אָנהייב וואָך איז פֿאָרגעקומען אין זשענעווע די צענטע סעסיע פֿונעם קאָמיטעט פֿון מענטשן־רעכט בײַ דער "יו־ען". פֿאַרהערט האָט מען דעם באַריכט פֿון דעם ספּעציעלן שליח, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט קינדער־פּראָבלעמען בעת באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן, ראַכיקאַ סומאַראַסוואַני. ווי עס פֿירט זיך שוין אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, זײַנען אירע מיטגלידער, קודם־כּל, באַזאָרגט וועגן דעם גורל פֿון די פּאַלעסטינער קינדער, וואָס די "ישׂראלדיקע מיליטאַנטישע מאַשין ברענגט אום אָן אַ טראָפּן רחמנות".
נאָך מער, לויט דעם עדות־זאָגן פֿון סומאַראַסוואַני, אַליין אַן אַדוואָקאַט פֿון סרי־לאַנקאַ, וואָס האָט באַזוכט עזה אָנהייב פֿעברואַר, קומט אַרויס אַזאַ מעשׂה: דעם 15טן יאַנואַר האָבן די ישׂראל־סאָלדאַטן געצוווּנגען אַן עלף־יאָריק פֿאַלעסטינער ייִנגל צו גיין אין שפּיץ פֿון זייער גרופּע אין משך פֿון עטלעכע שעה, אויסנוצנדיק דאָס קינד ווי אַ "לעבעדיקע שוץ" — אַפֿילו דעמאָלט, ווען מ’האָט אָנגעהויבן אין די סאָלדאַטן שיסן.
מיר וועלן זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אינעם אויספֿאָרשן, ווי ווײַט די דאָזיקע מעשׂה איז אמתדיק, צי ס׳איז נאָך איין בילבול, ווי אַ סך אַנדערע בילבולים, וואָס קומען אַרויס פֿון די פּאַלעסטינער קוואַלן, און ווערן באַלד אונטערגעכאַפּט פֿון אַזעלכע אמת־זוכער בײַ דער "יו־ען", ווי די אַדוואָקאַטקע פֿון סרי־לאַנקאַ. אַגבֿ, ס’רובֿ מיטגלידער פֿון דעם דאָזיקן "ראַט" פֿון מענטשן־רעכט זײַנען פֿאָרשטייער פֿון די איסלאַמישע און אַפֿריקאַנער לענדער, וואָס ווערן געשטיצט פֿון דרײַ אַנדערע לענדער מיט הויכער מאָראַל — רוסלאַנד, כינע און קובאַ. פֿאַרשטייט זיך, אַז צווייפֿלען אין זייער אָביעקטיווקייט איז שווער.
אָבער ווי בײַ יעדן בילבול, אַרײַנגערעכנט אַלילת־דם, מעגלעך, כּדי אײַנצוּוויקלען דעם ליגן אין אמתדיקע מלבושים, זוכט זיך אָפּ אַ ייִדליק, אַפֿילו אַ געבילדעטער, וואָס וועט קריכן פֿון די כּלים אַרויס צו דערווײַזן, אַז טאַקע ווײַל ער איז אַ ייִד, מוז ער זאָגן דעם גאַנצן אמת, ווי ביטער ער זאָל נישט זײַן. און אָט געפֿינט זיך באַלד איינער אַזאַ מין דעזשורנע ייִדליק, אַ מין גילגול פֿון יענע "אוטשאָני יעוורעי", וואָס פֿלעגן זײַן געטרײַע דינערס בײַ די אַנטיסעמיטישע מישפּטים, זינט די פֿינצטערע אינקוויזיציע־צײַטן.
זײַן נאָמען איז ריטשאַרד פֿאַלק, אַן אַמעריקאַנער ייִד, אַ מומחה אין אינטערנאַציאָנאַלע מענטשן־רעכט פּראָבלעמען, און אויך ער איז אויפֿגעטראָטן אויף דער איצטיקער צענטער סעסיע אין זשענעווע. פֿון דער הויכער "יושר־טריבונע" האָט ער דערקלערט, אַז בעת דער לעצטער אָפּעראַציע אין עזה קעגן "כאַמאַס" האָט ישׂראל בכּיוון אומגעבראַכט ציווילע בירגער און אויסגענוצט די פּאַלעסטינער קינדער, ווי אַ "לעבעדיקע שוץ". פֿון וואַנען ער האָט די ידיעות גענומען? פֿאַרשטייט זיך, פֿון די פּאַלעסטינער קוואַלן, ווײַל די ישׂראל־רעגירונג האָט אים פּשוט קיין אַרײַנפֿאָר־וויזע נישט געגעבן.
צו שאַפֿן אַ בילבול און באַרבאַריזירן די ישראל־אַרמיי און, ווי אַ רעזולטאַט, ישׂראל בכלל, גיבן זיך מיט דעם אָפּ נישט ווייניק פֿירנדיקע אייראָפּעיִשע פּובליקאַציעס. אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַרנעמט אין דער אויפֿגעבלאָזענער אַקציע די ענגלישע אויסגאַבע The Guardian. ווי נאָר די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿון עזה, נאָך דער אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ", האָבן זיך אַהין אַ לאָז געטאָן די זשורנאַליסטן פֿון דער חשובֿער לאָנדאָנער צײַטונג, יעגערס נאָך געפּרעגלטער אינפֿאָרמאַציע, וואָס זאָל, פֿאַרשטייט זיך, באַפֿרידיקן זייער לייענערשאַפֿט.
זיי האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט כּמעט אַ חודש, און צונויפֿגעזאַמלט אַ קופּע "אמתדיקע" מעשׂיות, דערציילט פֿון די אָרטיקע אײַנוווינער וועגן די "שרעקלעכע מערדערײַען" איבער פֿרויען און קינדער. אַזוי, למשל, איז אין The Guardian אָפּגעדרוקט געוואָרן די געשיכטע, דערציילט פֿון דרײַ ברידער, וואָס איינער פֿון זיי איז אַלט 14 יאָר. די ישׂראל־סאָלדאַטן, ווי מיר דערוויסן זיך, האָבן זיי אויסגענוצט ווי אַ "לעבעדיקע שוץ", שיקנדיק זיי צו פֿאַרשטעלן מיט זיך דעם ישׂראלדיקן טאַנק. איין טרייסט, די שיינע מעשׂה האָט אַ גוטן סוף — אַלע דרײַ "שוצן" האָבן איבערגעלעבט די "חייִשע גזלעוואַניע", ווײַל די ברייטהאַרציקע "כאַמאַסניקעס" שיסן נישט אין זייערע קינדער.
נאָך אַ וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע, אַרויסבאַקומען פֿון The Guardian: ווי עס ווערט דאָרט אָנגעוויזן, האָבן די ישׂראלים געשיקט זייערע אָן־פּילאָט־עראָפּלאַנען צו פֿאַרניכטן "נאָר די ציווילע פּאַלעסטינער". צוליב דעם, שרײַבט די צײַטונג, טראָגן די דאָזיקע עראָפּלאַנען אַזאַ מין כיטרע אַפּאַראַטור, וואָס קאָן אַליין מאַכן אַן אָפּקלײַב, ווער איז אַ מיליטאַנט און ווער — אַ פּשוטער פּאַלעסטינער פֿון אַ גאַנץ יאָר.
ווי מיר זעען, וואַקסן די אַלטע בילבולים אַרום מיט נײַע "סאָפֿיסציקירטע פּרטים", אין תּוך אָבער האָט זיך גאָרניט ניט געענדערט — די שׂינאה שטעקט אַרויס, ווי דאָס פֿיסל פֿון "ק" אינעם וואָרט "שקר" — ליגן.