פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויקרא אל משה, וידבר ה׳ אליו" — און דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, און אָנגעזאָגט אים, ווי אַזוי מע זאָל ברענגען די קרבנות. דעם הײַנטיקן שבת, הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וווּ עס רעדט זיך, דער עיקר, וועגן קרבנות און אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער עבֿודה, וואָס די כּהנים פֿלעגן אויספֿירן אינעם בית־המיקדש. צוליב דעם, ווערט דער חומש "ויקראָ" אויך אָנגערופֿן "תּורת־כּהנים".

לויט אַ באַקאַנטן מינהג, הייבט מען אָן צו לערנען די תּורה מיט דרײַ־יעריקע חדר־ייִנגלעך פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. ווי עס שטייט אינעם מדרש, פֿאָדערן די קרבנות אַ באַזונדערע גײַסטיקע ריינקייט, דערפֿאַר איז כּדאַי צו לערנען וועגן זיי מיט די קליינע קינדער, וואָס זייערע נשמות זענען ריין פֿון זינד.

די חסידישע ספֿרים דערקלערן נאָך אַ סיבה פֿונעם דאָזיקן מינהג. ווען מע דערציט אַ קליין קינד, איז בעסער אים פּשוט אָנצוזאָגן, בײַם אָנהייב, וואָס מע דאַרף טאָן און וואָס מע טאָר נישט טאָן, און נישט אַרײַנטיפֿן זיך אין די סיבות, פֿאַרוואָס אַ גוט־דערצויגענער מענטש זאָל זיך אויפֿפֿירן דווקא אַזוי. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ טייל אַנדערע מיצוות — אַזעלכע ווי, למשל, דער פֿאַרבאָט צו הרגענען אָדער גנבֿענען — איז שווער משׂיג צו זײַן די ענינים פֿון קרבנות אויף אַ ראַציאָנעלן אופֿן. דערפֿאַר, הייבט מען אָן לערנען די תּורה פֿון אַזאַ ענין, כּדי אָנצוּווײַזן, אַז עס זענען פֿאַראַן זאַכן, וואָס מע דאַרף פּשוט אָננעמען, אַפֿילו אויב מע פֿאַרשטייט זיי נישט.

מע שרײַבט דאָס וואָרט "ויקרא" אין דער ספֿר־תּורה מיט אַ קליינעם אַלף. דאָס ווײַזט אונדז אָן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט דער אומענדלעכער ג-טלעכער חכמה, וואָס שטעקט אין דער תּורה, בלײַבן מיר תּמיד ווי קליינע קינדער. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה האָט אויך אַ צווייטן טײַטש: "און ער האָט געלייענט". דער אות "וואָוו", וואָס מיינט "און", איז מרמז אויף דעם, וואָס הגם מיר חזרן כּסדר איבער די תּורה, געפֿינען מיר אין איר תּמיד דעם "קליינעם אַלף" — נײַע סודות און טיפֿענישן, וואָס זענען פֿאַר אונדז אַזוי חידושדיק, ווי פֿאַר אַ קליין קינד.

אָן דעם אומגעוויינטלעכן קליינעם אַלף, וואָלט דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה זיך געלייענט ווי "ויקר" — פֿונעם זעלבן שורש ווי "מקרה", צופֿעליקייט. מיט אַזאַ וואָרט ווערט אין דער תּורה געשילדערט די נבֿואה, וואָס דער אייבערשטער האָט געשיקט דעם בייזן מכשף בלעם, וועלכער האָט אַליין נישט פֿאַרדינט צו זײַן אַ נבֿיא, און איז געוואָרן אַ פֿאַרמיטלער פֿון די ג-טלעכע ווערטער בלויז צוליב די ייִדן. רש״י דערקלערט, אַז דער קליינער אַלף אין דער הײַנטיקער פּרשה ווײַזט אָן אויפֿן גרויסן חילוק צווישן בלעמס און, להבֿדיל, משה רבינוס נבֿואה.

די חז״ל זאָגן אָבער, אַז משה רבינו האָט אויך געוואָלט פֿאַרשרײַבן אין דער תּורה, אַז די נבֿואה האָט אים "צופֿעליק אָנגעטראָפֿן", צוליב זײַן באַשיידנקייט. משה רבינו האָט געטראַכט, אַז ער האָט, אַזוי ווי בלעם, פֿאַרדינט אַזאַ גרויסע מדרגה פֿון נבֿואה צוליב די ייִדן, און נישט צוליב זײַנע אייגענע מעלות — דערפֿאַר האָט ער פֿאַרקלענערט דעם אַלף אינעם וואָרט "ויקראָ".

אין דער אמתן, זענען אין דער וועלט נישטאָ קיין עכטע צופֿעליקייטן. אין יעדן קלענסטן פּרט פֿונעם אוניווערס באַהאַלט זיך אַ ג-טלעכע השגחה און אַ טיפֿער צוועק. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווײַזט, אַז די באַגרענעצטקייט פֿון אונדזער באַנעם, דער "קליינער אַלף", לאָזט אונדז נישט דערזען, אַז הינטער די צופֿעליקייטן — "ויקר" — שטעקט דער ג־טלעכער רוף — "ויקראָ". פֿאַרוואָס, אָבער, ווערט דער דאָזיקער ענין דערמאָנט דווקא אין שײַכות מיט די קרבנות?

דער רמב״ם אין זײַן ספֿר "מורה נבֿוכים", דון יצחק אַברבנאל און אַ ריי אַנדערע גרויסע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן האַלטן, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן די ייִדן צו ברענגען קרבנות צוליב דעם, וואָס זיי זענען געווען צוגעוווינט צו די רעליגיעס פֿון די אַנדערע פֿעלקער, וועלכע פֿלעגן מקריבֿ זײַן חיות בײַ זייערע עבֿודה־זרות. אין יענער צײַט, וואָלט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק געווען שווער צו פֿאַרשטיין אַ גײַסטיקע עבֿודה אָן אַזעלכע ריטואַלן.

הגם דער חורבן־בית־המיקדש איז געווען אַ גרויסער טרויער און פֿאַרלוסט פֿאַר די ייִדן, באַטאָנען אַ צאָל באַקאַנטע חקירה־ספֿרים, אַז דער איבערגאַנג פֿון קרבנות צו תּפֿילות איז געווען אַ פּראָגרעס. דאָס פֿאָלק האָט זיך מער נישט גענייטיקט אינעם שעכטן חיות, כּדי צו דערפֿילן אַ נאָענטקייט צום באַשעפֿער, דעריבער זענען די קרבנות באַזײַטיקט געוואָרן מיט דער גײַסטיקער עבֿודת־התּפֿילה.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ווען די דרײַ־יעריקע ייִנגלעך אין די הײַנטיקע חדרים הייבן אָן לערנען דעם חומש, לערנען זיי, למעשׂה, בלויז די ערשטע פּסוקים פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, וווּ עס שטייט געשריבן: "אָדם כּי יקריבֿ מכּם קרבן" — "ווען אַ מענטש פֿון אײַך וועט ברענגען אַ קרבן". לויט דעם באַקאַנטן חסידישן פּשט, מיינט עס די גײַסטיקע עבֿודה, דעם אינערלעכן "קרבן", וואָס מע ברענגט אַרויס פֿונעם אייגענעם האַרץ און נשמה. דאָס הייסט, אַז דער עיקר־לימוד, וואָס די קליינע קינדער לערנען אָפּ פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, האָט צו טאָן מיט די רוחניותדיקע ענינים — אָפּגעגעבנקייט, האַרציקייט, נשמה־ריינקייט — וואָס בלײַבן אַקטועל יעדן טאָג.

מע וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז לויט דעם רמב״ם און אַנדערע חקירה־מפֿרשים, זענען די מיצוות פֿון קרבנות געגעבן געוואָרן "צו פֿעליק", אַזוי ווי בלעמס נבֿואה, בלויז אין שײַכות מיט אַ געוויסן היסטאָרישן קאָנטעקסט, און צוליב די באַציִונגען צווישן די ייִדן און עובֿדי־עבֿודה־זרה. פֿון דער אַנדער זײַט, זענען די קרבנות געווען אַ צענטראַלער טייל פֿון עבֿודת־בית־המיקדש; מיר לערנען פֿון זיי אָפּ אַ סך עיקרדיקע ענינים וועגן אונדזער טאָג־טעגלעכן גײַסטיקן לעבן. מע זעט דערפֿון, אַז אַפֿילו אין אַזעלכע אַספּעקטן פֿון וועלט־געשיכטע, וואָס זעען פֿאַר אונדז אויס פֿרעמד און צופֿעליק, שטעקט אויך אַ טיפֿע ג-טלעכע השגחה. דערפֿאַר, מעגלעך, ווערט דער דאָזיקער ענין אויסגעדריקט דווקא אינעם נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, וואָס האָט צו טאָן מיט די קרבנות.