די קינדער פֿון דער "פּריפּעטשיק"־גרופּע אין באָלטימאָר לערנען זיך אויס די ייִדישע נעמען פֿון ביימער |
ווען אַ יונג פּאָרפֿאָלק, וואָס געהערט נישט צו די ייִדיש־רעדנדיקע חסידישע קרײַזן, באַשליסט צו דערציִען די קינדער אויף ייִדיש, איז דער ענין, וווּ מע זאָל וווינען, אַ גאָר וויכטיקער. פֿאַרשטייט זיך, מע מוז אויסקלײַבן אַן אָרט, וווּ די עלטערן קענען ציִען חיונה. פֿון דעסטוועגן, גלוסט זיך אויך צו געפֿינען אַ שטאָט אָדער געגנט, וווּ די קינדער וועלן קאָנען הערן ייִדיש, געדערט מחוץ דער אייגענער משפּחה.
בײַ דרײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות — בנימין און חנה מאָס, מאַרק און ברכה קאַפּלאַן, און שלום און סעלעסט בערגער — האָט דאָס מזל צוגעשפּילט אויף ביידע פֿראָנטן. אַלע דרײַ האָבן געקראָגן פּאָזיציעס בײַם "דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט" אין באָלטימאָר, מערילאַנד, און צוליב דעם וואָס זייערע קינדער זענען פֿונעם זעלבן דור (דער ייִנגסטער איז אַלט 16 חדשים, און דער עלטסטער — 6 יאָר), האָט זיך געשאַפֿן אַ מעגלעכקייט אויפֿצובויען אַ שטיקל ייִדיש־רעדנדיקן ציבור.
די דרײַ משפּחות קענען זיך שוין יאָרן לאַנג דורך דער "ייִדיש־וואָך".
כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די קינדער זאָלן טאַקע זיך שפּילן אויף ייִדיש, און זיך אויסלערנען גוט רעדן, לייענען און שרײַבן די שפּראַך, טרעפֿן זיי זיך יעדן זונטיק אויף דרײַ שעה בײַ איינער פֿון די מאַמעס, חנה מאָס, וועלכע אָרגאַניזירט פֿאַר זיי פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש. מע האָט די גרופּע אַ נאָמען געגעבן "פּריפּעטשיק", פּונקט אַזוי ווי די פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, וואָס האָט זיך געטראָפֿן אין ניו־יאָרק צווישן 1982 און 2002. ס׳איז מסתּמא אויך נישט קיין צופֿאַל, וואָס אַ צווייטע מאַמע, ברכה קאַפּלאַן, האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט ווי אַ לערערין בײַם ניו־יאָרקער "פּריפּעטשיק".
איציק מאָס און ביילקע בערגער |
"חנה איז זייער שאַפֿעריש מיט די קינדער," האָט שלום בערגער, איינער פֿון די טאַטעס דערציילט. חנה האָט געהאָלפֿן די קינדער מאַכן זייערע אייגענע ייִדישע ווידעאָס ווי, למשל, אַ נײַעס־פּראָגראַם. זי האָט אויך צונויפֿגעשטעלט אַרבעטביכלעך לכּבֿוד דעם האַרבסט־סעזאָן. די משפּחות האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אין אַ דערבײַיִקן פּאַרק, וווּ די קינדער האָבן געמוזט געפֿינען די בלעטער, וואָס פּאַסן זיך צו צו די צייכענונגען פֿון בלעטער אין ביכל, אַרײַנפּרעסן מיט אַ פּרעסל די בלעטער אויף די זײַטן, און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס וועגן דעם קאָליר פֿון בלאַט, וועגן דער קאָרע פֿון בוים, אאַז״וו.
"די קינדער, און מיר, די עלטערן, האָבן זיך נישט בלויז אויסגעלערנט די ייִדישע טערמינען פֿון די ביימער, אָבער אויך וועגן די ביימער בכלל," האָט ברכה באַמערקט.
אַ צווייטע טעמע פֿונעם "פּריפּעטשיק"־קוריקולום איז געווען פֿאַרבונדן מיט די פּלאַנעטן אין הימל. די קינדער האָבן אין פֿרוכטמאַרק אויסגעקליבן פֿרוכטן פֿון פֿאַרשידענער גרייס, כּדי צו רעפּרעזענטירן די פּלאַנעטן, און נאָכן אַהיימברענגען זיי, אויסגעשניטן די נעמען פֿון די פּלאַנעטן, קאָפּירט פֿון אַ ייִדיש אַסטראָנאָמיע־בוך פֿון בן־ציון האָפֿמאַן (1918). חנה און בנימין מאָס׳ 6־יאָריקער זון, איציק, האָט ספּעציעל הנאה געהאַט. "ער איז זייער פֿאַראינטערעסירט אינעם קאָסמאָס," האָט בנימין געזאָגט.
טאַקע דערפֿאַר זוכט בנימין כּסדר וויסנשאַפֿטלעכע ביכער אויף ייִדיש. "די סאָוועטישע ביכער זענען פּרעכטיקע קוואַלן דערפֿאַר," האָט בנימין, וועלכער איז אַליין אַ ספּעציאַליסט פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע, באַטאָנט. "דער איינציקער חסרון פֿון די ביכער איז — מע דאַרף זיך צוגעוווינען צום אויסלייג פֿון די לשון־קודשדיקע ווערטער." אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען אַלע לשון־קודשדיקע ווערטער געשריבן פֿאָנעטיש, פּראָסט־פּשוט — אויף ייִדיש. אַנשטאָט "שבת" האָט מען געשריבן "שאַבעס"; אַנשטאָט "אפֿשר" — "עפֿשער".
צפּורה קאַפּלאַן שטעלן צונויף אַן אויסשטעלונג פֿון דער זון־סיסטעם |
אַלע דרײַ משפּחות באַמיִען זיך צו געפֿינען פּאַסיקע קינדער־ביכלעך, סײַ כּדי פֿאָרצולייענען די קינדער, סײַ כּדי צו מוטיקן די עלטערע אַליין זיי איבערצולייענען. שלום און זײַן פֿרוי, סעלעסט, פֿאַרמאָגן אַפֿילו אַ פֿאַרלאַג, www.yiddishcat.com, וואָס לאָזט אַרויס ייִדישע איבערזעצונגען פֿון פּאָפּולערע ענגלישע קינדערביכלעך, אַזוי ווי "די קאַץ דער פּאַיאַץ" און "דזשאָרדזש דער נײַגעריקער".
די פּראָבלעם אָבער איז, אַז זייער 5־יאָריק טעכטערל, ביילקע, האָט מער נישט ליב ווען דער טאַטע לייענט מיט איר. "צום גליק, לייענט זי יאָ מיט בנימינען," האָט שלום דערקלערט. "אַ דאַנק אים, ווייס איך, אַז זי קען שוין לייענען ייִדיש."
צוליב דעם וואָס מע קען נישט געפֿינען קיין ייִדישע קינדער־ביכער אין אַן עפֿנטלעכער ביבליאָטעק אָדער אין אַ געוויינטלעכער ביכער־קראָם, האָבן די עלטערן גוט אויסגעפֿאָרשט דעם ענין, וווּ קען מען געפֿינען אַזוינע ביכלעך? בנימין באַשטעלט אַ סך סחורה בײַם "נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער", www.yiddishbookcenter.org, און ברכה האָט דערציילט, אַז זי געפֿינט פּרעכטיקע ביכלעך ווי, למשל, "אַ ציג מיט זיבן ציגעלעך", פֿון לייב קוויטקאָ, דורך דער וועבזײַט www.childrenslibrary.org.
די דרײַ משפּחות האָבן אויך מזל, וואָס אין "דזשאָנס האָפּקינס" געפֿינט זיך אַ גרויסע ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער (געשאָנקען פֿון מײַן טאַטן, מרדכי שעכטער, ע״ה) און צווישן זיי — אַ שלל מיט קינדער־ביכער. "ביידע סאָוועטישע וויסנשאַפֿטלעכע ביכער, וואָס איך האָב געלייענט איציקן — ׳בנינים און צײַט׳ און ׳ווי שפּעט איז׳ — זענען פֿון דער שעכטער־זאַמלונג," האָט בנימין דערקלערט. ער האָט די ביכער דווקא נישט געפֿונען בײַם נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער.
מע קען אויך באַקומען דיגיטאַליזירטע ייִדישע קינדערביכלעך פֿאַר עלטערע קינדער פֿון דער ביבליאָטעק פֿונעם "פֿלאָרידער אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט" — palmm.fcla.edu/ycb/index.shtml. צווישן דער זאַמלונג: "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען: מעשׂהלעך פֿאַר ייִדישע קינדער", פֿון י. קרעפּליאַק; "דער פּורים־בער: אַ טעאַטער־שטיק פֿאַר קינדער", פֿון דער טונקעלער; און "די קינדהייט פֿון אַ גרויסן מענטשן" (אַ ביאָגראַפֿיע פֿון לודוויג וואַן בייטאָווען), פֿון דוד קאַסעל.
איינס פֿון די צענדליקער ביכער, וואָס מע לייענט פֿאָר די קינדער, סײַ אין דער היים, סײַ אין די קלאַסן |
אַנדערע פּאָפּולערע ביכער בײַ דער גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער: "מעשׂהלעך פֿאַר קליינינקע קינדערלעך" פֿון מרים מאַרגאָלין (פֿון אַ רוסיש־ייִדישן אַרויסגעבער, "גשרים"), "פֿיר באַבעלעך" און "דאָס שטיבעלע" פֿון איציק קיפּניס, "מיר פֿאָרן" פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און עטלעכע נײַערע ביכלעך — "די משפּחה מינוס" און "דער שניייִקער טאָג" — וואָס בנימין האָט איבערזעצט אין איינעם מיט יצחק ניבאָרסקי, מרים טרין און שמעון נײַבערג.
די עלטערע קינדער האָבן לעצטנס אָנגעהויבן זיך לערנען העברעיִש אין די אָרטיקע טאָגשולן, אַזוי אַז דעם אלף־בית קענען זיי שוין זייער גוט. טאַקע דערפֿאַר טרעפֿט בנימין זיך מיט זיי צוויי מאָל אַ וואָך אין אַ קאַפֿע (ווי "סטאַרבאָקס" אָדער "באַרנס ענד נאָבל"), כּדי זיי אויסצולערנען לייענען גוט ייִדיש. איציק האַלט שוין בײַ "ייִדישע קינדער ׳ג׳", און ביילקע — בײַ "ייִדישע קינדער ׳ב׳". איבער אַ יאָר וועט ברכהס טעכטערל, צפּורה, זיך אויך באַטייליקן אין די "קלאַסן בײַ סטאַרבאָקס".
שבת אין דער פֿרי גייען שלום און ברכהס מאַן, מאַרק קאַפּלאַן, דאַווענען אינעם "הילל" פֿון "דזשאָנס האָפּקינס", און גאַנץ אָפֿט עסט מען דעם שבתדיקן מיטאָג אין איינעם בײַ די קאַפּלאַנס אין שטוב. "דאָס איז זייער גוט פֿאַר מיר," האָט ברכה באַמערקט. "נישט בלויז ווײַל אַזוי קען צפּורה זיך שפּילן אויף ייִדיש, אָבער אויך ווײַל ס׳איז נישטאָ קיין עירובֿ דאָ." ברכה, וועלכע היט שטרענג שבת, האָט אַן 18־חדשימדיק קינד וואָס מע פֿירט נאָך אין אַ וועגעלע, און לויט דער הלכה, טאָר מען שבת נישט טאָן קיין מלאכה, וואָס דאָס נעמט אַרײַן אויך שטופּן אַ וועגעלע.
עס העלפֿט אויך צו, וואָס עס געפֿינען זיך אין באָלטימאָר ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿונעם עלטערן דור. חנה איז לעצטנס געגאַנגען קויפֿן ברילן מיט אירע צוויי קינדער אין אַ נישט־ייִדישער געגנט, באַצירט מיט ניטל־ביימער. ווען די פֿאַרקויפֿערין האָט געהערט חנהן רעדן מיט די קינדער, האָט זי, אַן איבערראַשטע, געפֿרעגט: "איר רעדט ייִדיש?!"
בנימין מאָס העלפֿט ביילקען מיטן לייענען און שרײַבן |
"ווײַזט זיך אויס, זי איז געווען אַ טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה און האָט גערעדט זייער גוט ייִדיש," האָט חנה באַמערקט. חנה האָט זיך אויך באַקענט מיט אַ פֿליסיקן ייִדיש־רעדער אין אַ קראָם פֿון רוסיש עסנוואַרג.
פֿאַרשטייט זיך, הערן די קינדער אַ סך מער ענגליש ווי ייִדיש. פֿון דעסטוועגן, רעדן זיי צווישן זיך ייִדיש. אַ מאָל פּלאָנטערן זיי מיט די שפּראַכן. ווען ביילקע, למשל, האָט איין מאָל געלייענט אינעם קעפּל פֿון אַ צײַטונג דאָס וואָרט "מעיאָר" (בירגערמײַסטער), האָט זי געפֿרעגט: "פֿאַר וואָס שרײַבן זיי וועגן מערן?"
צפּורהס טאַטע, מאַרק, האָט באַמערקט, אַז זי ברענגט ייִדישע ווערטער אַרײַן אין ענגליש, ווען זי שפּילט זיך מיט אירע פֿרײַנד, וועלכע קענען נישט קיין ייִדיש. זי "בויט", למשל, אַ הייל פֿון קאָלדרעס אויסגעצויגן איבער צוויי פֿאָטעלן, און רופֿט אַרויס: "Let's make a heyl" (מיינען מיינט זי דאָס ייִדישע וואָרט "הייל" — cave בלע״ז), און די אַנדערע קינדער כאַפּן זיך אָן אין דעם און זאָגן שוין אויך: "Yes, let's make a heyl"! אַ פּנים, ווייסן זיי נישט, אַז זיי ניצן אַ ייִדיש וואָרט.
אָט אַזוי, שטילערהייט, פֿאַרפֿלאַנצט מען אַ ייִדיש־רעדנדיקן ציבור...