רעצעפּטן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סע רוקט זיך שוין אָן דער פּסח און איר דאַרפֿט אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם סדר־מעניו. אויב איר מאַכט אַ הינדל־יויך, איז דער ישׂראלדיקער רעצעפּט אונטן אַ פּרעכטיקער מיטל אויסצוניצן דאָס געקאָכטע הינדל פֿון דער יויך. דער רעצעפּט וועט מאַכן 10 בלינצעס.

5 מצות
1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן
1 לעפֿל בוימל
1/21 טעפּלעך געקאָכט הינדל, צעמאָלן
3 אייער
2 לעפֿל מצה־מעל
זאַלץ און פֿעפֿער
בוימל אויף צו פּרעגלען

באַשפּריצט די מצות מיט וואַסער, און וויקלט זיי אײַן אין אַ פֿײַכטן האַנטעך. לאָזט זיי שטיין 10 מינוט.

הייצט אָן דעם בוימל און פּרעגלט די ציבעלע ביז זי ווערט גאָלד. מישט אַרײַן דאָס צעמאָלענע הינדל און פּרעגלט 10 מינוט אויף אַ מיטעלן פֿײַער. נעמט דאָס געמיש אַראָפּ פֿון פֿײַער, און מישט אַרײַן צוויי פֿון די אייער און דאָס מצה־מעל.

צעשנײַדט יעדע מצה אויף דער העלפֿט. לייגט אַרײַן אין יעדער מצה אַ לעפֿל הינדל־געמיש, און וויקלט עס פֿאָרזיכטיק איבער.

צעקלאַפּט אַן איי מיט אַ ביסעלע וואַסער אין אַ טעלער. טונקט אײַן יעדע בלינץ אינעם איי, און פּרעגלט די בלינצעס אין בוימל ביז זיי ווערן גאָלדן־ברוין אויף ביידע זײַטן.

דערלאַנגט צום טיש מיטן מאַיאָנעז־סאָוס (רעצעפּט ווײַטער).

מאַיאָנעז־סאָוס

2 געלעכלעך
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
1 לעפֿל פּסחדיקער זענעפֿט
2 לעפֿעלעך גרינע ציבעלע
2 לעפֿעלעך קריפּ (dill)
2 לעפֿל פּעטרישקע
2 לעפֿעלעך צעהאַקט זיס, רויט פֿעפֿערל
1 טעפּל קאַנאָלע־בוימל

צעקלאַפּט גוט די געלעכלעך מיטן זאַלץ. מישט אַרײַן די איבעריקע באַשטאַנדטיילן, אַחוץ דעם בוימל.

ניצנדיק אַ מישער (נישט קיין שפּײַז־מאַשין), קלאַפּט אַרײַן דעם בוימל צו־ביסלעך, ביז דער מאַיאָנעז ווערט געדיכט ווי שמאַנט.