קונסט
ברונאָ שולץ
ברונאָ שולץ

דעם 20סטן פֿעברואַר איז אין "יד־ושם", ירושלים, דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "ברונאָ שולץ — וואַנט־מאָלערײַ אונטער צוואַנג". אין דער אויסשטעלונג זענען פֿאַראַן 3 וואַנט־מאָלערײַען, די לעצטע דרײַ שאַפֿונגען פֿון ברונאָ שולץ פֿאַר דעם, ווי ער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן עס־עס־אָפֿיציר דעם 19טן נאָוועמבער 1942. די דאָזיקע מאָלערײַען ווערן אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַן עולם צום ערשטן מאָל.

בײַ דער געלעגנהייט איז אין "יד־ושם" אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם צווישן דעם וויצע־דירעקטאָר און פֿאָרזיצער פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר צענטראַל־אייראָפּע בײַם אויסערן־מיניסטעריום און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון אוקראַיִנע אין ישׂראל, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון וויצע־פּרעמיער־מיניסטער פֿון אוקראַיִנע. לויט דעם אָפּמאַך, וועלן די מאָלערײַען פֿון שולץ אָנערקענט ווערן ווי אַן אייגנטום און קולטור־אוצר פֿון אוקראַיִנע און צײַטווײַליק עקספּאָנירט ווערן אין "יד־ושם" אין משך פֿון 20 יאָר; דערנאָך וועט דער אָפּמאַך באַנײַט ווערן אַלע 5 יאָר.

ברונאָ שולץ איז געבוירן געוואָרן אין דראָהאָביטש — דעמאָלט פּוילן, און הײַנט צו טאָג אוקראַיִנע. ער איז געווען אַ פּוילישער שרײַבער און קינסטלער. ער איז געווען געצוווּנגען צו מאָלן אויף די ווענט פֿון אַ קינדער־צימער געשטאַלטן פֿון קינדער־מעשׂהלעך אין אַ הויז, וואָס איז אָקופּירט געווען דורך אַ נאצישן אָפֿיציר מיטן נאָמען פֿעליקס לאַנדאַו.

די מאָלערײַען זענען אַנטדעקט געוואָרן אין אַ פֿאַרנאַכלעסיקטן צושטאַנד אַן ערך 60 יאָר נאָך זייער שאַפֿן. מיט דער הסכּמה פֿון דער משפּחה, וואָס אין זייער הויז די מאָלערײַען זענען געפֿונען געוואָרן און מיט דער צושטימונג פֿונעם בירגערמײַסטער פֿון דראָהאָביטש, האָט "יד־ושם" זיך דערשלאָגן, אַז אַ גרופּע קונסט־עקספּערטן זאָל זיי ברענגען אין "יד־ושם". פֿון 2001 געפֿינען זיך די וואַנט־פֿרעסקעס אין ירושלים און די עקספּערטן האָבן זיי רעסטאַוורירט.

דעם 30סטן יוני 1941 זענען די דײַטשן אַרײַן קיין דראָהאָביטש און אין משך פֿון די קומענדיקע דרײַ טעג דערמאָרדעט 900 ייִדן פֿון דער שטאָט און אומגעגנט. אין שטאַב פֿון דעם שטאָטישן "געסטאַפּאָ" איז פֿעליקס לאַנדאַו געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן צושטעלן צוואַנג־אַרבעטער פֿון דער געטאָ. מיט אַ בײַטש אין איין האַנט און אַ ביקס אין דער צווייטער, איז לאַנדאַו געווען אַ סימבאָל פֿון טויט און פֿאַרניכטונג. דער ייִדישער קינסטלער און שרײַבער ברונאָ שולץ איז געווען געצוווּנגען דורכצופֿירן קינסטלערישע צוואַנג־אַרבעט פֿאַר פֿעליקס לאַנדאַו, וועלכער האָט אים באַפֿוילן אויסצומאָלן די ווענט פֿון אַ רײַטער־שול. ווען זײַנע קינדער זענען אָנגעקומען קיין דראָהאָביטש, האָט לאַנדאַו באַפֿוילן דעם ייִדישן קינסטלער אָנצומאָלן אויף די ווענט פֿונעם קינדער־צימער די העלדן פֿון די קלאַסישע קינדער־מעשׂהלעך. אַזוי פֿלעגט שולץ, פֿון סוף 1941 ביז אָנהייב 1942, קומען יעדן טאָג אין דער ווילע פֿון לאַנדאַו און דורכפֿירן די באַפֿעלן פֿונעם נאַצישן אָפֿיציר. ער האָט געהאָפֿט, אַז די דאָזיקע צוואַנג־אַרבעט וועט אים ראַטעווען פֿון דעפּאָרטאַציע און טויט.

נישט געקוקט אויף די שווערע אומשטאַנדן פֿון זײַן אַרבעט, איז שולצן געלונגען אַרײַנצופֿלעכטן אין די דאָזיקע מאָלערײַען זײַן אייגענע פֿאַנטאַזיע און סטיל, הגם די געשטאַלטן זעען אויס אומשולדיק, כּדי געפֿעלן צו ווערן דעם געשמאַק פֿון זײַן פּאַטראָן.

די פֿראַגמענטן, אויסגעשפּרייט אויף דרײַ ווענט אין אַ קליין צימער, שילדערן אַ ריי העלדן, וואָס זענען באַקאַנט יעדן קינד. אויף דער לינקער וואַנט, בײַם אַרײַנגאַנג, טרעפֿן מיר אַ פּרינץ וואָס רײַט אויף אַ פֿערד, זײַן פּנים איז געשעדיקט פֿון די יאָרן. נעבן אים איז אַ קעניגין אָדער פּרינצעסין אין גרין טורקיזע־קאָליריקער קלייד, גרייט צו אַ באַל אין וואַלד. אויף דער וואַנט פֿון אַרײַנגאַנג, איבער דער טיר, שטייט אַ יונג מיידל אין אַ קורץ קליידל און רויטע שיכלעך, באַגלייט פֿון 5 קליינע מענטשעלעך. אויף דער דריטער וואַנט — אויף דער רעכטער זײַט פֿון אַרײַנגאַנג, זעען מיר אַ פֿערד־און־וואָגן, צוויי יוגנטלעכע — אַ ייִנגל און אַ מיידל, וואָס האַלטן זיך בײַ די הענט — ווײַזט אויס, די פּערסאָנאַזשן האַנזל און גרעטל; אַן עלטערע פֿרוי, ווי אַ מכשפֿה.

לויט אַן עדות פֿון דראָהאָביטש, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, קוקט אַויס דאָס פּנים פֿון דער פּרינצעסין, ווי די געליבטע פֿון לאַנדאַו, גערטרוד, און דער רײַטער בײַ איר זײַט איז איר געליבטער פֿעליקס, באַקאַנט מיט זײַן ליבשאַפֿט צו רײַטן אויף פֿערד. די ביימער אַרום ביידע געשטאַלטן באַציִען זיך צום וואַלד, וווּ עס לויערן גרויסע געפֿאַרן. אין דער פֿאַנטאַזיע פֿון ברונאָ שולץ איז דאָס אַן אָנדײַטונג אויף די בראָניקאָ־וועלדער אַרום דער שטאָט, וווּ לאַנדאַו און זײַנע מיטהעלפֿער האָבן דערמאָרדעט טויזנטער ייִדן.

אין דער מאָלערײַ פֿון דער פּרינצעסין מיט די 7 קליינע מענטשעלעך־גנאָמען דערמאָנט איינער פֿון זיי דעם פֿאָטער פֿון שולץ, יעקבֿ, אַ צענטראַלע געשטאַלט אין אַ סך פֿון ברונאָס דערציילונגען. די שטריכן פֿון זײַן פּנים קאָן מען דערקענען אין אַנדערע מאָלערײַען, וואָס זענען פֿאַרבליבן נאָכן חורבן. דער בעל־עגלה מיטן פֿערד איז דער קינסטלער אַליין. דער דאָזיקער פּאָרטרעט פֿונעם קינסטלער חזרט זיך איבער אין דער פֿאָרעם פֿון דער מכשפֿה, וועמען די נאַציס האָבן בדעה צו פֿאַרניכטן. די רײַטער זענען נישט קיין אַריסטאָקראַטן, נאָר ברוטאַלע מערדער. האַנזל און גרעטל זענען זײַנע פּלימעניקעס — עלאַ און יעקבֿ, און אפֿשר וועט זיך זיי אײַנגעבן צו בלײַבן לעבן אין די באַהעלטענישן פֿונעם וואַלד.

ברונאָ שולץ, וועלכער האָט אין דער ווילע פֿונעם נאַצי־אָפֿיציר לאַנדאַו דורכגעפֿירט די קינסטלערישע צוואַנג־אַרבעט, האָט געהאַט דעם מוט אַרײַנצופֿלעכטן אין די דאָזיקע מאָלערײַען פֿון קינדער־מעשׂהלעך זײַן פּערזענלעכן גורל.

דער קינסטלער ברונאָ שולץ, דער באַגײַסטערטער פֿאַרערער פֿון שיינקייט אין פֿאַרב און וואָרט, האָט זיך נישט געקענט אונטערגעבן דעם ווילן פֿונעם נאַצישן אונטערדריקער. די געפֿאַרן זענען אים געווען באַוווּסט, און דאָך, האָט ער באַשלאָסן צו שאַפֿן אויף די ווענט פֿון לאַנדאַוס הויז די געשטאַלטן פֿון זײַנע נאָענטע אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אויך אין דער קעגנוואַרט. ער האָט אין דעם הויז געשאַפֿן אַן אָנדענק־צימער פֿאַר זיך, זײַן משפּחה און זײַן קהילה. דאָס איז געווען זײַן גײַסטיקע קעגנערשאַפֿט צום אַנטי־מענטשלעכן, נאַצישן רעזשים.

ברונאָ שולץ איז דערשאָסן געוואָרן דעם 19טן נאָוועמבער 1942, "דעם בלוטיקן דאָנערשטיק", צוזאַמען מיט נאָך 200 ייִדן אין זײַן באַליבטער שטאָט דראָהאָביטש און איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אויף דעם ייִדישן בית־עלמין.