איך האָב שוין, דאַכט זיך, ניט איין מאָל קלאָר געמאַכט מײַן באַציִונג צו רעליגיע: כ׳האָב דרך-ארץ פֿאַר רעליגיעזע געפֿילן פֿון יחידים, אָבער רעליגיע ווי אַן אינסטיטוט האַלט איך פֿאַר אַ מניעה אויפֿן וועג פֿון אויפֿצובויען אַ פֿרידלעכע וועלט-געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעפּאַסט צום מאָדערנעם, גלאָבאַליזירטן לעבנס-שטייגער. לאָמיר אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אונדז איצט, נאָך דעם ווי "די געשיכטע האָט זיך פֿאַרענדיקט", ווי עס האָט זיך אויסגעוויזן דעם פֿילאָסאָף פֿרענסיס פֿוקוּיאַמאַ.
מיר וועלן גלײַך זען, אַז די טראַנשייען זײַנען אויסגעגראָבן, דער עיקר, צווישן רעליגיעזע געמיינדעס.
דאָס מיינט, אַז מע דאַרף בעטן גאָט, ער זאָל העלפֿן אָפּצושוואַכן דעם רעליגיעזן פֿאַנאַטיזם. אויב גאָט האָט כאָטש אַ ביסל רחמנות אויף די בשׂר-ודמס, וועט ער אויפֿהערן פֿאָדערן פֿון זיי צו ברענגען אים טאָג-אײַן טאָג-אויס מענטשלעכע קרבנות. צו מאָל דאַכט זיך מיר, אַז דער אייבערשטער קומט צום שׂכל. עס פֿרייט מיך, למשל, וואָס דער וועלטלעכער סעקטאָר ווערט שטאַרקער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער דאָזיקער פּראָצעס איז געוואָרן ממשותדיק אין די 1990ער יאָרן, ווען דער סעקטאָר איז, גאָט צו דאַנקען, אויסגעוואַקסן פֿון 8 ביז 14 פּראָצענט. הײַנטיקע טעג כאַפּט ער אַרום 15 פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג און שאַפֿט די דריטע לויט איר צאָל גרופּע נאָך די קאַטוילישע און באַפּטיסטישע קריסטן.
אָבער דאָס מיינט ניט, אַז די הויפּט־שטראָמיקע רעליגיעס פֿאַרלירן מענטשן נאָר ווײַל זיי ווערן וועלטלעך. דאָס שפּילגט אויך אָפּ דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרלאָזן דעם קריסטלעכן הויפּטשטראָם און אַוועקגיין צו כּלערליי מאַרגינאַלע רעליגיעזע גרופּעס. די קאַטוילישע קירך האַלט זיך אין אַמעריקע גאַנץ פֿעסט אַ דאַנק די אימיגראַנטן פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, אָבער איר השפּעה פֿאַלט אין די געגנטן, וווּ עס האָבן זיך אַ מאָל געהאַט באַזעצט אימיגראַנטן פֿון אַזעלכע לענדער ווי אירלאַנד און איטאַליע. אַ דוגמא פֿון אַזאַ פֿענאָמען גיט דער שטאַט מאַסאַטשוסעטס, וווּ אין יאָר 1990 האָבן די קאַטאָליקן געשאַפֿן די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג — 54 פּראָצענט, און איצט איז עס אין גאַנצן 39 פּראָצענט.
אַנאַליטיקער טענהן, אַז אַ סך מענטשן זײַנען ניט צופֿרידן מיטן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿון די קאַטוילישע גלחים, וואָס ווערן מער אָרטאָדאָקסיש, אָבער גלײַכצײַטיק אויך מער איזאָלירט, אָפּגעריסן פֿון דער אַרומיקער וועלט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די סעקסועלע סקאַנדאַלן, וואָס האָבן היפּש דיסקרעדיטירט די קירך. דערצו האָט מען, אַ פּנים, אויסגעקליבן ניט דעם בעסטן קאַנדידאַט אויף צו שפּילן די ראָלע פֿון דער ערשטער פֿיגור אין וואַטיקאַן. איך מיין דעם פּויפּסט בענעדיקט דעם XVIטן, וואָס האָט זיך שוין ניט איין מאָל באַנאַרישט און אַרײַנגעפֿירט זײַן קירך אין אַ קריזיס. מיט אַ מאָל נעמט ער און גיט אַ זאָג עפּעס אַ פּראָוואָקאַטיווע זאַך וועגן די מוסולמענער, צי — לעצטנס — פּרוּווט ער ריינוואַשן אַ גלח, וואָס איז ברייט באַוווּסט ווי אַן אָפֿענער אַנטיסעמיט.
איך בין זיכער, אַז דאָס האָט צו טאָן אויך מיט דעם וואָס דער פּויפּסט איז פּשוט אַלט. מענטשן אין אַזאַ עלטער ווערן בדרך-כּלל גרויסע עקשנים. דאָס איז, בכלל, אַ פּראָבלעם פֿאַרן וואַטיקאַן, וואָס האָט ניט קיין דעמאָקראַטישע וואַלן יעדע פֿיר יאָר. ס׳איז ווי אין דעם אַמעריקאַנער אויבער-געריכט — אויסגעוויילט, און שוין. אָבער אין דעם געריכט דרייט זיך אַלע מאָל אַ גאַנצע גרופּע ריכטער, אַזוי אַז עובֿר-בטלקייט פֿון איינעם פֿון זיי איז ניט אַזוי געפֿערלעך, ווי אין וואַטיקאַן, וווּ דער פּויפּסט איז קדשי-קדשים.
הקיצור, דער פּויפּסט האָט זיך ווידער באַנאַרישט. דאָס מאָל מיט דער פֿראַגע פֿון קאָנדאָמס. פֿאַרן וואַטיקאַן איז עס שוין פֿון לאַנג אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע. אין יאָר 1930 האָט דער פּויפּסט פּיִוס דער XIער דערקלערט, אַז "טראָג-פֿאַרהיטערס (קאָנטראַסעפּטיווס) זײַנען קעגן דעם געזעץ פֿון גאָט און נאַטור". די קאַטוילישע קירך טרעט ניט אָפּ פֿון דעם דאָזיקן געדאַנק, כאָטש אין די טראַדיציאָנעל קאַטוילישע לענדער פֿון אייראָפּע — אַזעלכע ווי איטאַליע און שפּאַניע — לאַכט מען זיך אויס פֿון דעם אַלץ. אַנדערש וואָלט מען דאָרטן ניט געהאַט אַזוי ווייניק קינדער. דער קאַטוילישער עולם איז אין דער מערבֿדיקער וועלט געוואָרן זייער פּראַגמאַטיש: מע גייט אין קלויסטער אויף אַ חתונה צי נאָך עפּעס אַזוינס, אָבער דאָס שטערט זיי ניט צו בלײַבן מאָדערנע מענטשן.
אַנדערש איז עס אין אַפֿריקע, וואָס איז דער איינציקער קאָנטינענט, וווּ די פּאָזיציעס פֿון דער קאַטוילישער קירך ווערן אַלץ שטאַרקער. מיליאָנען מענטשן הערן זיך צו זייער ערנסט צום אַגיטפּראָפּ פֿון וואַטיקאַן, בפֿרט צו דעם וואָס מע זאָגט מכּוח דער שרעקלעכער קרענק — "איידס", וועלכע איז אַזוי פֿאַרשפּרייט אין די אַפֿריקאַנישע לענדער. דאָקטוירים זײַנען זיכער, אַז כאָטש קאָנדאָמס זענען ניט קיין זיכערע סגולה פֿאַר "איידס", קען מען, אַ דאַנק זיי, פֿאַרהיטן מיליאָנען מענטשן פֿון דער קרענק. אָבער אין וואַטיקאַן בלײַבט די ערד נאָך אַלץ פֿלאַך: זיי טענהן, אַז קאָנדאָמס פֿאַרהיטן דווקא ניט פֿון "איידס". די זעלבע זאַך האָט לעצטנס איבערגעחזרט דער פּויפּסט בשעת זײַן באַזוך אין קאַמערון. ווי אַ פּועל-יוצא, איז ער ווידער אין צענטער פֿון אַ סקאַנדאַל, וואָס איז, אין תּוך אַרײַן, אַ צוזאַמענשטויס פֿון מיטלעלטער מיט מאָדערנקייט.
אַגבֿ, אונדזערע ייִדישע לעקסיקאָגראַפֿן זײַנען, אין אַ געוויסן זין, אויך געווען זייער "קאַטויליש". פּרוּווט אויף טשיקאַוועס צו געפֿינען אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך דאָס וואָרט "קאָנדאָם".