טײַערע חזנטע,
דאָס גאַנצע לעבן האָב איך פֿאַרגעטערט מײַן עלטערע שוועסטער, ביילע. זי איז קלוג, גוט־האַרציק און הצלחהדיק. אָבער איך האָב ערשט איצט באַמערקט, אַז נאָך אַ שמועס מיט איר, האָב איך שלעכטע געפֿילן וועגן זיך אַליין. זי טוט דאָס נישט בכּיוון, אָבער ווען מיר צעשיידן זיך, ווער איך באַאומרויִקט. למשל, זי גיט אַ זאָג — "האָסטו שוין געקויפֿט אַ מתּנה פֿאַר דער מאַמען אויף מוטערס־טאָג? איך האָב איר ערשט געקויפֿט אַ נײַ קליידל, וואָס זי וועט אַזוי ליב האָבן...", אָדער "אונדזער באָבע בענקט נאָך דיר! ווען האָסטו דאָס לעצטע מאָל איר געקלונגען?", אָדער "איך בין די וואָך געווען אין ספּאָרטזאַל יעדן טאָג און כ׳בין אין אַ גוטן פֿיזישן מצבֿ". ווי קען מען מאַכן אַ סוף פֿון אַזוינע רייד, וועלכע קריטיקירן מיך אומדירעקט?
"אין איר שאָטן"
טײַערע "אין איר שאָטן",
פֿון די בײַשפּילן וואָס איר האָט אָנגעגעבן, דאַכט זיך מיר, אַז אײַער שוועסטער טוט אײַך נישט קיין שלעכטס — זי וויל נאָר זיך טיילן מיט אײַך מיט איר פּאָזיטיווער ענערגיע און מיט איר צוגאַנג צום לעבן. אויב איר פֿילט זיך שלעכט, וואָס איר האָט נישט געזען די באָבען אַ לענגערע צײַט, טאָ פֿאָרט זי זען! אויב איר דאַרפֿט מאַכן נאָך גימנאַסטיק, טאָ געפֿינט אַ צײַט צו מאַכן די גימנאַסטיק, איר זאָלט זיך נישט פֿילן שלעכט. פֿאַרבעט אײַער שוועסטער, איר זאָלט ביידע פֿאָרן אײַנקויפֿן צום מוטערס־טאָג מתּנות. איר דאַרפֿט נעמען אַ מער אָנפֿירנדיקע ראָלע און איניציאַטיוו צו פֿאַרבעסערן אײַער לעבן און געפֿילן וועגן אײַער זעלבסטווערט. ווען איר זאָלט דאָס טאָן, בין איך זיכער, וואָלט איר מער הנאה האָבן פֿון אײַער באַציִונג צו אײַער שוועסטער ביילע.
טײַערע חזנטע,
ווען איך בין געווען אַ מיידל האָב איך געהאַט אַ נאָענטע חבֿרטע ורד. מיר האָבן אַלץ געטאָן צוזאַמען פֿון פֿאָרשול ביזן פֿיפֿטן קלאַס. דעמאָלט האָט זי באַשלאָסן, אַז זי וויל בעסער ווערן אַ חבֿרטע מיט די מער פּאָפּולערע קינדער. זי האָט מיר מיט דעם זייער וויי געטאָן. מיט דרײַ יאָר שפּעטער האָט זי בײַ מיר געבעטן מחילה, און איך בין איר מוחל געווען, אָבער געהאַלטן זיך אַ ביסל פֿון דער ווײַטנס. שפּעטער אין קאָלעדזש האָבן מיר ביידע באַקומען ראָלעס אין אַ דראַמע ווי שוועסטער, און געאַרבעט צוזאַמען אינעם זעלבן זומערדיקן קונסט־קעמפּ. אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט האָט זיך נאָך אַ מאָל צעבליט, און אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט איז געווען אַנדערש ווי בײַ אַנדערע, ווײַל מיר זענען טאַקע אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען. זי האָט מיר דערציילט, אַז איר איינציקע חרטה אין לעבן, איז וואָס זי האָט מיך נישט באַהאַנדלט ריכטיק אין די פֿריִערדיקע יאָרן. מיר זענען געוואָרן נאָענט און פֿאַרבראַכט צוזאַמען די וואַקאַציעס. אָבער ווען מײַן ייִנגערע שוועסטער איז ערנסט קראַנק געוואָרן און געהאַט אַן אָפּעראַציע האָט ורד אַפֿילו נישט אָנגעקלונגען. דעמאָלט האָב איך איר געקלונגען און מיר האָבן אָפּגערעדט, זי זאָל קומען צו מיר אַהיים, אָבער זי איז קיין מאָל נישט אָנגעקומען, און קיין מאָל נישט געקלונגען נאָך דעם. איך האָב אויף איר ענטפֿער־מאַשין געלאָזט אַן אָנזאָג, געפֿרעגט, צי אַלץ איז אין אָרדענונג, און זי האָט מער נישט געענטפֿערט.
הײַנט איז שוין לײַכטער דורך דער אינטערנעץ אויסצוגעפֿינען וואָס עס טוען אַלטע חבֿרטעס. איך האָב אַ קוק געטאָן אויף איר וועבזײַט, און איך בין צופֿרידן, אַז עס גייט איר גוט און, אַז זי האָט לעצטנס חתונה געהאַט. נאָך אַזוי פֿיל יאָרן טראַכט איך נאָך אַלץ וועגן איר. איך שפּיל זיך מיטן געדאַנק זי צוצוגעבן צו דער רשימה ווי מײַן חבֿרטע, ווי עס פֿירט זיך אויף דער וועבזײַט "פֿייסבוק". אָבער צוריקגערעדט, האָט זי מיר צו פֿיל מאָל וויי געטאָן. מיר האָבן זיך אַזוי גוט געקענט און איך פֿיל, אַז איך וואָלט זייער געוואָלט הערן וועגן איר לעבן. זאָל איך איר שרײַבן, אָדער אָפּלאָזן די פֿרײַנדשאַפֿט?
געטרײַע חבֿרטע
טײַערע "געטרײַע חבֿרטע",
לאָזט די פֿרײַנדשאַפֿט אָפּ. איר וועט אַלע מאָל טראַכטן וועגן ורד און זײַן נײַגעריק צו וויסן וועגן איר און איר לעבן, און איר וועט אַלע מאָל וועלן "שליסן דעם קאַפּיטל" און פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי האָט איבערגעלאָזט אַזאַ געטרײַע חבֿרטע ווי איר, אָבער זי האָט אײַך שוין צו פֿיל מאָל וויי געטאָן. אויב זי וואָלט געווען נײַגעריק וועגן אײַך, וואָלט זי זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אײַך, און דערנאָך וואָלט איר געקענט זײַן אין אַ פֿאַרבינדונג נאָך אַ מאָל. איר האָט איר שוין געגעבן אַ צווייטע און אַ דריטע געלעגנהייט צו זײַן אַ טייל פֿון אײַער לעבן, און זי האָט נישט אָפּגעשאַצט אײַער פֿרײַנדשאַפֿט. אויב איר וועט נאָך אַמאָל נאָכגעבן ורד, קאָן עס אײַך ווידער וויי טאָן. פֿרײַנדשאַפֿטן פֿון די קינדער־יאָרן איז אַ זעלטן און ספּעציעל געפֿיל, אָבער איר קענט נישט אײַער געוועזענע חבֿרטע אַזוי גוט ווי איר מיינט.
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024