פּאָליטיק

די ידיעה, אַז נאָך שווערע דעה־ראַנגלענישן פֿון דער פּראָקוראַטור איז ענדלעך דערלאַנגט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט דער באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט וועגן שאַנד־אַקטן ביז פֿאַרגוואַלדיקונג — איז קורץ נאָך איר דערשײַנען גלײַך פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אפֿשר צו צײַטווײַליקער פֿאַרגעסעניש — צוליב דער צענטראַלער אַנטפּלעקונג פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אַז אַ גאַנצע פּאַרטיי איז געוואָרן באַצוווּנגען פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט.

זי איז אָבער אויך געוואָרן פֿאַרכּישופֿט פֿון איר באַצווינגער און האָט הײַנטיקע וואָך אויפֿגעזונגען איר שוואַנען־ליד.

אַזוי ווי אין דעם פּערזענלעכן פֿאַל פֿון דעם באַזײַטיקטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ, וועלכער איז נישט געווען קיין איינמאָליקער, נאָר אַ לאַנגע קייט פֿון אָנגייענדיקע שאַנד־אַקטן אין משך פֿון יאָרן — אַזוי איז אויך די פֿאַרגוואַלדיקונג פֿון דער פּאַרטיי אַן אָנגייענדיקער פּראָצעס, וואָס דויערט שוין יאָרן און אַנטהאַלט אין זיך דעם עלעמענט פֿון פֿרײַוויליקער אונטערטעניקייט פֿון דער פּאַרטיי צו איר נישט באַליבטן מנהיג, און פֿון אַ קעגנזײַטיקער קאָלאַבאָראַציע צווישן דעם באַצווינגער און דעם באַצוווּנגענעם קרבן. דהײַנו — צווישן דעם מנהיג און זײַן פּאַרטיי. דאָס מאָל האָט דער דאָזיקער מנהיג, צום וויפֿלטן מאָל נאָך זײַן שווערער מפּלה, ווידער אָפּגעהאַלטן אַ נצחון איבער זײַן אייגענער פּאַרטיי.

מאַכט־גײַציקע מנהיגים קומען געוויינלעך צו דער מאַכט און האַלטן זיך בײַ איר אין זכות פֿון זייער שטאַרקער אַמביציע און דערוואָרבענער פּאָפּולאַריטעט. צווישן זיי אויך אַזעלכע, וואָס זײַנען געקומען צו דער מאַכט אויף אַ נישט זייער כּשרן וועג. די געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל קען אָבער נאָך נישט אַזאַ פֿאַל, וואָס זאָל האָבן געפֿירט אַן עסקן צו דער אָנפֿירונג פֿון זײַן פּאַרטיי אויף אַזאַ ברוטאַלן אָפּנאַרערישן אופֿן, ווי דאָס איז דער פֿאַל מיטן מנהיג פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטער־פּאַרטיי פֿון מפּא"י ביז איר איצטיקן גילגול אונטערן נאָמען "עבֿודה", ווי דאָס קומט פֿאָר אין די לעצטע טעג.

דער וועג, למשל, מיט וועלכן עס איז געקומען צו דער מאַכט דער געוועזענער דאָמינאַנטישער און הײַנט אומבאַהאָלפֿענער פּרעמיער־מיניסטער אַריאל שרון, איז אַלעמען גוט באַוווּסט, ווי עס איז אויך גוט באַוווּסט דאָס שלאָגוואָרט, וואָס עס האָט אים אָנגעקלעבט אויף זײַן שטערן זײַן כּלים־טרעגער, אַז — "ווער עס האָט נישט געוואָלט"... אאַז״וו. עס איז אויך באַוווּסט די טאַקטיק, מיט וועלכער ער האָט זיך באַנוצט אויף זײַן וועג צו דער מאַכט, לויטן מאַקיאַוועלישן פּרינציפּ פֿון פֿירן מלחמות מיט דער הילף פֿון טריקן, מאַניפּולאַציעס, קאָמבינאַציעס און מאַכינאַציעס, אַז דער פֿײַנט זאָל נישט פֿאַרשטיין דײַנע כּוונות. שרון האָט אָבער געהאַט אַ ייִדישן מקור זיך אויף אים צו פֿאַררופֿן: דעם פּסוק פֿון חז״ל, אַז: "בתחבולות תּעשה לך מלחמה" — מיט טריקן און מאַניפּולאַציעס זאָלסטו פֿירן מלחמה.

דאַקעגן האָט זײַן כּלומרשט אידעאָלאָגישער קעגנער אהוד ברק, וועלכער לייגט אײַן וועלטן, כּדי צוריק צו דערגרייכן צום זעלבן שפּיץ פֿונעם באַרג, פֿון וועלכן שרון האָט אים בשעתו אַראָפּגעשלײַדערט — באַשלאָסן אָנצוּווענדן דעם אַנדערן, דעם באָלשעוויקישן פּרינציפּ לויט וועלכן דער ציל הייליקט די מיטלען. און, דאָס מיינט נישט נאָר אין צײַטן פֿון מלחמה, נאָר אויך, און אפֿשר דער עיקר — ווען די מלחמה גייט אָן אויפֿן פּאָליטישן שלאַכטפֿעלד, צווישן איין פּאַרטיי און דער אַנדערער און צווישן איין מנהיג און דעם אַנדערן. די פּאַרטיי דינט אים נאָר ווי אַ לייטער אַרויפֿצוקלעטערן אין זײַן קאַריערע אויפֿן וועג צו דער מאַכט.

הערט אַ מעשׂה: ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת, ווען די "פּובליק־טעסטן" האָבן אָנגעוויזן אויף דער דראַסטישער ירידה אין די עלעקטאָראַלע אויסזיכטן פֿון "עבֿודה" און אויף אהוד ברקס שטאַרק געפֿאַלענער פּאָפּולאַריטעט, האָט ברק "געסטראַשעט" די וויילער, אַז ער וועט זיי באַשטראָפֿן און וועט זיך אָפּזאָגן צו בלײַבן דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט אין דער קומענדיקער רעגירונג, וואָס וועט אויפֿקומען נאָך די וואַלן: ווײַל נאָר ווי אַזעלכער האָט ער גענאָסן פֿון דעם העכסטן "קרעדיט". האָט ער דעריבער געוואָרנט, אַז טאָמער וועט זײַן פּאַרטיי, די "עבֿודה", נישט באַקומען ווייניקסטנס 20 מאַנדאַטן, וועט ער זיך אָפּזאָגן אָנצונעמען דעם דאָזיקן אַמט.

עס איז שווער צו זאָגן וועמען ער האָט דערמיט געסטראַשעט און געמיינט צו באַשטראָפֿן פֿאַר זײַן סעריאַלן דורכפֿאַל: דאָס פֿאָלק, וואָס האָט אים אַנטוישט; זײַן פּאַרטיי, וואָס איז אים נישט דאַנקבאַר פֿאַר זײַן פֿירערשאַפֿט, וועלכע האָט זי צעשמעטערט, אָדער גאָר זיך אַליין. ווײַל — מיטן פֿאַרלירן די שאַנסן צו ווערן צום צווייטן מאָל דער פּרעמיער־מיניסטער און ווידער אָנצופֿירן מיט דער מדינה, איז זײַן לעצטער באַגער געבליבן כאָטש ווי דער מיניסטער פֿאַר זיכערהייט אָנצופֿירן מיט דער אַרמיי. דאָרט האָט ער זיך אויפֿגעכאָוועט און אַרײַנגעאָטעמט אין זיך דעם מיליטאַנטישן גײַסט זינט זײַנע ייִנגסטע יאָרן, נאָכן פֿאַרלאָזן די נעסט פֿונעם קיבוץ. די "עבֿודה" אונטער זײַן פֿירערשאַפֿט איז אָבער אין די וואַלן געוואָרן צעטראַסקעט און האָט באַקומען בלויז 13 מאַנדאַטן — די נידעריקסטע אין דער געשיכטע פֿון דער פּאַרטיי און פֿון דער מדינה. זי איז געוואָרן פֿאַרשטויסן אויפֿן פֿערטן אָרט נאָך ליבערמאַנס "ישׂראל ביתנו" — און ברק איז געצוווּנגען געוואָרן צו דעקלאַרירן, אַז דאָס פֿאָלק און דער גורל האָבן פֿאַרמישפּט די "עבֿודה" (צוזאַמען מיט אים) צו גיין אין דער אָפּאָזיציע.

אָבער אויך אין דער אָפּאָזיציע האָט ער פֿאַרלוירן די פּאָזיציע פֿון צו זײַן איר אָנפֿירער: דעם דאָזיקן ייִחוס האָט אים אויסגעכאַפּט ציפּי לבֿני, די פֿירערין פֿון "קדימה", וועלכע האָט דעראָבערט מער ווי טאָפּלט מאַנדאַטן ווי "עבֿודה".

אין דער פּאָליטיק איז, אַזוי ווי אין ספּאָרט: אויך פֿאַרשפּילן דאַרף מען מיט ווירדע. ברק, וועלכער דאַרף שוין זײַן צו דעם צוגעוווינט, האָט אָבער נישט ליב צו פֿאַרשפּילן. דערפֿאַר איז אָבער אהוד ברק אַ מענטש פֿון ווירדע: נאָך דעם ווי דער מדינה־פּרעזידענט האָט געגעבן בנימין נתניהון דעם מאַנדאַט צוזאַמענצושטעלן די נײַע רעגירונג, האָט ברק אין די 28 צוגעטיילטע טעג כּסדר געטענהט, אַז זײַן אָרט איז אין דער אָפּאָזיציע — אַזוי האָט געוואָלט דאָס פֿאָלק — און אויך פֿון דעם דאָזיקן אַרט וועט ער דינען לטובֿת דער מדינה, וועלכע געפֿינט זיך בײַ אים אויף דער העכסטער הייך, העכער ווי די פּאַרטיי. און אַז נאָר אין דער אָפּאָזיציע וועט ער קענען צוריק אויפֿריכטן זײַן צעשמעטערטע פּאַרטיי...

ער האָט זיך אָבער גיך אַרומגעזען, אַז אויך אין דער אָפּאָזיציע האָט ער, ווי געזאָגט, פֿאַרלוירן די פּאָזיציע, און ער האָט באַשלאָסן בײַ זיך ליבערשט צו ווערן דאָס פֿינפֿטע ראָד צום וואָגן פֿון ביבי, איידער דאָס צווייטע ראָד צום וועלאָסיפּעד פֿון ציפּי.

ביידע שיטות — סײַ די מאַקיאַוועלישע און סײַ די באָלשעוויקישע שיטה פֿון דערשלאָגן זיך צו דער מאַכט, כּשרן דעם טײַוול, אויב מען קען זיך מיט אים אַרויסהעלפֿן, לויטן כּלל, לויט וועלכן "דער ציל הייליקט די מיטלען". אַפּשיטא שוין, ווען דער טײַוול איז סך־הכּל נישט מער ווי אַ פּאָליטישער קעגנער, און דער קעגנער, ווײַזט זיך גאָר אַרויס, איז גראָד אַ גוטער פֿרײַנד נאָך פֿון די אַמאָליקע יאָרן, ווען ביידע האָבן געדינט אין דער זעלבער קאָמאַנדאָ־איינהייט פֿונעם גענעראַל־שטאַב פֿון צה״ל, וווּ אהוד ברק איז געווען דער קאָמאַנדיר איבער נתניהו. און אויב מען זאָגט, אַז אין דער פּאָליטיק עקזיסטירט נישט קיין לויטערע פֿרײַנדשאַפֿט, נאָר אַ פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אינטערעסן — איז דאָך נישט פֿאַראַן קיין בעסערע אינטערעסן־געמיינשאַפֿט און קיין שטאַרקערע אינטערעסן־פֿרײַנדשאַפֿט ווי די פֿון די צוויי אידעיִשע קעגנערס ברק און נתניהו!

ווײַל — כאָטש נתניהו, ווי דער אָנפֿירער פֿונעם "ליכּוד" באַטראַכט זיך, און מיט רעכט, פֿאַר דעם פֿירער פֿון דעם גאַנצן רעכטן לאַגער, נייטיקט ער זיך אין נאָך אַ שותּף צו זײַן עקסטרעם־רעכטער קאָאַליציע, כּדי צו קענען הערשן און צו זײַן ווייניקער אָפּהענגיק פֿון זיי. און די "עבֿודה", מיט ברקן בראָש, קען ער קויפֿן פֿאַר אַ סך ביליקער ווי די "קדימה" אונטער דער פֿאַרעקשנטער ציפּי לבֿני. ברק פֿאַרלאַנגט נישט, למשל, פֿון אים, אַזוי ווי ציפּי לבֿני, ער זאָל אָנערקענען דאָס שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה, און דאָך קען ער שענקען דער רעגירונג פֿון נתניהו אַ פּאָליטישע לעגיטימאַציע און דינען פֿאַר דער אויסערלעכער וועלט ווי אַ פֿײַגנבלאַט פֿאַר אַ כּלומרשט שלום־וויליקער רעגירונג, אין וועלכער עס זיצן ליבערמאַן און זײַנס־גלײַכע.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז די אַרבעטער־פּאַרטיי, די יורשטע פֿון דער היסטאָרישער מפּא״י, נישט געוווינט צו זיצן אין דער אָפּאָזיציע, און אהוד ברק איז גאָר באַזונדערס פֿאַרליבט אין דעם זיכערהייט־מיניסטעריום און איז פֿאַרבענקט נאָכן צה״ל, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן און האָט דאָרט געשטאַלטיקט זײַן קריגערישן כאַראַקטער און די קאָמאַנדאָ־סטראַטעגיע אין דער פּאָליטישער פּראַקטיק. אויך סאָציאַל און עקאָנאָמיש אידענטיפֿיצירט זיך ברק מיט זײַן קעגנער און אידעאָלאָגישן אינטערעסן־פֿרײַנד פֿון זײַן קאָמאַנדאָ־איינהייט, נתניהו.

אַלזאָ, אַ גוטער זיווג.

די פֿאָריקע וואָך, מיטוואָך, נאָך דעם ווי עס זענען אויסגעגאַנגען די 28 טעג און דער "ליכּוד" האָט שוין געהאַט פֿאַרזיכערט די קאָאַליציע פֿון דעם רעאַקציאָנערן לאַגער אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון נתניהו מיט זײַן רעכט־עקסטרעמיסטישער פּלאַטפֿאָרם, האָט נתניהו געבעטן בײַם מדינה־פּרעזידענט אַ צוגאָב־טערמין פֿון נאָך צוויי וואָכן צוזאַמענצושטעלן די רעגירונג. דער סעקרעטאַר פֿון "עבֿודה", איתן כּבל (לייען: אייטאַן קאַבעל) איז דאַן, 6 אַזײַגער אין אָוונט, אינטערוויויִרט געוואָרן אין דער טעלעוויזיע. אויף דער פֿראַגע, ווי האַלט עס מיט די געהיימע אונטערהאַנדלונגען צווישן אהוד און ביבי וועגן אײַנשליסן די "עבֿודה" אין דער קאָאַליציע? — האָט איתן כּבל געענטפֿערט, אַז דאָס זײַנען סתּם אויסגעטראַכטע קלאַנגען.

כּבל איז געווען דערין איבערצײַגט, ווײַל ער האָט דאָך נאָרוואָס, מיט אַ האַלבער שעה צוריק גערעדט מיט ברקן און דער האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז עס קומט גאָרנישט פֿאָר צווישן אים און נתניהו. כּבל האָט אָבער קוים באַוויזן צו פֿאַרלאָזן די סטודיע, און אָט קלינגט אים ברק און פֿאַראָרדנט אים, ווי דעם סעקרעטאַר און פֿאַרוואַלטער פֿון דער פּאַרטיי, צוזאַמענצורופֿן "שוין" אַ פּאַרטיי־צוזאַמענפֿאָר, כּדי צו באַשטעטיקן דעם דערגרייכטן הסכּם מיטן "ליכּוד" וועגן צושטיין צו דער קאָאַליציע.

עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די צוויי מנהיגים, וואָס איינער קען נישט אָן דעם צווייטן, האָבן זיך אָנגעהויבן שוין פֿון לאַנג פֿריִער. דעם מיטוואָך הײַנטיקע וואָך האָט ברק געברענגט פֿאַר דעם פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר דעם שוין אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך אין די ראשי־תּיבֿות, מיט שטאַרק לאָקנדיקע פּריווילעגיעס פֿאַר "עבֿודה": פֿינף מיניסטאָרן און צוויי וויצע־מיניסטאָרן פֿאַר אירע 13 דעפּוטאַטן אין דער כּנסת.

צוזאַמען מיט אָט דעם לאָקנדיקן הסכּם האָט ברק אויך געבראַכט פֿאַר דעם פּאַרטיי־צוזאַמענפֿאָר זײַן פֿאָדערונג צו געבן אים דאָס רעכט אַליין צו באַשטימען די מיניסטאָרן, און דאָס זײַנען טאַקע די זעלבע פֿינף מיניסטאָרן אין דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט, וועלכע געהערן צו ברקס לאַגער אין דער פּאַרטיי. און זיי האָבן דאָס טאַקע מאָביליזירט "זייערע מענטשן" צו שטימען פֿאַר דער שותּפֿות מיטן "ליכּוד" — "לטובֿת דער מדינה".

עס האָט זיך דערנאָך אַרויסגעוויזן, אַז איינער פֿון די פֿינף מיניסטאָרן, בנימין בן־אליעזר, איז געווען אַן אַקטיווער שותּף צו ברקס געהיימען פּוטש, כאָטש ער האָט אין זײַנע עפֿנטלעכע אויפֿטריטן געוואָרנט, אַז דאָס אַרײַנטרעטן אין אַ שותּפֿות־רעגירונג מיטן "ליכּוד" וועט ברענגען צום אונטערגאַנג פֿון "עבֿודה".

אָבער דער אמתדיקער מחותּן צו דער חתונה־לוויה פֿון דער ישׂראלדיקער אַרבעטער־פּאַרטיי איז געווען דער נײַער אויפֿגעקומענער שטערן אויפֿן פּאָליטישן יאַריד, דער מנהיג פֿון דער "נײַער הסתּדרות" עופֿר עיני, וועלכער האָט נאָרוואָס געהאַט אָפּגעשלאָסן אַ "סאָציאַלן שטילשטאַנד" אָן שטרײַקן און אָן סאַנקציעס, מיט נתניהו און מיטן פֿאַרבאַנד פֿון די אינדוסטריעלער. איצט איז ער געווען דער פֿאַרמיטלער צווישן ברקן און נתניהו און דער הויפּט־שותּף אין דעם פּוטש. ער האָט דאָס מאָביליזירט די גרויסע מחנה פֿון דער "נײַער הסתּדרות" און ער האָט מיט זײַן פֿאַרמיטלונג און מיט זייערע שטימען דערלאַנגט ברקן דעם גרויסן נצחון אויף דער פּאַרטיי־קאַנפֿערענץ: 58% קעגן 42.

ער איז אָבער, זאָגט ער, נישט קיין פּאָליטיקער, ער מישט זיך נישט אין קיין פּאָליטיק — אָבער עס דערוואַרט אים איצט אַ גרויסע פּאָליטישע צוקונפֿט.

דעם טאָג פֿון דעם פּאַרטיי־צוזאַמענפֿאָר האָט אויסגעזען, ווי די פּאַרטיי, וועלכע איז אַרויסגעקומען פֿון די וואַלן אַ צעטראָטענע און אַ דערנידעריקטע — האָט אויף איין טאָג אויפֿגעלעבט, כּדי צו ווערן נאָכאַמאָל דערנידעריקט. אין דער פֿרי פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, צו וועלכער עס זענען געקומען 78% פּראָצענט מיטגלידער פֿון דער צענטראַלע — אַ זעלטן הויכע באַטייליקונג — האָט עס אויסגעזען ווי די פּאָרטיי וויל זיך נישט אונטערגעבן, וויל נישט באַגיין קיין זעלבסטמאָרד. אָבער ברק האָט זי, קענטיק, פֿאַרכּישופֿט און איז גראָד דעם טאָג אַרויס פֿון איר מיט אַ גרויסן נצחון.

דער וויכּוח איז געווען אַ העפֿטיקער, אַן ערנסטער און אַ ווייטיקלעכער, אָנגעפֿילט מיט עמאָציאָנעלער שפּאַנונג. ער האָט דערמאָנט די אַמאָליקע וויכּוחים, וואָס דו טרעפֿסט שוין נישט הײַנט אין קיין שום פּאַרטיי. עס האָט אָבער אויסגעזען, ווי אַ לעצטער רעטונגס-רוף פֿון אַן אונטערגייענדיקער שיף, וואָס קיינער ווייסט שוין נישט פֿון וואַנען די רעטונג וועט קומען. עס האָט אויסגעזען, ווי "עבֿודה" וואָלט אָפּגעזונגען הײַנטיקע וואָך איר שוואַנען־ליד.

תּל־אָבֿיבֿ, 25טער מערץ 2009