|
בעת אַ זיצונג פֿון דער קאָנפֿערענץ אינעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטישע שטודיעס |
|
גאַנץ אָפֿט קומט אויס צו הערן אַ דעה, אַז די גאַנצע סאָוועטישע תּקופֿה פֿון 1917 ביז 1991 איז געווען אַ גײַסטלעכער מדבר, וואָס שײַך די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. יעדער איינער, וואָס איז כאָטש אַ ביסעלע באַקאַנט מיט דעם ענין ווייסט, אַז אין די 1920ער און די 1930ער יאָרן האָט דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאָגט אַן אַנטוויקלט נעצווערק פֿון ייִדישע פֿאָרשונג־אינסטיטוציעס און פּעדאַגאָגישע אַנשטאַלטן, וואָס האָבן געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן.
דאָס איז געווען דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ די מלוכה האָט אָפֿיציעל געשטיצט ייִדיש ווי אַ מינאָריטעט־שפּראַך, און די דאָזיקע שטיצע אַרײַנגענומען אויך די פֿאָרשערישע אַרבעט אויף ייִדיש. אַ קליינע צאָל פֿאָרשער פֿון געשיכטע און ליטעראַטור אין אַלגעמיינע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדישער טעמאַטיק.
אָבער די פֿראַגע איז, ווי ווערטפֿול איז די דאָזיקע וויסנשאַפֿטלעכע ירושה הײַנט צו טאָג? נאַטירלעך, האָבן די סאָוועטישע פֿאָרשער פֿון ייִדישע טעמעס געמוזט זיך צופּאַסן צו דעם זעלביקן סדום־בעטל פֿון מאַרקסיסטיש־לעניניסטישער אידעאָלאָגיע ווי די גאַנצע סאָוועטישע וויסנשאַפֿט. נאָך 1949 האָבן זיך צו דעם צוגעגעבן נײַע פּאָליטישע גזירות פֿון אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער. איז וואָס זשע האָט מען געקאָנט אויפֿטאָן אין אַזעלכע באַדינגונגען — סײַ אויף דעם "אָפֿיציעלן" פֿעלד און סײַ אויף אַן אופֿן פֿון "אונטערערד"?
דער דאָזיקער טעמע איז געווען געווידמעט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אינעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים בײַם רוסלענדישן אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטישע שטודיעס. די רעפֿערענטן האָבן באַהאַנדלט ברייטע טעמאַטישע אַספּעקטן׃ די פּערזענלעכע גורולות פֿון סאָוועטיש־ייִדישע פֿאָרשער, ווי למשל, דעם היסטאָריקער ישׂראל סאָסיס (עליסאַ בעמפּאָראַד, ניו־יאָרק), דעם סטאַטיסטיקער אליהו ווײַצבליט (דבֿורה יאַלען, קאָלאָראַדאָ), דעם עטנאָגראַף יהושע פּולנער; די געשיכטע פֿון אינסטיטוציעס, אַזעלכע ווי דער ייִדישער מוזיי אין ווילנע (דוד פֿישמאַן, ניו־יאָרק), דער קיִעווער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור (יעפֿים מלמד, קיִעוו), די ביכער־זאַמלונג פֿון באַראָן גינזבורג אין מאָסקווער מלוכישער ביבליאָטעק (אַלענאַ ליסיצינאַ, מאָסקווע). מען האָט געמאַכט איבערזיכטן פֿון דער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור (לעאָניד קאַציס) און פֿאָלקלאָריסטיק (מאַשע קאַספּינאַ, מאָסקווע). דרײַ רעפֿערענטן האָבן זיך ספּעציעל אָפּגעגעבן מיט די ייִדישע פֿאָרשונגען אין ווײַסרוסלאַנד׃ קלער לע פֿאָל (סאַוטהעמפּטאָן, ענגלאַנד), אַ. זאַמויסקי און ד. שעוועלעוו (ביידע פֿון מינסק).
אַ ספּעציעלע דיסקוסיע איז געווען געווידמעט דעם 30סטן יאָרטאָג פֿון דער ייִדיש־עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין מאָסקווע דורך אַ גרופּע פֿון עטנאָגראַפֿן און היסטאָריקער. ענלעך צו דעם ייִדישן היסטאָרישן סעמינאַר אין לענינגראַד, וועגן וועלכן עס האָט דערציילט זײַן אָנפֿירער מיכאל בייזער (ירושלים), איז די דאָזיקע קאָמיסיע געווען אַ ניט־אָפֿיציעלע אינסטיטוציע, וואָס האָט באַצוועקט אויפֿצולעבן די ייִדישע לימודים אין די 1980ער יאָרן, ווען אַזאַ מין אַקטיוויטעט איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַן אַנטי־סאָוועטישע אַקטיוויטעט.
די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די דאָזיקע אונטערנעמונגען האָבן אויסגעקליבן פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס. דער לענינגראַדער סעמינאַר פֿלעגט זיך צונויפֿקומען געהיים, זײַנע אָנפֿירער האָבן ניט אונטערגעהאַלטן קיין קאָנטאַקטן מיט די "שליחים" פֿון ישׂראל אָדער מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער "אָפֿיציעלער" סאָוועטישער וויסנשאַפֿט. די מאָסקווער "קאָמיסיע" האָט זיך לכתּחילה פֿאַרבונדן מיט דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", אָבער אין גיכן האָט דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, באַשלאָסן ניט צו דערלאָזן אַזאַ מין "געפֿערלעכע" אַקטיוויטעט אונטער דעם דאַך פֿון זײַן זשורנאַל.
די דאָזיקע באַשיידענע איניציאַטיוון האָבן געהאַט ברייטע פּעול־יוצאס אין דער צײַט פֿון "פּערעסטרויקע" און שפּעטער. פֿון דעם פֿאַרמאַכטן לענינגראַדער סעמינאַר איז אויסגעוואַקסן אַ נײַע ריכטונג פֿון שטעטל־פֿאָרשונגען, וואָס האָט געפֿונען איר היים, צוערשט, אינעם פּעטערבורגער ייִדישן אוניווערסיטעט און הײַנט באַזירט ער זיך אינעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג. אין מאָסקווע האָט מען געשאַפֿן דעם מאָסקווער ייִדישן אוניווערסיטעט און דעם צענטער פֿאַר אַקאַדעמישע ייִדישע לימודים "ספֿר". די דאָזיקע אַנשטאַלטן האָבן שוין צוגעגרייט אַ נײַעם דור ייִדישע פֿאָרשער אויף פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע געביטן, פֿון תּנ״ך און תּלמוד ביז הײַנטיקער פּאָליטיק.
די וויסנשאַפֿטלעכע ירושה פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה נייטיקט זיך אין אַ געהעריקער באַזיניקונג. ווי עס האָבן דערוויזן אייניקע רעפֿעראַטן אויף דער קאָנפֿערענץ, איז די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען און ייִדישער קולטור ניט געגאַנגען אין גאַנצן באַרג־אַראָפּ אין די 1930ער יאָרן. מיט דעם קער פֿון דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע פֿון דער דיקטאַטור פֿונעם פּראָלעטאַריאַט צו דעם נײַעם סאָוועטישן אימפּעריאַליזם, האָט יעדע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט באַקומען אַן אייגן באַשיידן אָרט.
ווי עס האָט באַוויזן מאַרק קופּאָוועצקי (מאָסקווע), זײַנען אין די יאָרן 1938 — 1941 פֿאַרטיידיקט געוואָרן אַ היפּשע צאָל דאָקטאָראַטן אויף די טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. דער אַקאַדעמישער אַספּעקט פֿון דער ייִדישער קולטור איז געוואָרן בולטער נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן זיך אַזוי אָדער אַנדערש אָפּגעגעבן מיט דער פּראַקטישער "ייִדישער אַרבעט", אַזעלכע ווי די אינסטיטוציעס פֿאַר ייִדישער קולטור אין קיִעוו און מינסק און ייִדישע אָפּטיילונגען אין פּעדאַגאָגישע אינסטיטוטן, וואָס האָבן געגרייט לערער פֿאַר סאָוועטישע ייִדישע שולן. איינצײַטיק האָט מען ליקווידירט די גאַנצע סיסטעם פֿון ייִדישע שולן מחוץ דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין ביראָבידזשאַן.
די געשיכטע פֿון ייִדישער פֿאָרשונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען אַ מעשׂה מיט עטלעכע אָנהייבן און סופֿן. די טראַדיציע איז מיט געוואַלד איבערגעריסן געוואָרן מער ווי איין מאָל אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, און דער אײַנטיקער דור פֿון רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ וואַקס אָן השׂגות וועגן דער אייגענער אינטעלעקטועלער ירושה. דערפֿאַר דווקא האָט אַזאַ קאָנפֿערענץ ניט בלויז אַן אַקאַדעמישן, נאָר אויך אַ געזעלשאַפֿטלעכע ווערט.