ישׂראל קעמבל |
Photo: Carol Rosegg |
בײַ אונדז זאָגט מען: אַ טאָג וואָס מען לאַכט נישט, איז אַ פֿאַרלוירענער טאָג. איז אויב איר ווילט טאַקע לאַכן, מוז איך אײַך אָנזאָגן די גוטע בשׂורה. פֿאַרפֿעלט נישט די איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך מיטן מאָדנעם נאָמען "מאַכט אַ ברית איבער מיר." פֿון וואַנען עס האָט זיך גענומען אַזאַ ריזיקער עולם אין קליינעם און באַשיידענעם "בליקער סטריט טעאַטערל," האָב איך בשום־אופֿן נישט געקענט פֿאַרשטיין. יונג און אַלט האָט געשטראָמט כוואַליעסווײַז צו דער טיר. וואָס איז די גדולה, ווילט איר מסתּמא וויסן? איז די מעשׂה אַזאַ: ס׳קומט אַרויס אַ פֿרומער ייִד אויף דער בינע, מיט אַ יאַרמלקע און אַ קאַפּעליוש אויפֿן קאָפּ, זײַנע ציצית הענגען אַראָפּ כּמעט ביז די פּיאַטעס. די שוואַרצע קאַפּאָטע, די באָרד מיט די פּאות, לאָזן אײַך גלײַך וויסן אַז עס שטייט פֿאַר אײַך אַ פֿרומער, אָרטאָדאָקס פֿון אַ ייִד.
אָבער נישט געכאַפּט. ס׳איז נישט קיין הייסע לאָקשן. דער פּאָלנער חסיד איז גאָר געבוירן געוואָרן אַ פּאָלנער גוי. געהייסן האָט ער קריסטאָפֿער קעמבל. ער דערציילט, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ פֿאָרשטעטל פֿון פֿילאַדעלפֿיע, בײַ אַ מאַניאַקיש מרה־שחורהדיקער, איטאַליעניש־קאַטוילישער מוטער און אַ פּאַטאַלאָגיש־שווײַגנדיקן אירלענדישן פֿאָטער. און אַזוי ווי ער איז געווען אַ קאַטויל בײַם געבורט, האָט ער זיך שפּעטער דערוווּסט, אַז דאָס וואָס ער האָט זיך געכאַפּט צום ביטערן טראָפּן אין עלטער פֿון נײַן יאָר, און צו נאַרקאָטיקס מיט אַ מיטוואָך שפּעטער, וועט ער זיכער נאָכן טויט גיין גלײַך אין גיהנום אַרײַן וווּ מ׳וועט אים ברענען און בראָטן. האָט ער געכאַפּט די פֿיש פֿאַר דער נעץ, און שנעל אַריבער צום ייִדישן גלויבן, און דערמיט פֿאַרזיכערט זיך דעם ייִדישן, ליכטיקן גן־עדן.
איז ווי אַזוי פֿאַרוואַנדלט זיך אַזאַ קריסט מיט אַזאַ נאָמען ווי קריסטאָפֿער אין אַ נאָמען ווי ישׂראל? אין דעם טאַקע באַשטייט די גאַנצע פּיעסע, וווּ דער עולם האַלט זיך ממש בײַ די זײַטן. מ׳כאָכאָטשעט אויף אַלע לעפֿצן, מ׳קײַכט מיט טרערן, מ׳פֿאַרגייט אין אַן אויסבראָך פֿון געלעכטער ביז מ׳קען זיך שוין נישט אײַנהאַלטן און רעזיגנירן צו אַ מאָמענט וווּ דער אַקטיאָר נעמט איבער און איר פֿאָלגט נאָך אַ יעדן ריר זײַנעם. איז ווי קומט צו אַזאַ גוי דער געדאַנק זיך מגייר צו זײַן? קודם און צום אַלעם ערשטן דערוויסט מען זיך וואָס אַ גוי דאַרף אַלץ אויסשטיין כּדי צו ווערן אַ ייִד. באַשליסט ער צו ווערן פּאַני־בראַט מיט אַ ראַבײַ פֿון אַ רעפֿאָרעם־טעמפּל אין לאָס־אַנדזשעלעס. און כאָטש דער ראַבײַ רעדט אים אָפּ פֿון אַזאַ וואַזשנעם שריט, צוליב די צרות און לייד וואָס די ייִדן שטייען אויס, העלפֿט עס אים ווי אַ טויטן באַנקעס. קריס איז אײַנגעשפּאַרט. ער ענטפֿערט אויף די פֿינף פֿראַגעס וואָס מ׳שטעלט אים, און ער ענטפֿערט אויף אַלע פֿינף מיט אַ "יאָ!", נישט וויסנדיק גענוי וואָס עס מיינט צו זײַן געטרײַ און איבערגעגעבן צום כּלל־ישׂראל.
אַ מזל פֿון אַ גוי. ער דאַרף גאָרנישט אַדורכגיין קיין ראַדיקאַלן, עכטן ברית, ווײַל אין דער צײַט ווען ער איז געבוירן געוואָרן, האָט מען דאָ אין די שפּיטעלער געמלעט אַלע נײַ־געבוירענע ייִנגלעך, נישט געקוקט צו וועלכער רעליגיע זיי געהערן, אַחוץ ייִדן, הייסט עס. די ייִדן האָבן אַהיים גענומען דאָס עופֿעלע און געמאַכט אַ גאַנצע צערעמאָניע מיט אַ ברית־מילה און אַ פּדיון־הבן. און דאָס אין דער היים אָדער אין שיל, מיט אַ סאַמאָראָדנעם מוהל. אַזוי אַז אַלץ איז אַדורך כּדת־משה־וישׂראל.
בײַ קריסטאָפֿערן איז עס צוגעגאַנגען אַנדערש. בײַ אים האָט מען אויסגעאיבט אַ חטפֿת־דם־ברית. מיט איין וואָרט, מען האָט סימבאָליש פֿון אים גענומען אַ טראָפּן בלוט. נישט פֿון פֿינגער, ליבע פֿרײַנד, און דערמיט פֿאַרזיכערט אים אַז פֿון הײַנט מאָל אָן און ווײַטער איז ער אַ ייִד לויטן נוסח רעפֿאָרמירטער גיור.
אָבער בײַ ייִדן גייט עס דאָך נישט צו אַזוי גלאַטיק ווי עס רעדט זיך, ווײַל ווען דער רעפֿאָרעם־טעמפּל האָט גענומען אונטערצוהינקען אין הילכות ייִדישקייט, האָט קריסטאָפֿער גענומען זײַן רעפֿאָרמירטן גיור און זיך געוואָנדן צו אַ ראַבײַ פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע, און יענער האָט באותו־הרגע צו נישט געמאַכט זײַן רעפֿאָרמירטן גיור, און אים געהייסן שטעלן זיך פֿאַר אַ נײַעם נסיון, מיט אַ בית־דין פֿון דרײַ רביים, און ווידער אַ מאָל אַדורכמאַכן אַ חטפֿת־דם־ברית־מילה.
מיינט איר דאָך, אַז צוויי בריתן איז פֿאַר אים געווען גענוג און אַראָפּ פֿון מאַרק? נישט־געשטויגן, נישט־געפֿלויגן. דער גר האָט באַמערקט אַז צווישן ייִדן זײַנען אויך דאָ אָרטאָדאָקסן — פֿרומע ייִדן אין קאַפּעליושן און בערד, פּאות און שוואַרצע קאַפּאָטעס, די הענט פֿאַרלייגט פֿון הינטן אויף נישט אָפּצוגעבן קיין שלום־עליכם וועמען עס קומט זיך נישט. האָט ער זיך געוואָנדן צו אַן אמתדיקן, אַכצן קאַראַטיקן רבין, וועלכער היט אָפּ די אָרטאָדאָקסישע שיטה פֿון ייִדישקייט, און דער דריטער צוגאַנג איז אים געווען צום האַרצן, נישט געקוקט וואָס ער האָט געמוזט אַדורכמאַכן אַ מיקווה און אַ דריטן ברית.
מיינט איר דאָך, אַז דאָס איז פֿאַר אים געווען גענוג? אַ נעכטיקער יום־טובֿ. דער גר האָט געמאַכט עליה, אַוועק קיין ישׂראל, זיך באַזעצט דווקא אין ירושלים עיר־הבירה, און ערשט דאָרט האָבן זיך אָנגעהויבן זײַנע אמתדיקע צרות, ווײַל יענע ישׂראלדיקע רביים און רבנים האָבן נישט אָנערקענט די דרײַ שיטות מיט זייערע ברית־מילות אין איינעם. דאָרט דאַרף מען דאָקומענטירן, רעווידירן, אַסיגנירן, פּראָצעסירן, דעקלאַרירן און סתּם אַרויסגעבן אַ פּסק, אַז דער גר איז פֿאַקטיש פֿרײַוויליק צוגעשטאַנען צום ייִדישן פֿאָלק און נישט געקוקט אויף די אַלע שטיינער אין וועג, האָט זיך קריסטאָפֿער־ישׂראל קעמבל געפֿילט נאָענט צו גאָט, צום ייִדישן גאָט, צו דער קהילה, צו די זמירות און די אָרטאָדאָקסישע שיטה האָט אין אים אַרײַנגעבלאָזן אַ נײַע נשמה.
חוץ די אַלע זיבן זאַכן האָט ער געמוזט נאָכפֿאָלגן די טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן, וואָס אָן זיי קען מען נישט זײַן קיין עכטער אַחינו־בני־ישׂראל, שוין אָפּגערעדט פֿון דער פּאָליטיק אין לאַנד. אָט דער גאַנצער מאַטעריאַל וואָס ישׂראל (קריסטאָפֿער) קעמבל האָט אָנגעשריבן איז ממש פּאַפּע צום לאַכן מיט יאַשטשערקעס.
ישׂראל קעמבל איז געוואָרן אַ קאָמעדיאַנט. ער האָט אויסגענוצט דעם מאַטעריאַל וואָס ער האָט אַדורכגעלעבט און געברענגט די קאָמעדיע פֿאַר אַן עולם אין ירושלים. געהייסן האָט זײַן אויפֿטריט "ס׳איז נישט אין הימל." ער איז אויך אויפֿגעטראָטן אין לאָנדאָן און אין "טריניטי קאַלעדזש" אין דובלין, אירלאַנד, וווּ ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין פֿינף ייִדן, פֿינף מאַכמעדאַנער און צוויי הונדערט און פֿופֿציק קאַטוילן. אים געפֿעלן דווקא די פּאַראַדאָקסן צווישן די ייִדן גופֿא. ער לייגט אַרײַן אין זײַן אַקט שטיקער ענערגיע, התלהבֿות, פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען, אינטעליגענץ, פּסיכאָלאָגיע און לומדות. מ׳קען אים נישט באַשולדיקן אין טשעפּוכאַ אָדער חוזקן פֿון זיך און פֿון ייִדן. פֿאַרקערט, ער איז ערנסט, טויט ערנסט, אָבער מיט קאָפּ און אַ ייִדישער נשמה. ערשטנס, אַז איר וועט אים זען אין גאַס, וועט איר באַלד פֿאַרשטיין אַז דאָ גייט אַ חסיד, אַ פֿרומער ייִד פֿון וויליאַמסבורג אָדער באָראָ־פּאַרק, אָדער קראַון־הײַטס.
קעמבל קען בשום־אופֿן נישט פֿאַרשטיין ווי אַזוי ייִדן קענען ביטול מאַכן און פֿאַראורטיילן אַנדערע ייִדן, האַלטן אַז זיי זײַנען קנאַפּע ייִדן. איין שיטה אין חסידות פֿאַרנייגט און מאַכט צו קליין געלט אַ צווייטע. ייִדן טראָגן אַ האַרץ איינער אויפֿן צווייטן צוליב דער עכטקייט אין זייער ייִדישקייט, ווי זיי וואָלטן געווען נישט קיין געבעטענע געסט בײַם רבינס טיש. מיט איין וואָרט, דאָס וואָס ס׳איז פֿאַר אונדז כּשר איז פֿאַר זיי טריף. זיי האַלטן אונדז נישט פֿאַר קיין ייִדן אָדער פֿאַר קנאַפּע ייִדן, און דאָס איז פֿאַר אַ גר געווען אַן אויסגעפֿינס.
די פֿאָרשטעלונג שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿאַרשיידענע ריכטונגען אין זײַן אַ ייִד. דער עיקר כאַפּט מען זיך ווי ווײַט מיר זײַנען פֿאַרקראָכן אין די טונקעלע היילן פֿון אונדזער מסורה. דער עולם ספּאַזמירט אַזש און שטיקט זיך פֿון געלעכטער. און אין דער זעלבער צײַט ווישט מען אָפּ אַ טרער. דער פֿויגל, ס׳הייסט ישׂראל קעמבל, האָט ליב ארץ־ישׂראל, זייערע טראַגישע געשעענישן זײַנען זײַנע. דאָרט האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ ייִדיש מיידל, געהאַט אַ צווילינג מיידעלעך און פֿילט זיך צוגעבונדן צום ייִדישן לעבן אויף זײַן אופֿן. ווי האָט איינער פֿון די קאָמעדיאַנטן אַמאָל געזאָגט?:
"לויפֿט שנעל זען די פֿאָרשטעלונג איידער קעמבל בײַט אויס דאָס רענדל און הייבט אָן צו גלייבן אין בודאַן!"
איין זאַך מוז איך אײַך אָנזאָגן, לאָזט נישט אַדורך די געלעגנהייט צו זען די שטורמיש־רעלעוואַנטע פֿאָרשטעלונג. זי שפּילט אין:
Bleecker Street Theater
45 Bleecker St.
(212) 239-6200