פּאָליטיק

עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז די טעג האָב איך געלייענט אַזש דרײַ ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען. ניט די הײַנטיקע אויסגאַבעס, נאָר פֿון די 1930ער יאָרן. דאָס זײַנען געווען "פֿאָרווערטס", "דער טאָג", און "מאָרגן-פֿרײַהייט". וועגן דעם, וואָס איך האָב אין זיי געזוכט און וואָס איך האָב געפֿונען, וועל איך, אפֿשר, שרײַבן אַנדערש מאָל. איצט וויל איך דערמאָנען אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: "קאָמפּאַרטמענטאַליזאַציע". דאָס האָב איך, דאַכט זיך, פֿאַרייִדישט אַן ענגלישן טערמין. אויף ייִדיש קען מען עס בעסער אָנרופֿן: פֿאַנאַנדערגרענעצונג.

איך מיין דערמיט, אַז ווען מע לייענט די דאָזיקע דרײַ צײַטונגען, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין זיי האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט דרײַ באַזונדערע ייִדישע וועלטן. אין יענע דרײַ וועלטן האָט מען זייער אייגנאַרטיק רעאַגירט אויף די געשעענישן פֿון פּאָליטישן און קולטור-לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין אַנדערע לענדער. פֿון גאַנץ פֿאַרשיידענע זאַכן האָט מען געמאַכט אַ וועזן. און מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, חוזק געמאַכט איינער פֿון דעם אַנדערן.

מיר ווייסן (כאָטש עס וואָלט ניט געשאַט צו וויסן נאָך מער) פֿון דער פֿאַנאַנדערגרענעצונג, וואָס האָט עקזיסטירט אין יענע צײַטן. זי האָט, בלי-ספֿק, געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין אונטערהאַלטן די איבערגעגעבנקייט צו, אַ שטייגער, דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. ניט צופֿעליק האָט דער "קאָמינטערן" אינסטרוקטירט, אין יאָר 1934, די קאָמוניסטישע רעדאַקטאָרן פֿון גאָר דער וועלט צו שאַפֿן "פֿולע" צײַטונגען — צו באַפֿרידיקן די לייענער אין גאַנצן, זיי זאָלן, חס-וחלילה, ניט אַרײַנקוקן אַפֿילו אין אַנדערע בלעטער. אינפֿאָרמאַציע איז דאָך ווי נאַרקאָטיקעס, מע ווערט אָפּהענגיק פֿון איר. טאָמער מע חזרט איבער טאָג-אײַן טאָג-אויס, אַז סטאַלין איז אַ געניאַלער, הייבט מען אָן צו גלייבן. יעדנפֿאַלס, האָבן אייניקע — און גאָר ניט ווינציק אַזעלכע "אייניקע" — געהאַלטן עס פֿאַר אַן אַבסאָלוטן אמת. און מע האַלט נאָך איצט.

לעצטנס בין איך געווען אויף אַ צונויפֿקומעניש פֿון אינטעליגענטע ניו-יאָרקער לײַט, ייִדישע דער עיקר, און איינער פֿון זיי האָט געטענהט, מיט אימפּעט און פֿעסטער איבערצײַגונג, אַז סטאַלין (דווקא ער!) האָט געוווּנען די מלחמה קעגן פֿאַשיזם. די זיגער מישפּט מען ניט — אַזוי האָט, כּלומרשט, אַ מאָל געזאָגט די רוסישע מלכּה קאַטערינע די צווייטע. לויט אָט דער לאָגיק, הייסט עס, מוז מען פֿאַרמאַכן די אויגן אויף סטאַלינס ניט גוטע מעשׂים. אַ סבֿרא, אַז דער מענטש, וואָס האָט פֿאַרטיידיקט סטאַלינען, האָט ערגעץ אײַנגעחזרט אָט די געפֿערלעכע אידעע.

און נאָך איין מאָדנע זאַך האָב איך געזען לעצטנס: אויף דעם וואַשינגטאָן-פּלאַץ, אין דער געגנט פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, זײַנען געשטאַנען עטלעכע פֿרויען. לויט זייער אויסזען, זײַנען זיי אפֿשר געווען ייִדישע און דערצו אָן בולטע סימנים פֿון משוגעת, אָבער דאָס האָט זיי ניט געשטערט צו פֿאַרשפּרייטן פֿלוגבלעטלעך פֿון אַן אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. זיי האָבן זיך, אַ פּנים, אויך אָנגעלייענט און זיך פֿאַרקאָנסערווירט אין זייער באַזונדערער וועלט.

ערגעץ, אין דעם אינפֿאָרמאַציע-שטראָם, האָב איך דערזען, אַז מע האָט ניט לאַנג צוריק אויסגעפֿרעגט דעם עולם אין רוסלאַנד, און צוויי דריטל האָבן אַנטפּלעקט אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו סטאַלינען. ווידער אַ מאָל די זעלבע מעשׂה: ער האָט געוווּנען די מלחמה, און אַזוי ווײַטער.

און דאָ פּלוצעם, אויך די טעג, פֿרעגט מיך אַ קרובֿ (אין דער אמתן, אַ שטיקל קרובֿ) מײַנער, צי איך האָב ניט פֿאַרגעסן וועגן סטאַלינס געבוירנטאָג, דעם 21סטן דעצעמבער. הײַיאָר מאַכט זיך אַ יובֿל בײַ דעם גזלן — 130 יאָר. דער שטיקל קרובֿ האָט עס מיר געזאָגט ווי אַ שפּאַס. זײַן איידעמס געבוירנטאָג איז אויך דעם 21סטן דעצעמבער, ליגט עס אים אין זינען.

און דאָך, אַזוי צי אַזוי, פֿאַרגעסט מען ניט וועגן סטאַלינען. עס אַרבעט ניט די פֿאָרמול "ימח-שמו-וזכרו". איך בין זיכער, אַז אין געוויסע, פֿאַנאַנדערגעגרענעצטע קרײַזן וועט מען אַפֿילו פֿײַערן זײַן 130סטן יוביליי. מע וועט עס, בלי-ספֿק, טאָן אין רוסלאַנד, כאָטש ער, סטאַלין, האָט אין די יאָרן פֿון זײַן ממשלה אויסגעהרגעט מער רוסן, איידער דאָס האָט באַוויזן צו טאָן היטלער. עס וועלן זיך, צום באַדויערן, געפֿינען סימפּאַטיקער פֿון סטאַלינען אויך מחוץ רוסלאַנד.

אַז מע גייט אַרײַן אין אַ ביכער-געשעפֿט און מע גייט צו צו די פּאָליצעס "געשיכטע", זעט מען כּסדר סטאַלינען אויף די הילעס פֿון ביכער וועגן רוסלאַנד און היטלערן אויף די הילעס פֿון ביכער וועגן דײַטשלאַנד. לייענט מען עס. פֿון איין זײַט איז עס, דאַכט זיך, גוט, טאָמער מע קלײַבט זיך פֿאַנאַנדער אין דער געשיכטע. אָבער אַ סכּנה שטעקט אין דעם אויך. ווײַל דאָס שלעכטס האָט אויך אַ צוצי-כּוח — פֿאַר יחידים, ווי אויך פֿאַר פֿאַנאַנדערגעגרענעצטע קרײַזן.

די דערפֿאַרונג ווײַזט, אַז ס׳איז גאַנץ גרינג צו פֿאָרמירן צי טראַנספֿאָרמירן אַ פּערזענלעכקייט דורך באַגרענעצן דעם צוטריט צו איין מין אינפֿאָרמאַציע, בעת מע באָמבאַרדירט אים, אָדער זי, מיט אַן אַנדער מין סחורה. וואָס דאַרף מען זוכן אַ מוסטער: מיך גייט אין גאַנצן ניט אָן גאָלף. איך שפּיל ניט די שפּיל, און איך פֿאַרשטיי זי ניט. און טײַגער וווּדס אינטערעסירט מיך ווי דער פֿאַראַיאָריקער שניי. אָבער עס לאָזט זיך אויס, אַז מײַן קאָפּ, אַ קאָפּ פֿון אַ קרבן פֿון אַן אינפֿאָרמאַציע-באָמבאַרדירונג, איז פֿאַרמיסטיקט מיט פּרטים וועגן זײַנע באַציִונגען מיט פֿרויען.

איך האָב געלייענט די פֿאַנאַנדערגעגרענעצטע אַלטע ייִדישע צײַטונגען, זיך צוגעהערט צו איצטיקע מיינונגען וועגן סטאַלינען, און געטראַכט: די געזעלשאַפֿט בלײַבט סײַ-ווי-סײַ פֿאַנאַנדערגעגרענעצט אויף באַזונדערע וועלטלעך. מע לייענט נאָר געוויסע "פֿולע" צײַטונגען, און מע מיאוסט זיך צו נעמען אין די הענט אַנדערע אויסגאַבעס. דאָס זעלבע איז מיט ראַדיאָ, טעלעוויזיע און אינטערנעץ.

איז אפֿשר איז עס טאַקע אונדזער מזל, וואָס מע באָמבאַרדירט אונדז מיט אַזעלכע שטותים ווי די ליבע-געשיכטעס פֿון טײַגער וווּדס? זיי, די דאָזיקע שטותים וועגן ספּאָרט און כּלערליי "באַוווּסטע לײַט", שאַפֿן אַ וואַנט, וואָס פֿאַרטיידיקט דעם המון פֿון ערנסטע ענינים. ס׳איז ווי אַ רפֿואה, וואָס מאַכט אַ מענטשן פֿאַרטעמפּט, אָבער גלײַכצײַטיק רײַסט אים אַרויס פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַנאַנדערגרענעצונג. אַנדערש וואָלט מען דאָך אין גאַנצן זיך צעטיילט אויף גרופּקעס און גענומען פֿירן גאָר ערנסטע מלחמות איינער קעגן דעם אַנדערן. און אַזוי — קען מען דברן וועגן טײַגער וווּדס און ענלעכע זאַכן פֿון אַזאַ שניט.