- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָנהייב וואָך איז פֿאָרגעקומען אין זשענעווע די צענטע סעסיע פֿונעם קאָמיטעט פֿון מענטשן־רעכט בײַ דער "יו־ען". פֿאַרהערט האָט מען דעם באַריכט פֿון דעם ספּעציעלן שליח, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט קינדער־פּראָבלעמען בעת באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן, ראַכיקאַ סומאַראַסוואַני. ווי עס פֿירט זיך שוין אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, זײַנען אירע מיטגלידער, קודם־כּל, באַזאָרגט וועגן דעם גורל פֿון די פּאַלעסטינער קינדער, וואָס די "ישׂראלדיקע מיליטאַנטישע מאַשין ברענגט אום אָן אַ טראָפּן רחמנות". די ידיעה, אַז נאָך שווערע דעה־ראַנגלענישן פֿון דער פּראָקוראַטור איז ענדלעך דערלאַנגט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט דער באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט וועגן שאַנד־אַקטן ביז פֿאַרגוואַלדיקונג — איז קורץ נאָך איר דערשײַנען גלײַך פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אפֿשר צו צײַטווײַליקער פֿאַרגעסעניש — צוליב דער צענטראַלער אַנטפּלעקונג פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אַז אַ גאַנצע פּאַרטיי איז געוואָרן באַצוווּנגען פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט. דעם 20סטן פֿעברואַר איז אין "יד־ושם", ירושלים, דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "ברונאָ שולץ — וואַנט־מאָלערײַ אונטער צוואַנג". אין דער אויסשטעלונג זענען פֿאַראַן 3 וואַנט־מאָלערײַען, די לעצטע דרײַ שאַפֿונגען פֿון ברונאָ שולץ פֿאַר דעם, ווי ער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן עס־עס־אָפֿיציר דעם 19טן נאָוועמבער 1942. די דאָזיקע מאָלערײַען ווערן אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַן עולם צום ערשטן מאָל. בײַ דער געלעגנהייט איז אין "יד־ושם" אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם צווישן דעם וויצע־דירעקטאָר און פֿאָרזיצער פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר צענטראַל־אייראָפּע בײַם אויסערן־מיניסטעריום און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון אוקראַיִנע אין ישׂראל, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון וויצע־פּרעמיער־מיניסטער פֿון אוקראַיִנע. אין אויגוסט 1914, ווען די ערשטע וועלט-מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז עס גלײַך געוואָרן אַ טראַגעדיע פֿאַר הונדערטער טויזנטער ייִדן. ערשטנס, האָבן בלוטיקע באַטאַליעס זיך אָפּגעשפּילט אויף די טעריטאָריעס, געדיכט באַפֿעלקערטע דורך ייִדן. צווייטנס, האָבן בערך פֿינף הונדערט טויזנט ייִדן געדינט אין די אַרמייען פֿון ביידע צדדים אין דער בלוט-פֿאַרגיסונג. די רוסישע אַרמיי האָט כּמעט גלײַך גענומען באַשולדיקן די ייִדן פֿונעם תּחום-המושבֿ אין סימפּאַטיעס צו די דײַטשן. שוין בײַם אָנהייב פֿון מײַן הײַנטיקן איבערזיכט וויל איך מיט גרויס צופֿרידנקייט באַצייכענען, אַז די רעדאַקטאָרן פֿון “דווקא" בני מר (מער) און זײַן געהילף חנה עמית (אַמיט), ווי אויך די לייטונג פֿון בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, די אַרויסגעבער פֿון דעם דאָזיקן אייגנאַרטיקן זשורנאַל אין עבֿרית, פֿאַרדינען אונדזער יישר־כּוח און אָנערקענונג. ניט געקוקט אויף אַלע הײַנטיקע שוועריקייטן און באַגרענעצונגען אין אונדזער ייִדישער מחנה דערשײַנט “דווקא" רעגלמעסיק, אויף אַ הויכן ליטעראַרישן ניוואָ, רײַך אין אינהאַלט, שיין און עסטעטיש אילוסטרירט, אויף אַ מאָדערנעם, קינסטלערישן אַטראַקטיוון אופֿן און פֿאָרעם. "ויקרא אל משה, וידבר ה׳ אליו" — און דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, און אָנגעזאָגט אים, ווי אַזוי מע זאָל ברענגען די קרבנות. דעם הײַנטיקן שבת, הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וווּ עס רעדט זיך, דער עיקר, וועגן קרבנות און אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער עבֿודה, וואָס די כּהנים פֿלעגן אויספֿירן אינעם בית־המיקדש. צוליב דעם, ווערט דער חומש "ויקראָ" אויך אָנגערופֿן "תּורת־כּהנים". צוואַנציק יאָר נאָך דעם ווי די קאָמוניסטישע סיסטעם איז זיך צעפֿאַלן, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט אין וואָס פֿאַר אַ מין וועלט מען לעבט. הגם די ביוראָקראַטישע מניעות, וואָס האָבן ניט געלאָזט די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע צו האָבן קאָנטאַקטן מיטן מערבֿ, זײַנען מער ניטאָ, בלײַבן נאָך עד־היום אַ סך פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע און אידעיִשע סיבות, וואָס שטערן די אייראָפּעער צו פֿילן זיך ווי שכנים אין איין הויף. איך האָב שוין, דאַכט זיך, ניט איין מאָל קלאָר געמאַכט מײַן באַציִונג צו רעליגיע: כ׳האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון יחידים, אָבער רעליגיע ווי אַן אינסטיטוט האַלט איך פֿאַר אַ מניעה אויפֿן וועג פֿון אויפֿצובויען אַ פֿרידלעכע וועלט-געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעפּאַסט צום מאָדערנעם, גלאָבאַליזירטן לעבנס-שטייגער. לאָמיר אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אונדז איצט, נאָך דעם ווי "די געשיכטע האָט זיך פֿאַרענדיקט", ווי עס האָט זיך אויסגעוויזן דעם פֿילאָסאָף פֿרענסיס פֿוקוּיאַמאַ. די אינספּיראַציע פֿאַר דעם אַרטיקעלע איז מיר געקומען פֿון צוהערן זיך צו אַ בריליאַנטענעם אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנט־פֿילאָסאָף מיטן נאָמען דזשאָרדזש קאַרלין. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער חבֿרהמאַן איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן, האָט מען אים באַערט אין קענעדי־צענטער אין וואַשינגטאָן און צוגעטיילט אַ פּרעסטיזשפֿולן פּריז. פֿרעגט זיך די פֿראַגע: אין וואָס איז באַשטאַנען די גרויסקייט פֿון זײַן הומאָר? וועל איך אײַך תּיכּף זאָגן. דאָס מיליטערישע מוזדינסט האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף דער גאַנצער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. קודם-כּל, איז געווען די אָנשיקעניש פֿון נעמען — און אָפֿט מאָל פּשוט כאַפּן — יונגע ייִדן און האַלטן זיי ווי "קאַנטאָניסטן" אין משך פֿון פֿינף-און-צוואַנציק יאָר. (צוריק גערעדט, אַ דאַנק די קאַנטאָניסטן האָבן זיך אויפֿגעבויט ייִדישע קהילות, וווּ אַנדערש האָבן ייִדן ניט געטאָרט זיך באַזעצן.) אָבער אויך שפּעטער, טײַערע חזנטע, דאָס גאַנצע לעבן האָב איך פֿאַרגעטערט מײַן עלטערע שוועסטער, ביילע. זי איז קלוג, גוט־האַרציק און הצלחהדיק. אָבער איך האָב ערשט איצט באַמערקט, אַז נאָך אַ שמועס מיט איר, האָב איך שלעכטע געפֿילן וועגן זיך אַליין. זי טוט דאָס נישט בכּיוון, אָבער ווען מיר צעשיידן זיך, ווער איך באַאומרויִקט. למשל, זי גיט אַ זאָג — "האָסטו שוין געקויפֿט אַ מתּנה פֿאַר דער מאַמען אויף מוטערס־טאָג? סע רוקט זיך שוין אָן דער פּסח און איר דאַרפֿט אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם סדר־מעניו. אויב איר מאַכט אַ הינדל־יויך, איז דער ישׂראלדיקער רעצעפּט אונטן אַ פּרעכטיקער מיטל אויסצוניצן דאָס געקאָכטע הינדל פֿון דער יויך. דער רעצעפּט וועט מאַכן 10 בלינצעס. |