינדוסטריעלע און פֿאַראייניקטע אַמעריקאַנער דערפֿאַרונג מיט אַ גאַנצער וועלט לשונות אויסער ענגליש (אַפֿילו מיט קאָלאָניאַלע און אימפּעריאַלע לשונות וואָס האַלטן זיך ווײַטער שטאַרק אין אַנדערע טיילן פֿון דער וועלט). מכּל־שכּן איז דאָס די אַמעריקאַנער דערפֿאַרונג לגבי אימיגראַנטן־לשונות. זיי האַלטן אָן אַ דור־צוויי — אין גאָר זעלטענע באַדינגונגען, אַפֿילו דרײַ — און אַראָפּ פֿון מאַרק.
אָבער שטאַרק־אַדלער איז אַן אייראָפּעערין דורך און דורך און ניט קיין אַמעריקאַנערין. זי ווייס, אַז אין אייראָפּע האַלטן זיך לשונות ניט נאָר אין משך פֿון דורות, נאָר אַפֿילו אין משך פֿון יאָרהונדערטער (אויב ניט לענגער). די לשונות סטאַביליזירן זיך און אַפֿילו די איבערוואַנדערנדיקע זענען ניט קיין אימיגראַנטישע, נאָר אייראָפּעיִשע שאַפֿונגען און שאַפֿונג־מיטלען. וועגן מערבֿ־ייִדיש באַמערקט זי, אַז כאָטש די געשיכטע האָט פֿון איר אַוועקגערויבט מערסטע פֿון אירע רעדערס און זייערע ייִשובֿים "לעבן פֿאָרט אייניקע רעדערס אירע עד־היום צווישן די אַנדערע רעדערס פֿון לשונות־וואַריאַנטן פֿון עלזאַס־לאָטרינגען"; כאָטש מערבֿ־ייִדיש האָט קיין מאָל ניט זוכה געווען צו די אידעאָלאָגישע און מאַסיווע אַנטוויקלונגען צו וועלכע עס איז אין מיזרח־אייראָפּע דערגאַנגען דער מיזרח־ייִדיש אין די סלאַווישע און שכנותדיקע לענדער. אויב מערבֿ־ייִדיש פֿירט נאָך אין געוויסע טיילן פֿון עלזאַס־לאָטרינגען איר אַמאָליקע שטילע און באַשיידענע טויזנט־יאָריקע עקזיסטענץ, דעמאָלט חידושט אונדז שוין ניט וואָס זי האַלט, אַז מיזרח־ייִדיש איז אַן אַלט און גרויס אייראָפּעיִש לשון וואָס האָט זיך כּשר פֿאַרדינט צו ווערן אָנערקענט דורך די מלוכות, געשטיצט און געלערנט צו ווערן אין די אוניווערסיטעטן, וואָס זענען מלוכישע אינסטאַנצן (ווי עס האָבן דאָס שוין טיילווײַז געטאָן שוועדן, פֿינלאַנד, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך, יונעסקאָ א"א). זי האַלט, אַז מען קען און מען דאַרף זיך באַציִען באַהילפֿעריש צו ייִדיש ווי צו אַ חשובֿן און אַלטן טייל פֿון דער אייראָפּעיִשער לשונות־מאָזאַיִק.
זי ברענגט אַפֿילו עטלעכע צענדליק פּראַקטישע עצות ווי אַזוי מען זאָל דעם ווידער־אויפֿלעב פֿון ייִדיש ממשיך זײַן און אַפֿילו שטאַרקן אין מערבֿ־אייראָפּע. מילא, די עצות ווי די עצות (אין מײַנע אויערן קלינגען זיי זייער "יוגנטרופֿעריש", דאָס הייסט, מעשׂה־"יוגנטרוף" לויטן ניו־יאָרקער שטייגער, און ניט דווקא אייראָפּעיִש, ווי ס'וואָלט בעסער געפּאַסט אין דעם פֿאַל. מיטן גאַנצן דרך־ארץ פֿאַרן "יוגנטרוף") איך בין דאָך פֿון די סאַמע ערשטע מיטגלידער זײַנע, דאָס הייסט, כּמעט אַ "לעצטער מאָהיקאַנער", וואָס שטאַמט נאָך פֿון העט פֿאַר זײַנע שעכטערישע יאָרן, ווי עס זענען אויך געווען אַזעלכע אַלטע יוגנטרופֿניקעס ווי אוריאל ווײַנרײַך ע"ה און דער ערשט־פֿאַרשטאָרבענער אַמיק ברומבערג ע"ה, וואָלט איך פֿאַר אייראָפּעער בעסער פֿאָרגעלייגט די אַלע מינים אַקטיוויטעטן פֿון "עבלול" (European Bureau of Lesser Used Languages), טאַקע ווײַל זיי זײַנען מער קהלשע (קאָמונאַלע) ווי יחידישע פּרוּוון. פֿאַר אייראָפּעער איז קלאָר, אַז אַ לשון דאַרף זײַן אײַנגעגלידערט אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון אַן אייגענער געזעלשאַפֿט און ניט בלויז אינעם לעבן פֿון אַן אָרגאַניזאַציע.
נאָך און נאָך: אייניקע ראָשי־פּרקים
שטאַרק־אַדלער פֿירט אײַן פֿאַרשיידענע חידושים אין אירע באַהאַנדלונגען וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור: אי די פֿאַרצײַטיקע, אי די פֿון הײַנט און פֿון נעכטן. זי האָט פֿאַרן אויג די גאַנצע ליטעראַטור אויף ייִדיש, אַזש פֿונעם בבֿא־בוך און דאָס מעשׂה־בוך ביז... "ביינברידזשיווקע" און די "יונגע" אין ישׂראל. זי האָט אַן אויג פֿאַרן צווישנשפּיל צווישן דער עסטעטיק וואָס ווענדט זיך אינעם אויג און די וואָס ווענדט זיך אינעם אויער (געשריבענע ליטעראַטור). זי ברענגט אַפֿילו עטלעכע מוסטערן פֿון בערינסקיס "וואָרט און בילד" (תּל־אָבֿיבֿ, 2000), וואָס ברענגט צונויף ווערטער־קלאַנגען און וויזועלע פֿאָרעמס. זי האַלט, אַז אַזעלכע עקספּערימענטן זענען ספּעציעל ווערט אָפּצושאַצן און אַרויסצוהייבן ווען זיי קומען אויף אין אַ קליינער און דעמאָגראַפֿיש שוואַכער ליטעראַטור. דאָס איז נאָך אַ מאָל אַ סימן פֿון איר פּאָזיטיווקייט.
וועלן אָנקומען דורך זעראַקס לגבי ייִדיש און ניט לאָזן זיך באַהערשן פֿון אַלטע טענער פֿון אַ"ג היסטאָרישער "אומפֿאַרמײַדלעכקייט". אַ לשון־ און ליטעראַטור־פֿאָרשער מוז זיך אָפּגעבן אויך מיט אַנדערע אַנאַליזן ווי בלויז די סאָציאָ־לינגוויסטישע, כאָטש שטאַרק־אַדלער גיט זיך זיכער אָפּ, ווי ס'באַדאַרף צו זײַן, מיט נבֿיאות־זאָגערײַ אויך.
לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט אַ קליינער דאָזע קריטיק, כּדי קיינער זאָל ניט חושד זײַן, אַז ס'איז אין אָט דעם ביכעלע ניט פֿאַראַן גאָרניט וואָס משלים צו זײַן אָדער צו רעווידירן לגמרי. אָט דריקט זי זיך אויס, אַז אַ הויפּט־חילוק, צווישן דער עבֿרית־ליטעראַטור און דער ייִדישער ליטעראַטור אין ארץ־ישׂראל איז וואָס בײַם לייענען די עבֿרית־שרײַבער איז בײַ איר דער אײַנדרוק, אַז זיי פֿאַרמאָגן זעלטן אַ צוגעבונדקייט צום רײַכן ייִדישן עבֿר. ס'איז אַ נײַע ליטעראַטור, וואָס דאַרף אויספֿורעמען אַ נײַעם מין ייִד, בהסכּם מיטן ציוניסטישן צוגאַנג צו דער גאַנצער עבֿריתישער רעאַליטעט אין ארץ־ישׂראל. אַ פֿאָלק און אַ ליטעראַטור אָן אַ טיפֿן צובונד צו זײַן אייגענעם קאָלעקטיוון עבֿר, מוז ווערן און זײַן אי פֿלאַך און אי אויסגעליידיקט! בײַ דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם זעלבן לאַנד, קריגט זי דעם אײַנדרוק, אַז אי אירע שרײַבער, אי אירע קאָנסומענטן שפּיגלען אָפּ די באַוווּסטזיניקייט פֿון אַ קאָלאָסאַל רײַכן עבֿר; אָבער אין דער זעלבער צײַט, אַ כּמעט טאָטאַלן דוחק פֿון אַן עתיד־געפֿיל אָדער איבערצײַגונג. איז דאָס אפֿשר זייער אַ טיפֿער זאָג (כאָטש מיר דאַכט זיך, אַז ער איז ווײַט ניט אַזוי אָריגינעל ווי זי שטעלט אים פֿאָר). ערגעץ האָב איך דאָס שוין געלייענט פֿריִער, נאָר פּונקט איצט דערמאָנט זיך מיר ניט ווען און וווּ. בין איך דאָך אַ ווילנער ליטוואַק און דאָס מתנגדישע בלוט, וואָס פֿליסט בײַ מיר אין די אָדערן, האַלט אין איין חושד זײַן אַזעלכע ווויל־קלינגעוודיקע פֿאַראַלגעמיינערונגען און פֿרעגט בײַ מיר אָן אויפֿהער: וואָס וואָלט מען, אַ שטייגער, געמוזט דערווײַזן כּדי אַזאַ מעמקימדיקע השערה עמפּיריש צו באַווײַזן און באַשטעטיקן; אָפּפֿרעגן אָדער טיילווײַז צו מאָדיפֿיצירן בהסכּם מיט די תּקופֿות, וואָס יעדער שרײַבער און יעדע ליטעראַטור מאַכט דורך?
די אונטערשטע שורה: דאָס איז באמת אַ פֿײַנע מתּנה און ווער ס'וואָלט וועלן אַליין זיך באַקענען דערמיט וואָלט געקענט דאָס באַשטעלן פֿאַר אַ שיבוש דורך פֿאַרבינדן זיך מיטן אַרויסגעבער:
Upsalla University, POB 514, Center for Multiethnic Research, SE-751, 20 Upsalla, Sweden
איך וויל גלייבן, אַז דער "ציקאָ־ביכער־פֿאַרלאַג" אין ניו־יאָרק און דער "י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג" אין תּל־אָבֿיבֿ וואָלטן דאָס געקענט באַשטעלן פֿאַר אַזעלכע וואָס ווילן דאָס האָבן בײַ זיך אין דער היים און דערפֿון קענען פּריוואַטערהייט הנאה האָבן און, דאָ און דאָרטן, איבערלייענען מער ווי איין מאָל.