קאַרל שלעגעל |
צוואַנציק יאָר נאָך דעם ווי די קאָמוניסטישע סיסטעם איז זיך צעפֿאַלן, ווייסט מען נאָך אַלץ ניט אין וואָס פֿאַר אַ מין וועלט מען לעבט. הגם די ביוראָקראַטישע מניעות, וואָס האָבן ניט געלאָזט די תּושבֿים פֿון מיזרח־אייראָפּע צו האָבן קאָנטאַקטן מיטן מערבֿ, זײַנען מער ניטאָ, בלײַבן נאָך עד־היום אַ סך פּסיכאָלאָגישע, פּאָליטישע און אידעיִשע סיבות, וואָס שטערן די אייראָפּעער צו פֿילן זיך ווי שכנים אין איין הויף.
אַ צאָל פֿון די דאָזיקע סיבות האָבן היסטאָרישע וואָרצלען און האָבן צו טאָן מיט דעם קאָלעקטיוון געדעכעניש פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער. ייִדן פֿאַרנעמען אין דער אייראָפּעיִשער לאַנדשאַפֿט אַ ביז גאָר ספּעציעלן פּלאַץ. פֿון איין זײַט, איז דער חורבן אפֿשר דער איינציקער היסטאָרישער פֿאַקט, וואָס איז אָנערקענט כּמעט אומעטום אין אייראָפּע, אפֿשר מחוץ געוויסע מאַרגינאַלע גרופּעס און יחידים. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דאָס אייראָפּעיִשע ייִדנטום, ווי אַ כּלל, ניט קיין דעה אין די אייראָפּעיִשע ענינים. די ייִדישע קהילות בלײַבן אָרגאַניזירט לויט דעם טעריטאָריעלן פּרינציפּ, און אין יעדן אייראָפּעיִשן לאַנד האָבן די ייִדן אַ לאָקאַלע אידענטיטעט.
אין משך פֿון יאָרהונדערטער זײַנען די ייִדן געווען צווישן די סאַמע אַקטיווע כּוחות פֿון דער אייראָפּעיִשער אינטעגראַציע. זיי זײַנען געווען פֿאַרמיטלער צווישן לענדער, קולטורן, פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן. אָבער נאָכן חורבן האָבן די אייראָפּעיִשע ייִדן, דאַכט זיך, פֿאַרלוירן דעם חשק זיך צו באַטייליקן אין גלאָבאַלע פּראָיעקטן. אמת, עס זײַנען פֿאַראַן דאָ און דאָרטן פּראָמינענטע מיטגלידער פֿון דער אייראָפּעיִשער אינטעליגענץ פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס פֿילן זיך ווי "וועלט־בירגער", אָבער זיי האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס צו ייִדישע ענינים. און להיפּוך, וואָס מער אַ ייִדישער אינטעליגענט איז פֿאַראינטערעסירט און פֿאַרטאָן אין ייִדישע זאַכן, אַלץ קנאַפּער זײַנען זײַנע אינטערעסן אין דער אַרומיקער וועלט בכלל און אינעם "אייראָפּעיִשן פּראָיעקט" בפֿרט.
דער פּראָיעקט פֿון בויען "פֿאַראייניקטע שטאַטן" פֿון אייראָפּע האָט אַן אייגענע געשיכטע און אייגענע אויסזיכטן אויף להבא. סײַ דער אייראָפּעיִשער עבֿר, סײַ די צוקונפֿט עקזיסטירן אינעם זכּרון פֿון מיליאָנען מענטשן, וואָס באַוווינען די אייראָפּעיִשע לענדער. זייערע באַגריפֿן ווערן אויסגעפֿורעמט דורך דער קאָלעקטיווער מי פֿון פֿאַרשידענע מינים טוער׃ פּאָליטיקער, לערער, שרײַבער, קינסטלער און אַנדערע. דערבײַ האַלטן זיך די אימאַזשן פֿון דעם עבֿר און פֿון דער צוקונפֿט אין איין ענדערן, צופּאַסנדיק זיך כּסדר צו דעם הײַנט. מען שרײַבט איבער די געשיכטע פֿון דאָס נײַ, מען צעשטערט אַלטע מאָנומענטן און מע בויט נײַע, מען קריטיקירט אַלטע מיטאָסן און מען טראַכט אויס נײַע. די רעוויזיע פֿון געשיכטע קומט פֿאָר באַזונדערס אַקטיוו אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער, וווּ עס שטויסן זיך צונויף כּלערליי פּאָליטישע און עקאָנאָמישע אינטערעסן.
וועגן דעם מצבֿ פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע היסטאָרישע פֿאָרשונגען האָט מיט עלטעכע וואָכן צוריק גערעדט דער דײַטשישער היסטאָריקער קאַרל שלעגעל בעתן באַקומען די לײַפּציגער בוך־פּרעמיע פֿאַר "אייראָפּעיִשער פֿאַרשטענדעניש". שלעגעל האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרשידענע צדדים פֿון לעבן אין מיזרח־אייראָפּע אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט, נאָר אויך מיט פֿילצאָליקע פּובליקאַציעס אין דער דײַטשישער פּרעסע וועגן דער הײַנטצײַטיקער מיזרח־אייראָפּעיִשער פּאָליטיק און קולטור. זײַן עיקר־אינטערעס ליגט אין די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צווישן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן און דער פּאָליטיק. ער זעט זײַן אויפֿגאַבע אין "ברענגען מענטשן צוריק אויף דער היסטאָרישער בינע", אינעם פֿאָרשן יענע אַספּעקטן פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וועלכע זײַנען עד־היום פֿאַרבליבן מחוץ דעם הויפּט־שטראָם פֿון דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט.
שלעגעלס פֿאָרשערישער סדר־היום וואָלט גוט געפּאַסט פֿאַר אַ נײַעם צוגאַנג פֿון דער ייִדישער געשיכטע. אין זײַנע ווערק באַטראַכט שלעגעל די ייִדישע דערפֿאַרונג אינעם ברייטערן געזעלשאַפֿטלעכן גערעם פֿון אַ געוויסער צײַט און אַ געוויסן רוים. ווען מען קוקט פֿונעם דאָזיקן מעטאָדאָלאָגישן שטאַנדפּונקט אויפֿן מצבֿ פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער פֿאָרשונג, זעט מען, אַז די ייִדן ווי אַ פֿאָלק, מיט אַן אייגענער קולטור, שפּראַך און אַן אייגענעם שטייגער, האַלטן אין איין פֿאַרשוווּנדן ווערן פֿונעם ברייטערן אייראָפּעיִשן האָריזאָנט. עס בלײַבן ייִדישע יחידים, אָפֿטמאָל צופֿעליקע קרבנות פֿון גזירות און רדיפֿות, וואָס שפּילן אַ פּאַסיווע ראָלע אינעם היסטאָרישן פּראָצעס.
איין סיבה דערפֿון איז אַ פּשוטע; עס זײַנען פֿאַרבליבן ווייניק לעבעדיקע מענטשן, וועלכע טראָגן אין זייער זכּרון דאָס געדעכעניש פֿון די אַלטע צײַטן, וועלכע קאָנען דערציילן ניט בלויז וועגן זייערע אייגענע קינדער־יאָרן, נאָר אויך וועגן דער דערפֿאַרונג פֿון זייערע עלטערן און באָבע־זיידעס. שולדיק דערין איז, דער עיקר, דער חורבן, אָבער אויך די אַסימילאַציע און די עמיגראַציע — צוויי שטאַרקע כּוחות, וועלכע האָבן אַרויסגעריסן די ייִדן פֿונעם טראַדיציאָנעלן שטייגער. הגם די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער באַציִען זיך מיט ספֿקות צו די יחידישע זכרונות און אַנדערע פּערזענלעכע גבֿית־עדות, ווערט דווקא פֿון אַזעלכע שטיקלעך אויסגעפֿורעמט דאָס קאָלעקטיווע געדעכעניש פֿונעם פֿאָלק.
בײַ די אומות־העולם שפּילט דאָס קאָלעקטיווע געדעכעניש אַ וויכטיקע ראָלע. עס שטייט אין אַ כּסדרדיקן דיאַלאָגישן אויסטויש מיט דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט, און צוזאַמען געשטאַלטיקן זיי אויס דעם זעלבסטבאַוווּסטזײַן פֿון דער נאַציע. אַנדערש איז בײַ ייִדן׃ דאָס קאָלעקטיווע געדעכעניש איז צו שוואַך, און ווי אַ בימקום, קומט רעליגיע און די נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיע. די ייִדישע געשיכטע בלײַבט הענגען אין דער לופֿטן, ניט צוגעבונדן צו קאָנקרעטע ערטער און צײַטן.
די הײַנטיקע אייראָפּע גיט זיך אָפּ מיט אויסטײַטשן און איבערטײַטשן כּלערליי געשעענישן, אָביעקטן און סימבאָלן, וואָס מען האָט באַקומען בירושה פֿון די פֿריִערדיקע דורות. ייִדישע בעת־עלמינס, געבײַדעס פֿון שילן, שפּיטאָלן, קהלישע אינסטיטוציעס, ווערן צומאָל אײַנגעשלאָסן אין פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע געשיכטעס פֿון פּוילן, דײַטשלאַנד, אוקראַיִנע. אָבער דער ייִדישער כּלל האָט אַ קנאַפּן אינטערעס אין די דאָזיקע "חורבֿות", די ייִדישע ערטער ווערן פּאַמעלעך נעלם, און די פּוסטע ערטער ווערן באַוואַקסן מיט ווילד־גראָז.