ייִדיש־וועלט, קולטור, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין אויגוסט 1914, ווען די ערשטע וועלט-מלחמה איז אויסגעבראָכן, איז עס גלײַך געוואָרן אַ טראַגעדיע פֿאַר הונדערטער טויזנטער ייִדן. ערשטנס, האָבן בלוטיקע באַטאַליעס זיך אָפּגעשפּילט אויף די טעריטאָריעס, געדיכט באַפֿעלקערטע דורך ייִדן. צווייטנס, האָבן בערך פֿינף הונדערט טויזנט ייִדן געדינט אין די אַרמייען פֿון ביידע צדדים אין דער בלוט-פֿאַרגיסונג. די רוסישע אַרמיי האָט כּמעט גלײַך גענומען באַשולדיקן די ייִדן פֿונעם תּחום-המושבֿ אין סימפּאַטיעס צו די דײַטשן. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען הונדערטער טויזנטער ייִדישע תּושבֿים, דער עיקר פֿון ליטע, אַרויסגעשיקט אין די טיפֿענישן פֿון דער רוסישער אימפּעריע. דאָס אַרויסשיקן האָט זיך אָפֿט מאָל פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאָגראָם.

צי האָבן די ייִדן טאַקע סימפּאַטיזירט מיט די דײַטשן און אַפֿילו געהאָלפֿן דעם שׂונא דורך איבערגעבן סענסיטיווע אינפֿאָרמאַציע? קיין קלאָרער ענטפֿער אויף אָט דער פֿראַגע איז, דאַכט זיך, ניטאָ. אָבער פֿון דעם וואָס מע לייענט וועגן די געשעענישן פֿון יענער צײַט, שאַפֿט זיך אַזאַ אײַנדרוק: די גרויסשטאָטישע ייִדישע באַפֿעלקערונג, קודם-כּל, דער רײַכער שיכט און דער מיטלשטאַנד, זײַנען געווען, בדרך-כּלל, פּאַטריאָטיש געשטימט און דער יונגער דור איז געווען גרייט צו פֿאַרטיידיקן זייער היימלאַנד — רוסלאַנד. אַ סבֿרא, אַז דער ענין פֿון פּאַטריאָטיזם צי ניט-פּאַטריאָטיזם האָט געהאַט אויך אַ געאָגראַפֿישע דימענסיע. אין מער רוסיפֿיצירטע שטעט האָט מען, אַ פּנים, געקענט געפֿינען מער רוסישע פּאַטריאָטן איידער ערגעץ אין פּוילן.

כאַראַקטעריש, למשל, אַז פֿון ווילנע — אַ היפּש רוסיפֿיצירטע שטאָט — האָבן זיך עוואַקויִרט ס׳רובֿ פֿאַרמעגלעכע און געבילדעטע ייִדישע משפּחות און יחידים. לאָמיר זיך דערמאָנען: דער פֿאַרלעגער באָריס קלעצקין, דער ליטעראַטור קריטיקער שמואל ניגער, ניגערס ברודער — דער דיכטער דניאל טשאַרני, און אַ היפּש ביסל אַנדערע טוער פֿון ייִדישער קולטור זײַנען דאָך ניט פֿאַרבליבן בײַ די דײַטשן, נאָר אַוועקגעפֿאָרן קיין פּעטראָגראַד צי אַנדערע רוסישע שטעט.

מיר שײַנט, אַז דער מצבֿ איז געווען אַנדערש צווישן דער שטעטלדיקער באַפֿעלקערונג. בעת די געבילדעטע שיכטן האָבן אַזוי צי אַנדערש באַלאַנסירט צווישן פֿײַנט האָבן די רוסישע מאַכט און ליב האָבן די רוסישע קולטור, האָט אַ ר׳ ישׂראל געהאַט טיף אין דר׳ערד די פּאָעזיע פֿון פּושקינען, לערמאָנטאָוון און נעקראַסאָוון. פֿאַר אים האָט זיך דער "יוון" אַסאָציִירט מיט אין-סופֿיקע גזירות, און דער דײַטש האָט אויסגעזען לײַטישער — פֿון בערלין האָט מען דאָך צוגעזאָגט אַ באַפֿרײַונג פֿאַר ייִדן. יאָ, די דײַטשישע פּראָפּאַגאַנדע האָט, בפֿרט אין די ערשטע פּאָר יאָר פֿון דער מלחמה, געלויבט די ייִדן ווי פֿאָרשטייער פֿון אַ מין קרובֿישער ציוויליזאַציע. ייִדיש האָט געהאָלפֿן אײַנצושטעלן אַ קאָנטאַקט מיט די זעלנער. און די באַציִונגען — בפֿרט תּחילת זײַנען געווען גאַנץ פֿרײַנדלעכע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די דײַטשן האָבן קיין פּאָגראָמען ניט געמאַכט, בעת דאָס רוסישע מיליטער האָט זיך אויסגעצייכנט אין רדיפֿות כּלפּי די ייִדן.

ווי אַזוי האָט עס אַלץ אויסגעזען אויף דער מערבֿדיקער זײַט פֿון דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן? אין 1951 איז אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט געוואָרן אַן אינטערסאַנטע דאָקטאָר-אַרבעט פֿון יוסף ראַפּאָפּאָרט: "ייִדישע אימיגראַנטן און די ערשטע וועלט-מלחמה: אַ פֿאָרשונג פֿון אָפּרופֿן אין דער אַמעריקאַנער ייִדיש-פּרעסע". דער געלערנטער האָט באַריכות באַשריבן, ווי די ניו-יאָרקער און אַנדערע ייִדישע צײַטונגען האָבן מערסטנטייל ענטוזיאַסטיש אונטערגעהאַלטן דעם דײַטשישן צד. נאָך מער: די צײַטונג "וואַרהייט", וואָס האָט געפּרוּווט אונטערהאַלטן די רוסן, האָט געמוזט גיך בײַטן אי די צעטיילונג אויף די "גוטע" און "שלעכטע" לענדער אי דעם הויפּט-רעדאַקטאָר, ווײַל דער עולם האָט זיך אָפּגעקערט פֿון דער צײַטונג.

אייניקע ייִדישע צײַטונגען האָבן זיך פֿונדעסטוועגן דערלויבט צו דרוקן אַנטי-גערמאַנישע אַרטיקלען. אַזעלכע האָט מען געקענט לייענען, אַ שטייגער, אין "דער טאָג", וואָס האָט אָנגעהויבן דערשײַנען סוף 1914. אָבער דער דאָמינירנדיקער אַנטי-רוסישער טאָן פֿון "דער טאָג" האָט אָפּגעצויגן צו דער נײַער — פּאָליטיש אומאָפּהענגיקער — צײַטונג אַ היפּש ביסל לייענער פֿון דער "וואַרהייט", וועלכע וועט לסוף, אין יאָר 1919, אַרײַנגעשלונגען ווערן דורך "דער טאָג". די אַנאַרכיסטישע "פֿרײַע אַרבעטער-שטימע" האָט אויך קיין גרויסע סימפּאַטיעס צום דײַטשישן צד ניט אַרויסגעוויזן. אָבער דאָס האָט, בלי-ספֿק, אָפּגעשפּיגלט די מיינונג פֿונעם אַנאַרכיסטישן גורו פּיאָטר קראָפּאָטקין, וועלכער איז געווען באַקאַנט ווי אַ קעגנער פֿון דעם "אימפּעריאַליסטישן דײַטשלאַנד".

מיט דער באַציִונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע האָט געפּרוּווט מאַניפּולירן די דײַטשישע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין. קיין ניו-יאָרק האָט מען פֿון דײַטשלאַנד געשיקט דר. יצחק שטראַוס, וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט פּראָדוצירן און צעשיקן פּראָ-גערמאַנישע מאַטעריאַלן. אַן איבערזעצער אויף ייִדיש האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן קאָנטאַקטן מיט דער ייִדישער פּרעסע. אויף דײַטשישע געלט איז אין 1916 געשאַפֿן געוואָרן די פּראָ-גערמאַנישע ענגליש-שפּראַכיקע צײַטשריפֿט American Jewish Chronicle.

די פּאָזיציע פֿון דעם "פֿאָרווערטס" האָט אָפּגעשפּיגלט ניט נאָר די דאָמינירנדיקע אַנטי-רוסישע שטימונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס. פֿאַר סאָציאַליסטן איז דעמאָלט זייער ערנסט געשטאַנען די פֿראַגע: צו שטיצן צי ניט שטיצן די מלחמה, און טאָמער שוין יאָ שטיצן, טאָ אויף וועלכער זײַט? פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטן זײַנען באַזונדערס וויכטיק געווען צוויי זײַטן אינעם קאָנפֿליקט — דער דײַטשישער און דער רוסישער. זייער שטאַרק איז געווען דער ברוגז אויף דער צאַרישער רוסישער מלוכה, מחמת זי האָט טאָלערירט פּאָגראָמען, דערלאָזט דעם בייליס-פּראָצעס און געהאַלטן די ייִדן פֿאַר תּושבֿים פֿון אַ צווייטן סאָרט. פֿון דער אַנדער זײַט, איז דײַטשלאַנד געווען די מדינה, וווּ סאָציאַליסטן האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע. מע האָט געהאָפֿט, אַז די דײַטשן וועלן עמאַנציפּירן די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.

אין אָנהייב פֿון דער מלחמה, האָט אַב. קאַהאַן זיך געשטעלט אויף אַנטי-רוסישע פּאָזיציעס. ניט נאָר ער, דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט געמיינט, אַז די גערעכטקייט איז אויף דער זײַט, וואָס קעמפֿט קעגן די רוסישע חיילות. ס׳רובֿ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג האָבן אונטערגעהאַלטן דעם הויפּט-רעדאַקטאָר. אָבער קעגן אַזאַ אַנטי-רוסיזם איז אַנטשיידן אַרויסגעטראָטן מ. באַראַנאָוו (משה גאָרמידאָר, 1864—1942), אַ פּאָפּופּעלער פּובליציסט און פּאָליטישער פֿעליעטאָניסט. באַראַנאָוו איז אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד אין אַן אַסימילירטער סבֿיבֿה, זיך געלערנט אין אַ רוסישן אוניווערסיטעט. ווי אַן אַקטיוון מיטגליד פֿון דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, האָט מען אים אַרעסטירט און דערנאָך אַרויסגעשיקט אין סיביר. ווי עס פֿלעגט זיך אָפֿט מאַכן אין אַזעלכע פֿאַלן, האָט זיך באַראַנאָוון אײַנגעגעבן צו מאַכן פּליטה פֿון סיביר און, בכלל, פֿון רוסלאַנד. ער איז געקומען קיין מערבֿ-אייראָפּע און האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין אַמעריקע.

די ערשטע צײַט האָט באַראַנאָוו געשריבן זײַנע אַרטיקלען פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿטן אויף רוסיש און מע האָט זיי איבערגעזעצט אויף ייִדיש. ביסלעכווײַז האָט ער זייער גוט באַהערשט די שפּראַך און געהאַט זייער אַ סך חסידים צווישן די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ ער האָט רעגולער געשריבן. אמת, אויף לעבן האָט ער פֿאַרדינט דער עיקר ווי אַ דענטיסט מיט אַ פֿײַנער פּראַקטיק, בעת זײַן ווײַב האָט געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין פֿון אויסלענדישע טעלעגראַמעס אין מאָרגאַנס באַנק. אין דער היים האָבן זיי גערעדט רוסיש, און יעדן פֿרײַטיק פֿלעגט זיך אין זייער ניו-יאָרקער דירה צונויפֿקלײַבן אַ רוסישער "סאַלאָן". אַב. קאַהאַן און זײַן פֿרוי זײַנען געווען אָפֿטע געסט בײַ די באַראַנאָווס, וואָס איז געווען אַ יוצא-מן-הכּלל, מחמת קאַהאַן האָט בדרך-כּלל ניט אונטערגעהאַלטן קיין מחוץ-אַמט-באַציִונגען מיט אַנדערע "פֿאָרווערטס"-מיטאַרבעטער.

אין שײַכות מיט דער מלחמה האָבן קאַהאַן און באַראַנאָוו, ניט געקוקט אויף זייער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט, פֿאַרנומען גאָר פֿאַרשיידענע פּאָזיציעס. דאָס איז געווען ניט דער איינציקער פֿאַל, ווען זייערע מיינונגען זײַנען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען. צו באַראַנאָווס אַרטיקלען האָט קאַהאַן ניט איין מאָל געשריבן "פּאָדקאָוועס" — אַזוי האָט מען גערופֿן רעדאַקטאָרישע קאָמענטאַרן. אין די מלחמה-יאָרן, איז באַראַנאָוו פֿאַקטיש געווען דער איינציקער אַנטי-דײַטשישער קול אין דער צײַטונג. אין זײַנע אַרטיקלען, געדרוקט דעם 6טן, 13טן און 17טן אָקטאָבער 1914, האָט באַראַנאָוו געשטיצט רוסלאַנד און אַנדערע קעגנער פֿון דײַטשלאַנד. קאַהאַן האָט אויף דעם געעענטפֿערט מיט פֿיר אַרטיקלען — דעם 21סטן, 22סטן, 23סטן און 25סטן אָקטאָבער. זייער דיסקוסיע האָט זיך פֿאָרגעזעצט אין די קומענדיקע חדשים.

באַראַנאָוו האָט געשריבן: "ווי שעמען זיך ניט אונדזערע ייִדישע פּאַטריאָטן צו זײַן אַזעלכע עגאָיִסטן? די גאַנצע וועלט מעג חרובֿ ווערן, אַבי צאַר ניקאָלײַ זאָל באַשטראָפֿט ווערן פֿאַר דעם קעשענעווער פּאָגראָם". קאַהאַן האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז ער פֿאַרשטייט ניט פֿאַר וואָס ייִדן "טאָרן ניט זײַן קיין נאַציאָנאַלע עגאָיִסטן" און פֿאַר וואָס זיי מוזן "זיך זאָרגן פֿאַר אַנדערע — פֿאַר סערביע, פֿאַר מאָנטענעגראָ און פֿאַר אַלבאַניע", בעת יעדע נאַציע דאַגהט פֿאַר זיך.

אָבער באַראַנאָוו איז געווען אַ ייִד אַן עקשן און האָט געטענהט זײַנס. אין זײַן אַרטיקל, געדרוקט דעם 22סטן אַפּריל 1915, לייענען מיר, אַז ער קען נאָך אַלץ ניט "פֿאַרשטיין, ווי עס קומט, דאָס איך בין דער איינציקער (אַזוי זאָגט מען) ייִד, וואָס בעט ניט גאָט, אַז די דײַטשן זאָלן זיך אַרײַנרײַסן אין פּאַריז, זאָלן איבערשפּרינגען קיין לאָנדאָן און זאָלן אַרײַנמאַרשירן קיין וואַרשע".

* * *

דעם 17טן פֿעברואַר 1915 האָט דער "פֿאָרווערטס" אַנאָנסירט אויף דער ערשטער זײַט, העכער פֿונעם נאָמען פֿון דער צײַטונג: "אַב. קאַהאַן אין גאַליציען, פּוילן און אַנדערע מלחמה-לענדער". צו יענער צײַט האָט די רעדאַקציע שוין געהאַט באַקומען פֿונעם רעדאַקטאָר אַ טעלעגראַם. ער האָט געמאָלדן, אַז זײַן צוויי-וואָכיקע נסיעה פֿון ניו-יאָרק קיין אַמסטערדאַם האָט זיך בשלום פֿאַרענדיקט און אַז ער האָט צוגעטראָטן צום אויספֿילן זײַן שליחות, דהײַנו: צו שאַפֿן אַ בילד פֿון דעם מצבֿ אין מיזרח-אייראָפּע און אָנצוקניפּן אַ קאָנטאַקט מיט דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער באַפֿעלקערונג, כּדי פֿאַרבינדן די קרובֿים פֿון ביידע זײַטן פֿונעם אָקעאַן. אַגבֿ, די דאָזיקע רײַזע האָט זיך גלײַך אָפּגערופֿן אין דעם טיראַזש פֿון דער צײַטונג: אָנהייב יאָר איז דער טיראַזש געווען 176,124, אין אַפּריל האָט מען שוין געדרקוט 200,267 קאָפּיעס.

צי האָט קאַהאַן טאַקע געוואָלט שאַפֿן אַן אָביעקטיוו בילד פֿון די געשעענישן? מיר שײַנט, אַז זײַן באַוווּסטזיניקע צי אומבאַוווּסטזיניקע כּוונה איז געווען אַן אַנדערע: צו קריגן מער "אַמוניציע" פֿאַר זײַן אַנטי-רוסישער פּאָליטישער ליניע. די רײַזע זײַנע איז דאָך געווען אָרגאַניזירט דורך דעם דײַטשישן צד. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, וואָס ער איז געפֿאָרן אין די פּוילישע געגנטן, דער עיקר אַרום לאָדזש, וווּ סײַ די ייִדישע סײַ די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט די רוסן.

אַ דערפֿאַרענער זשורנאַליסט, האָט קאַהאַן געשאַפֿן אַ שרעקלעכן אימאַזש פֿון קאָזאַקן — דער קאָזאַק האָט סימבאָליזירט דעם בלוטדאָרשטיקן שׂונא-ישׂראל. (היסטאָריש, האָבן די גזלנים געקענט זײַן דראַגונען צי נאָך אַנדערע ניט-קאָזאַקישע מיליטערלײַט.) אָט זײַנען די קעפּלעך פֿון קאַהאַנס אַרטיקלען, געשריבן אין דער צײַט פֿון זײַן אייראָפּעיִשער יאַזדע אין יאָר 1915:

"קאָזאַקן פֿאַרפּייניקן ייִדישע פֿרויען צום טויט" — דעם 10טן מאַרץ.

"קאָזאַקן האָבן אים געמאָרדעט ווען ער איז געזעסן און געלערנט" — 15טן מאַרץ.

"קאָזאַקן הענגען ייִדן אַלס אַ צײַט-פֿאַרטרײַב" — דעם 16טן מאַרץ.

"קיין גרענעץ צו די ווילדע רציחות פֿון די קאָזאַקן אין גאַליציען" — דעם 5טן אַפּריל.

אייניקע פֿון קאַהאַנס מאַטעריאַלן זײַנען געווען קורצע דעפּעשעס, געדרוקט אויף די ערשטע זײַטן פֿון "פֿאָרווערטס", אַנדערע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט פּרטימדיקע אַרטיקלען.

"קאָזאַקן הענגען ייִדן אַלס אַ צײַט-פֿאַרטרײַב"

איז געווען איינע פֿון די דעפּעשעס:

מיר האָבן ווידער דערהאַלטן אַ דראָטלאָזע דעפּעשע פֿון אונדזער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, וועלכע מערקט פֿיל שוידערלעכע בלוט-פֿאַרגליווערנדע רציחות פֿון דעם צאַרס ווילדע קאָזאַקן. די בלוטדאָרשטיקע חיות אין מענטשן-געשטאַלט פֿלעגן רויבן און הענגען אומשולדיקע ייִדן בלויז פֿאַר שפּאַס, פֿאַר אַ צײַט-פֿאַרטרײַב. גענ[אָסע] קאַהאַן פֿירט מיט זיך מאַסן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ סך פֿון די דאָזיקע אומשולדיקע אומגעקומענע קרבנות. אָט איז די דעפּעשע:

בערלין, מאַרטש 16. — דראָטלאָזע דעפּעשע דורך סעיוויל, לאָנג אײַלענד, [אויפֿגעבויט אין יאָר 1911 דורך דער דײַטשישער קאָמפּאַניע "טעלעפֿונקען", האָט די סטאַנציע אין Sayvill געגעבן די בעסטע ראַדיאָ-פֿאַרבינדונג מיט דײַטשלאַנד] צום "פֿאָרווערטס", 175 איסט בראָדוויי.

איך האָב באַזוכט און אויסגעפֿאָרשט די הויפּט-ערטער, וווּ די ייִדישע טראַגעדיע האָט זיך אָפּגעשפּילט אַם שוידערלעכסטן, וווּ ס׳האָבן אַם שרעקלעכסטן געבושעוועט די טײַוולשע קאָזאַצקע בלוטיקע מעשׂים פֿון רויב, מערדערײַ און אומגעלומפּערטע ווילדע שאַנדטאַטן. איך האָב זיך געזען מיט אַ סך פֿאַמיליעס און קרבנות אין פֿאַרשיידענע שטעט; איך האָב גערעדט מיט אַ סך פֿרויען, וואָס זײַנען געשענדעט געוואָרן פֿון די בעסטיעס. בלויז אין איין דאָרף זײַנען אַכציק פֿרויען פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן. הונדערטער רוסישע אָפֿיצירן האָבן געשענדעט יונגע מיידלעך פֿאַר די אויגן פֿון זייערע עלטערן. די קאָזאַקן האָבן געפּלונדערט [צעראַבעוועט] קראָמען, געפּאָגראָמעוועט, געהאָנגען מענטשן בלויז פֿאַר צײַט-פֿאַרטרײַב; אין אָט די דאָזיקע עקלהאַפֿטע, ווילדע הוליאַנקעס פֿון בעסטיאַליטעט [אַנטפּלעקט זיך] דאָס רוסישע קאַמף פֿאַר ציוויליזאַציאָן!..

אויב איך בין פֿריִער געווען פֿאַר דײַטשלאַנד, זײַנען מײַנע איבערצײַגונגען איצט נאָך טויזנטער מאָל מער פֿאַרשטאַרקט געוואָרן.

איך פֿיר מיט זיך מאַסן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די קרבנות, אָבער אַ פֿאָלקאָמענע [פּרטימדיקע] געשיכטע, מיט אַלע איינצלהייטן, וועל איך ערשט אויפֿשרײַבן שפּעטער.

אין דער אמתן, האָט ער דעם זעלבן טאָג אָנגעהויבן שרײַבן די געשיכטע אין דער פֿאָרעם פֿון אַן אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין "פֿאָרווערטס". אין דעם דאָזיקן אַרטיקל, אונטערן טיטל "ניט מלחמה נאָר פּאָגראָם", האָט דער "פֿאָרווערטס"-עולם געלייענט:

בערלין, מאַרטש 16

איך האָב זיך ערשט צוריקגעקערט קיין בערלין פֿון אַ רײַזע נאָך לאָדזש און עטלעכע אַנדערע שטעט אין פּוילן, וואָס געפֿינען זיך איצט אין דײַטשע הענט. די רײַזע איז געווען פֿול מיט פּאַסירונגען. איך בין געווען אין דעם סאַמע האַרץ פֿון דער געגנט, וווּ די רוסישע באַרבערײַ האָט ערשט ניט לאַנג צוריק אַזוי שרעקלעך געבושעוועט און וועלכע אָטעמט איצט פֿרײַ אונטער דער דײַטשער הערשאַפֿט. פֿריִער האָב איך אויסגעפֿאָרשט די אָפּקלאַנגען פֿון די פּאָגראָמען, וואָס זײַנען אָנגעקומען אין לאָדזש. דאַן האָב איך באַזוכט אייניקע אַנדערע שטעט, וועלכע האָבן פֿון די פּאָגראָמען אַם ערנסטן געליטן און וואָס די גרוילטאַטן זײַנען געווען פֿון דעם עכט קאַצאַפּישן [ד״ה רוסישן] סאָרט. איך האָב גערעדט מיט פֿילע פֿאַמיליעס, אין וועלכע די מענער זײַנען אויפֿגעהאָנגען געוואָרן און אין וועלכע די מוטערס און די טעכטער זײַנען געשענדעט געוואָרן פֿון סאָלדאַטן און אָפֿיצירן. די איינצלהייטן זײַנען אי שרעקלעך אי עקלהאַפֿט. אין מײַן נאָטיץ-ביכל האָב איך גאַנצע בלעטער מיט נעמען פֿון קרבנות. יעדער נאָמען שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדער שרעק-בילד אָדער שרעק-סצענע, פֿון וועלכער דאָס האַרץ ווערט אָנגעפֿילט מיט ווייטיק און צאָרן.

איך וויל אונטערשטרײַכן, אַז איך ברענג דאָ די דאָזיקע פּובליקאַציעס ניט ווי היסטאָרישע דאָקומענטן, נײַערט ווי דוגמאָות פֿון די אימאַזשן, וועלכע עס פֿלעגן באַקומען די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס". דעם לייענער פֿון ייִדישער ליטעראַטור זײַנען אַזעלכע אימאַזשן גוט באַקאַנט פֿון ל. שאַפּיראָס דערציילונג "די ייִדישע מלוכה". אַגבֿ, שאַפּיראָ האָט זײַן דערציילונג אויך געשריבן פֿון דער ווײַטנס, ווײַל בײַם אויסבראָך פֿון דער מלחמה האָט ער שוין כּמעט אַ יאָרצענדליק געוווינט אין אַמעריקע.

"באַרבאַרישקייט" פֿונעם רוסישן צד האָט קאָנטראַסטירט מיט "ציוויליזירטקייט" פֿון די דײַטשן. אין זײַן אַרטיקל "אין בערלין" (דעם 28סטן אַפּריל 1915), האָט קאַהאַן געשריבן וועגן דער נאָרמאַלקייט און רויִקייט, וואָס ער האָט אָבסערווירט אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט. לויט קאַהאַנס מיינונג, האָט זיך אין דער שטאָט כּמעט ניט געפֿילט, אַז די מדינה האָט געפֿירט אַ מלחמה אויף עטלעכע פֿראָנטן.

דאָך האָט זיך עפּעס יאָ געפֿילט, ווײַל שפּײַז האָט מען שוין געטיילט לויט די פּאַיאָקעס. אָבער פֿאַר קאַהאַנען איז עס אויך געווען אַ סימן פֿון דײַטשישער ציוויליזירטקייט, ווי אויך פֿון סאָציאַליסטישער ראַציאָנעלקייט. אין זײַן אַרטיקל "דער מלחמה-גײַסט אין בערלין" (דעם 30סטן אַפּריל 1915), האָט ער געשריבן: "ווען רוסלאַנד וואָלט געווען אין אַזאַ לאַגע, וואָלט זי קיין ׳קריגס-ברויט׳ [ד׳׳ה דעם צענטראַליזירטן קאָנטראָל איבער ברויט] ניט אײַנגעפֿירט און קיין ברויט-קאַרטן [פּאַיאָקעס] אַוודאי ניט. זי וואָלט געגעסן געוויינלעך ברויט אָן אַ חשבון, ביז זי וואָלט געבליבן אָן ברויט."

* * *

אין דער זעלבער צײַט האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַן אַרטיקל פֿון לאַזאַר קאַהאַן (1885—1946), וואָס איז געווען זייער אַ באַקאַנטער ייִדישער זשורנאַליסט אין פּוילן. (זײַן אַלמנה, שושנה קאַהאַן, האָט זינט 1947 ביז איר טויט אין 1968 געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס", וווּ זי האָט געדרוקט אירע ראָמאַנען און געפֿירט דעם אָפּטייל "די פֿרוי און די היים".) עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַב. קאַהאַן האָט געבראַכט דעם אַרטיקל פֿון זײַן רײַזע, ווען ער האָט, אַ פּנים, זיך געטראָפֿן מיט לאַזאַר קאַהאַנען אין לאָדזש. ס׳איז אויך ניט אויסגעשלאָסן (כ׳האָב דאָס ניט געקענט קאָנטראָלירן), אַז דער דאָזיקער טעקסט האָט זיך תּחילת באַוויזן אין "לאָדזשער טאַגעבלאַט", וווּ עס האָבן זיך רעגולער געדרוקט מאַטעריאַלן פֿון לאַזאַר און שושנה קאַהאַן. וועגן "לאָדזשער טאַגעבלאַט" האָט דער "פֿאָרווערטס" געשריבן דעם 23סטן יאַנואַר 1915 אין דעם אַרטיקל "די ייִדישע צײַטונג, וועלכע דערשײַנט אין לאָדזש אונטער דער דײַטשער הערשאַפֿט". דער טיטל פֿון לאַזאַר קאַהאַנס אַרטיקל איז "די רוסישע רציחות קעגן ייִדן אין בעזון" (די גאַנצע געשיכטע קלינגט גאַנץ אַנדערש אין "ספֿר הזכרון לקדושי בעזון", תּל-אָבֿיבֿ, 1956, אָבער דער תּמצית איז דער זעלבער, דהײַנו: די דײַטשן האָבן געראַטעוועט די ייִדן פֿונעם שטעטל):

דער שוואָגער פֿונעם רבֿ פֿון בעזון (פּלאָצקער גובערניע), וועלכער געפֿינט זיך איצט אין לאָדזש, האָט געקראָגן אַ בריוו פֿונעם רבֿ, וווּ עס ווערן געשילדערט די רוסישע רציחות אין בעזון.

מיר גיבן דאָ איבער דעם אינהאַלט פֿון דעם בריוו:

ווי אַלע שטעט אין פּוילן, האָט אויך אונדזער שטאָט בעזון פֿיל געליטן פֿון די קאָזאַקן. פֿון דעם טאָג אָן ווען די רוסן זײַנען אַרײַן אין שטאָט, ביז זיי זײַנען פֿאַרטריבן געוואָרן, האָבן די ייִדן איבערגעלעבט די גרעסטע שרעק.

די ערשטע פּאָר טעג האָבן די קאָזאַקן געגנבֿעט און באַרויבט די ייִדישע קראָמען און האָבן מערדערלעך געשלאָגן די ייִדן אין די גאַסן.

אין אַ פּאָר טעג אַרום האָט דער רוסישער קאָמענדאַנט געשיקט רופֿן דעם רבֿ און אים געהייסן וואָרענען די ייִדן אין שיל, אַז זיי זאָלן ניט זײַן קיין שפּיאָנען.

דער רבֿ האָט זיך דערפֿון געפֿילט שטאַרק באַליידיקט, ווײַל ער האָט געוווּסט, אַז דאָס איז אַ געמיינער ליגן, און ער האָט שוין דערפֿאַר זיך געריכט, אַז די צרות אויף ייִדן וועלן זיך באַלד אָנהייבן.

אין אַ פּאָר טעג אַרום האָט מען ווידער גערופֿן דעם רבֿ און מע האָט אים דערקלערט, אַז די ייִדן גיבן אַרויס סודות צו דער דײַטשישער אַרמיי, און אַז מע וועט זיי דערפֿאַר מוזן באַשטראָפֿן. ווען דער רבֿ האָט געוואָלט פֿאַרענטפֿערן די ייִדן, האָט אים אַן אָפֿיציר אַזוי מערדערלעך געשלאָגן, אַז ער איז געפֿאַלן אין אָנמאַכט. אַ ייִד, וואָס איז דערבײַ געשטאַנען, האָט דעם רבֿ אַהיים גענומען צו זיך, וווּ ער איז געלעגן אַ פּאָר וואָכן קראַנק.

אין דער זעלבער צײַט איז בײַ אַ ייִדן געווען אַ ברית און עטלעכע ייִדן האָבן זיך דאָרט פֿאַרזאַמלט און געהאָלפֿן דעם בעל-ברית זיך משׂמח זײַן..

אַ פּאָר פּאָליאַקן האָבן גלײַך דערלאַנגט אַ מסירה, אַז דאָ זײַנען פֿאַרזאַמלט ייִדן און האַלטן זיך אַן עצה ווי אַרויסצוגעבן סודות צו דער דײַטשישער אַרמיי.

דאָס הויז, וווּ דער ברית איז געווען, איז באַלד געוואָרן אַרומגערינגלט פֿון סאָלדאַטן, און אַלע ייִדן פֿון דאָרט זײַנען אַרעסטירט געוואָרן.

די אַרעסטירטע ייִדן זײַנען דאַן אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון בעזון, און וווּ זיי געפֿינען זיך, ווייסט מען ניט ביז הײַנטיקן טאָג.

נאָך דעם האָט דער קאָמענדאַנט צו זיך גערופֿן דעם קראַנקן רבֿ מיט נאָך דרײַ ייִדן און האָט זיי דערקלערט, אַז ביז זעקס אַ זייגער מוזן אַלע ייִדן פֿאַרלאָזן די שטאָט. דער רבֿ און די דרײַ ייִדן זײַנען דערווײַל פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַ חזיר-שטאַל.

דאָס געבעט און געוויין פֿון די ייִדן האָט גאָר ניט געהאָלפֿן. זיי האָבן כּמעט פֿאַר אומזיסט פֿאַרקויפֿט זייער פֿאַרמעגן און מיט דעם וואַנדער-שטעקן אין דער האַנט האָבן זיי פֿאַרלאָזט די שטאָט. די סצענעס, וואָס האָבן זיך דערבײַ אָפּגעשפּילט, זײַנען געווען האַרצרײַסנדיקע. בײַ פֿיל פֿײַנע פּאָליאַקן האָבן זיך טרערן געשטעלט אין די אויגן, ווען זיי האָבן צוגעזען די דאָזיקע סצענעס.

אַ פּאָר וויאָרסט פֿון שטאָט האָבן די ייִדן אָנגעטראָפֿן דאָס דײַטשישע מיליטער, וועלכע זײַנען פֿאַר זיי געווען ווי גוטע מלאכים.

אין אַ פּאָר טעג אַרום איז בעזון געווען צוריק אין דײַטשישע הענט און די ייִדן האָבן זיך צוריקגעקערט אין שטאָט אַרײַן.

דאָס דײַטשישע מיליטער האָט דערנאָך אויך באַפֿרײַט פֿון רוסישע הענט דעם קראַנקן רבֿ מיט די אַנדערע אַרעסטירטע ייִדן. דער רבֿ געפֿינט זיך איצט אין דײַטשלאַנד.

די ייִדן פֿון בעזון האָבן צו דאַנקען די דײַטשן, וואָס זיי זײַנען געראַטעוועט געוואָרן.

* * *

בײַם אומקערן זיך קיין ניו-יאָרק, האָט אַב. קאַהאַן קלאָר געמאַכט זײַן פּאָזיציע, און זי איז פֿאַרפֿיקסירט געוואָרן אין דער פּרעסע, בפֿרט אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 2טן מײַ 1915). קאַהאַן האָט געטענהט, אַז מע האָט ניט געקענט האַלטן רוסלאַנד ווי אַן ערנסטן קעגנער פֿון דײַטשלאַנד, ווײַל "דאָס ווילדע רוסלאַנד" איז אָפּגעשטאַנען אויף אַ יאָרטויזנט פֿון דער מערבֿ-אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. ער האָט אויך געזאָגט, אַז ער בלײַבט אויף דער זײַט פֿון דײַטשלאַנד און שטיצט די פּאַטריאָטישע שטימונג פֿון דײַטשישע סאָציאַליסטן. גלײַכצײַטיק האָט ער באַמערקט, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד, האָט ניט אויפֿגעהערט זיך האַלטן פֿאַר אַ רוסישן רעוואָלוציאָנער און האָט בעת זײַן נסיעה געהאַט שוועריקייטן מיט רעדן דײַטש.

קאַהאַן האָט ניט געביטן זײַן באַציִונג צו רוסלאַנד און דײַטשלאַנד אויך שפּעטער, ווען אַ סך סאָציאַליסטן האָבן גענומען קוקן אַנדערש אויף דער מלחמה. דעם 6טן אַפּריל 1917, איז די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַרײַנגעטראָטן אין דער מלחמה קעגן דײַטשלאַנד. קיין חידוש ניט, אַז די פּראָ-דײַטשישע פּאָזיציע האָט דעמאָלט געשטעלט דעם "פֿאָרווערטס" אין סכּנה צו זײַן פֿאַרמאַכט מצד דער מלוכה. בפֿרט, אַז מע האָט עס אין יענער צײַט טאַקע געטאָן מיט אַ צאָל סאָציאַליסטישע צײַטונגען. אין תּוך אַרײַן, האָט מען אַפֿילו ניט געדאַרפֿט פֿאַרמאַכן די "פֿאַרדעכטיקע" אויסגאַבעס. ס׳איז גענוג געווען ניט דערלויבן זיי צו נוצן די פּריווילעגיע פֿון צעשיקן די צײַטשריפֿטן לויטן טאַריף פֿון דעם צווייטן-קלאַס, וואָס מע האָט נאָך אין 19טן יאָרהונדערט אײַנגעפֿירט פֿאַר דער פּרעסע. אָן דעם טאַריף האָט מען פּשוט ניט געקענט פֿינאַנציעל אויסהאַלטן אַ צײַטשריפֿט.

עס האָט שוין געהאַלטן בײַם אַרויפֿלייגן אַזעלכע פֿאַטאַלע טאַריף-סאַנקציעס אויך אויף דער ייִדישער צײַטונג. אָבער די גזירה האָט מען פֿונדעסטוועגן אָפּגעשריגן. געטאָן האָבן עס דער עיקר סעמועל גאָמפּערט, דער פֿירער פֿון אַמעריקאַנער יוניאָנען (פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען), און לויִס מאַרשאַל, דער פֿירער פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט.

Nor di kozaken hobn dermordet idn?

Ich bin zicher az di gantze rusishe armei hot dermordet idn, nisht nor di kozaken. Men ken zogn az der Hurban hot ongefangen in dem ershten velt krig durch di rusen. Di idn vos hobn oisgevandert kein Amerike zainen geven zeer klug in fargleich mit di idn vos zainen geblibn in Ost Eirope.