אין דער פֿריערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און האָט געגעבן פּרעה אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון הונגער. צוליב דעם, האָט פּרעה אים באַשטימט ווי אַ שני־למלך, און יוסף האָט חתונה געהאַט מיט אָסנת — פּוטיפֿאַרס טאָכטער.
דער הונגער האָט אויך אויסגעבראָכן אין ארץ-כּנען, דערפֿאַר האָט יעקבֿ געשיקט אַלע זײַנע קינדער, אַחוץ בנימין, קיין מצרים, צו קויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף האָט באַשולדיקט זײַנע ברידער אין שפּיאָנאַזש און פֿאַרהאַלטן שמעונען, פֿאָדערנדיק צו ברענגען קיין מצרים אויך יעקבֿס ייִנגסטן זון, בנימין. זיי האָבן נישט דערקענט יוספֿן, וועלכער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן באַאַמטן.
ווען יהודה האָט צוגעזאָגט אָנצונעמען דאָס פֿולע אַחריות פֿאַר בנימינען, האָט יעקבֿ מסכּים געווען צו לאָזן זײַן ייִנגסטן זון פֿאָרן מיט זײַנע ברידער קיין מצרים. דאָס מאָל, האָט יוסף זיי וואַרעם באַהאַנדלט, אָבער האָט געהייסן זײַנע באַדינער אַרײַנלייגן זײַן זילבערנעם בעכער אין בנימינס זאַק, כּדי אים צו באַשולדיקן אין אַ גניבֿה און אַרעסטירן. צום סוף, האָט ער אָפּגעלאָזט אַלע זײַנע ברידער, אַחוץ בנימינען.
"ויגש אליו יהודה" — אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יהודה איז צוגעקומען נאָענט צו יוספֿן, און געבעטן צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף אַנשטאָט בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט אויסגיין פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און האָט געזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. ער האָט זיי געטרייסט, אַז זײַן פֿאַרקויפֿן ווערן אין שקלאַפֿערײַ איז געווען אַ ג־טלעכע השגחה; איצט, זײַענדיק אַ ראַטגעבער בײַ פּרעהן, קאָן ער ראַטעווען זײַן טאַטן און זײַן גאַנצע משפּחה פֿון הונגער.
נאָך יוספֿס עצה, זענען יעקבֿ מיט זײַן משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, אָנגעקומען קיין מצרים. פֿאַרוואָס, אָבער, האָט יוסף נישט אויסגעזאָגט ווער ער איז פֿון אָנהייב אָן, ווען ער האָט באַקומען אַ בכּבֿודיקן אָרט אין פּרעהס סבֿיבֿה? יוספֿס שווײַגן האָט דאָך פֿאַרלענגערט יעקבֿס עגמת־נפֿש.
ווי מיר האָבן שוין פֿריִער באַהאַנדלט, רעפּרעזענטירט יוסף דעם פּרינציפּ פֿון סדר, און יהודה — דעם פּרינציפּ פֿון כאַאָס. יהודהס דרך אין עבֿודת־השם איז געווען אַן אינדיווידואַליסטישער; ער האָט זיך אויפֿגעפֿירט אַנדערש אין יעדער סיטואַציע, לויט זײַנע פּערזענלעכע מיינונגען און געפֿילן. יוספֿס דרך איז געווען אַ פֿאַטאַליסטישער; אַפֿילו אין חלומות, וואָס זענען בעצם אַן אומראַציאָנעלע כאַאָטישע זאַך, האָט ער געזען סימנים פֿון באַשערטער צוקונפֿט.
צוליב זײַנע חלומות, איז יוסף פֿאַרקויפֿט געוואָרן קיין מצרים. אינעם ערשטן חלום, האָט ער דערזען, ווי עלף זאַנגען, וואָס רעפּרעזענטירן זײַנע ברידער, בוקן זיך צו אים; אינעם צווייטן חלום האָט ער דערזען, ווי די זון און די לבֿנה, וואָס סימבאָליזירן זײַנע עלטערן, גיבן אים אויך אָפּ כּבֿוד.
ווי עס דערקלערט דער רמב״ן און אַנדערע מפֿרשים, האָט יוסף בכּיוון צוגעטראַכט אַ פּלאַן, אַז ביידע זײַנע יוגנטלעכע חלומות זאָלן מקוים ווערן. צוליב דעם, האָט ער קודם געבראַכט קיין מצרים אַלע זײַנע ברידער, אַרײַנגערעכנט בנימינען, און דערנאָך זײַן גאַנצע משפּחה. אַפֿילו זײַן מאַמע, רחל, וועלכע איז געשטאָרבן, ווען יוסף איז נאָך געווען אַ קינד, האָט זיך, כּבֿיכול געבוקט אויף יענער וועלט צו איר זון, וועלכער האָט געראַטעווען זײַן משפּחה און געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אין דער ג־טלעכער "דראַמע", וואָס האָט שפּעטער געבראַכט צו יציאת־מצרים און מתּן־תּורה.
יוסף האָט געוווּסט, אַז זײַנע חלומות טראָגן אַ נבֿיאיִשן באַדײַט, דערפֿאַר האָט ער נישט געוואָלט ענדערן דעם גורלדיקן סדר פֿון געשעענישן. יהודה האָט זיך צומאָל געפֿירט אומגעוויינטלעך צוליב דעם, וואָס זײַן דרך האָט געטראָגן אַן עלעמענט פֿון שטענדיקן בײַט און ספּאָנטאַנקייט. להיפּוך, איז יוספֿס אומגעוויינטלעכע אויפֿפֿירונג געווען פֿאַרבונדן דווקא מיט זײַן פֿאָלגן דעם באַשטימטן סדר פֿון די זאַכן; ער האָט געוואָלט "ריכטיק אויסשפּילן" די סצענעס פֿון זײַנע נבֿיאיִשע חלומות.
די הײַנטיקע פּרשה הייסט "ויגש" — "און ער האָט זיך דערנעענטערט". ווען יהודה איז צוגעקומען צו יוספֿן, זיך באַקלאָגט און זיך איבערגעבעטן מיט אים, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די סתּירה צווישן די היפּוכדיקע פּרינציפּן, וואָס זיי רעפּרעזענטירן — סדר און כאַאָס, באַשערטקייט און די בחירה־חפֿשית — איז נישט אַזוי טיף און קאָן געלייזט ווערן.
דאָס וואָרט "ויגש" איז אויך מרמז אויף נאָענטקייט צווישן דעם מענטש און באַשעפֿער.
יהודה איז געווען דער אורפֿאָטער פֿונעם שבֿט, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי דער עיקר־טייל פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק; אַלע הײַנטיקע ייִדן, אַרײַנגערענט כּהנים און גרים, הייסן "יהודים" — נאָך דעם שבֿט־יהודה און צוליב דעם ספּעציעלן באַדײַט פֿונעם דאָזיקן נאָמען. דאָס וואָרט "יהודה" מיינט "דער, וואָס לויבט דעם אייבערשטן" און באַשטייט פֿונעם שם־השם און דעם אות "דלתּ", וואָס סימבאָליזירט אַ הייליקן מענטש, וועלכער איז אינגאַנצן אַרײַנגעטאָן אין ג־טלעכקייט.
די גימטריא פֿונעם אות "דלתּ" איז פֿיר. בײַ אַן עכטן עובֿד־השם ווערן אַלע פֿיר יסודות פֿון דער נאַטור באַלויכטן פֿון אַלע פֿיר זײַטן מיט די אותיות פֿונעם שם־הקדוש.
יוסף, ווי אַ שני־למלך, דורך וועלכן עס ווערט דורכגעפֿירט די ג־טלעכע השגחה און דער קאָנטראָל איבערן שפּײַז אין מצרים, סימבאָליזירט דעם אייבערשטן אַליין.
על־פּי־חסידות, איז דאָס וואָרט "ויגש" אויך מרמז אויף דער פּסיכאָלאָגישער פֿאַרבינדונג צווישן יהודה און יוסף. ווי עס שטייט אין "משלי", ווערן די מענטשלעכע הערצער "אָפּגעשפּיגלט" איינער אינעם צווייטן, אַזוי ווי אַ פּנים פֿון אַ מענטש ווערט אָפּגעשפּיגלט אין וואַסער. ווען מע פֿילט ליבשאַפֿט און נאָענטקייט צו עמעצן, ווערן אין יענעמס האַרץ אַנטפּלעקט די זעלבע געפֿילן. הגם יהודה האָט געמיינט, אַז ער רעדט מיט אַ פֿײַנטלעכן און פֿרעמדן מיצרישן פֿירער, האָט ער אין זיך אויפֿגעוועקט ליבשאַפֿט צו יוספֿן. דאָס האָט געהאָלפֿן אַראָפּצונעמען דעם פּסיכאָלאָגישן באַריער צווישן זיי.
די נעמען פֿון די פּרשיות, אַפֿילו אויב מע באַטראַכט זיי ווי ריין־אַבסטראַקטע באַגריפֿן, זענען תּמיד פֿאַרבונדן מיט זייער תּוכן. סײַ ווען מע דערנענטערט זיך צו אַ פֿיזישן אָביעקט, סײַ ווען מע פֿילט אַ שײַכות צו אַ רוחניותדיקער אידעע, מוז מען גובֿר זײַן די דיסטאַנץ צווישן דעם אָביעקט און דער מענטשלעכער נשמה. דער פֿאַקט גופֿא, וואָס אַ מענטש — אַ סוביעקט מיט אַ פֿרײַען ווילן — קאָן האָבן אַ קאָנטאַקט מיט אַן אָביעקט, וואָס פֿאָלגט זײַן באַשטימטן וועג אין דער וועלט, ווײַזט אָן, אַז דער באַריער צווישן אַזעלכע היפּוכדיקע זאַכן, ווי די נשמה און דער גוף, אָדער בחירה־חפֿשית און באַשערטקייט, ווערט כּסדר צעשווענקט. ווען מע דערנענטערט זיך צום ג־טלעכן עצם פֿון אַלץ, ווערן אַלע סתּירות בטל, אַזוי ווי דער קאָנפֿליקט צווישן יהודה און יוסף.