שוין בײַם אָנהייב פֿון מײַן הײַנטיקן איבערזיכט וויל איך מיט גרויס צופֿרידנקייט באַצייכענען, אַז די רעדאַקטאָרן פֿון “דווקא" בני מר (מער) און זײַן געהילף חנה עמית (אַמיט), ווי אויך די לייטונג פֿון בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, די אַרויסגעבער פֿון דעם דאָזיקן אייגנאַרטיקן זשורנאַל אין עבֿרית, פֿאַרדינען אונדזער יישר־כּוח און אָנערקענונג. ניט געקוקט אויף אַלע הײַנטיקע שוועריקייטן און באַגרענעצונגען אין אונדזער ייִדישער מחנה דערשײַנט “דווקא" רעגלמעסיק, אויף אַ הויכן ליטעראַרישן ניוואָ, רײַך אין אינהאַלט, שיין און עסטעטיש אילוסטרירט, אויף אַ מאָדערנעם, קינסטלערישן אַטראַקטיוון אופֿן און פֿאָרעם.
יעדער נומער פֿון דעם זשורנאַל איז געווידמעט איין צענטראַלער טעמע, וואָס באַהאַנדלט אַלזײַטיק און שפּיגלט אָפּ אַ געוויסן אַספּעקט פֿון ייִדיש־לעבן, איר רײַכע יצירה אין דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות, במשך פֿון די לעצטע דורות.
אַזוי איז נומער 1 געווען דורכויס געווידמעט דער טעמע "מסעות" — די רײַזעס און וואַנדערונגען. נומער 2 — דער טעמע "ילדות" — קינדער־יאָרן, נומער 3 — דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין ארץ־ישׂראל, נומער 4 — דער טעמע "ייִדיש טעאַטער אַמאָל און הײַנט" און דער לעצטער נומער 5 איז כּולו געווידמעט ייִדיש־לעבן און ייִדיש־שאַפֿונג אין ניו־יאָרק אַמאָל און הײַנט.
דער דאָזיקער נומער "דווקא" איז אויסגעפֿילט פֿון "טאָוול ביז טאָוול" מיט אַ שלל אינטערעסאַנטע אָפּהאַנדלונגען, שילדערונגען, פֿאָרש־מאַטעריאַלן און רעפּאָרטאַזשן פֿון דער גרעסטער ייִדישער "מעטראָפּאָליע" אין "קאָלומבוסעס מדינה" און אייניקע פֿון אירע פּעריפֿעריעס.
יעדע איינע פֿון די 24 טעמעס אין דעם זשורנאַל וואָס באַשטייט פֿון 62 זײַטן, באַהאַנדלט און שפּיגלט אָפּ, אינטערעסאַנט און קאָרלירפֿול, פֿאַרשיידענע פּעריאָדן פֿון ייִדיש־לעבן אין ניו־יאָרק, וווּ עס האָט זיך געפֿונען פֿאַר דער ערשטער און צווייטער וועלט־מלחמות די גרעסטע קאָנצענטראַציע פֿון ייִדן אין אַמעריקע, מיט הונדערטער, אויב ניט טויזנטער ברייט־פֿאַרצווײַגטע געזעלשאַפֿטלעכע פֿאָלקס־אָרגאַניזאַציעס, ייִדיש־רעדנדיקע און ייִדיש־שעפֿערישע אינסטיטוציעס, אויף אַלע געביטן פֿון לעבן.
אין דער הקדמה צו דעם לעצטן נומער פֿון "דווקא" שטרײַכט צוו"אַנד אונטער דער רעדאַקטאָר בני מר, אַז די רעדאַקציע האָט זיך באַמיט אָפּצושפּיגלען אויף דער טעמע אַלע מעגלעכע אַספּעקטן און פֿאַזעס, ווי: ייִדישע ליטעראַטור־שאַפֿונג, ייִדישע פּרעסע, טעאַטער, קונסט, קינאָ, שולוועזן...
דרך־אַגבֿ: דער יונגער ענערגישער רעדאַקטאָר בני מר האָט פֿאַרבראַכט אין ניו־יאָרק אַ צוויי וואָכן, אין די ראַמען פֿון די צוגרייטונגען צו דעם לעצטן נומער פֿון "דווקא". ער האָט פּערזענלעך באַזוכט די פֿאַרשיידענע פּלעצער, וווּ עס האָט אַמאָל געווימלט מיט ייִדיש־לעבן, ווי די לאָוער איסט־סײַד, דילענסי, אָרטשאַד־סטריט, איסט־בראָדוויי, סעקאָנד עוועניו און אַנדערע גאַסן און געגנטן, אין וועלכע מען קאָן נאָך אַלץ זען און שפּירן אַ קליין, רעדוצירט און אײַנגעשרומפּטן איבערבלײַב פֿון דעם רוישנדיקן, שעפֿערישן און פּולסירנדיקן ייִדיש־לעבן פֿון דער ניט־לאַנגער פֿאַרגאַנגענהייט...
נאָך זײַן צוריקקער קיין ישׂראל האָט ער זיך געטיילט מיט זײַנע אינטערעסאַנטע אײַנדרוקן און געדאַנקען מיט די לייענער פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער וועכנטלעכער ליטעראַרישער בײַלאַגע אין דער צײַטונג "האָרץ" — "תּרבות וספֿרות" (קולטור און ליטעראַטור), פֿון וועלכער ער איז איינער פֿון אירע מיטרעדאַקטאָרן.
* * *
דער ברייט־פֿאַרנעמיקער עסיי פֿון פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און פֿאַרוואַלטער פֿון בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ, וועגן דער ייִדישער אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע קיין אַמעריקע זינט די פּאָגראָמען אין די 1880ער יאָרן און שפּעטער, עפֿנט דעם "דווקא" נומ' 5, וואָס איז געווידמעט דעם וווּקס, דער געזעלשאַפֿטלעכער אַנטוויקלונג און סטרוקטור פֿון דער גרעסטער ייִדישער קהילה אין דער וועלט — ניו־יאָרק.
פּראָפֿ' נאָווערשטערן ווײַזט אָן, אַז אין 1900 האָט די צאָל ייִדן אין ניו־יאָרק דערגרייכט העכער אַ האַלבן מיליאָן און בלויז מיט 10 יאָר שפּעטער, איז די דאָזיקע צאָל פֿאַרטאָפּלט געוואָרן ביז העכער אַ מיליאָן ייִדישע אײַנוווינער.
זײַן אינטערעסאַנטער און באַלערנדיקער עסיי האָט פּראָפֿ' נאָווערשטערן באַטיטלט מיט אַ ציטאַטע פֿון ה. לייוויקס באַוווּסט ליד, וואָס איז דערשינען אין יאָר 1921 אונטערן נאָמען "כּאן גר העם היהודי" — "דאָ וווינט דאָס ייִדיש פֿאָלק", וווּ דער באַרימטער ייִדישער דיכטער שילדערט דאָס וואָס ער האָט געזען און געהערט, וואַנדערנדיק איבער די גאַסן און געסלעך, באַזעצט פֿון די נײַ־אָנגעקומענע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע.
פּראָפֿ' נאָווערשטערן אַנאַליזירט לייוויקס געפֿילן און רעאַקציעס לגבי זייער צוגעוווינהייט צו זייער נײַער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה, צו זייער נײַעם לעבנס־שטייגער, אין רעזולטאַט פֿון וועלכן עס איז אויפֿגעקומען דער ייִדיש־מאָדערניזם אין אַמעריקע, מיט אַלע זײַנע פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און זשאַנערן אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער ליטעראַטור און אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט בכלל, אין די רעליגיעזע און אין די סעקולערע געביטן פֿון ייִדישן טאָג־טעגלעכן לעבן אין דער "גאָלדענער מדינה".
* * *
אונדזער ייִדישער "פֿאָרווערטס" איז גאַנץ בכּבֿודיק פֿאַרטראָטן אין דעם דאָזיקן "דווקא"־זשורנאַל אין עבֿרית. שוין אויפֿן אונטערשטן טייל פֿון שער־בלאַט דערשײַנט זייער פּראָמינענט, די אונדז אַלעמען באַקאַנטע אויפֿשריפֿט "פֿאָרווערטס", וואָס געפֿינט זיך נאָך אַלץ אונטער דעם גרויסן זייגער אויפֿן סאַמע שפּיץ פֿון דעם אַלטן, היסטאָרישן "פֿאָרווערטס"־בנין, אויף איסט־בראָדוויי נומער 175.
דורות־לאַנג האָט די דאָזיקע אויפֿשריפֿט אַראָפּגעקוקט פֿון איר הייך, ווי אַ וואַכטורעם, אויף די גאַסן און געסלעך פֿון דער איסט־סײַד, אויף די ייִדישע קלייטן, רעסטאָראַנען, שולן און בתּי־כּנסת, אויף דעם רוישנדיקן "הענדום־פּענדום" פֿון די פֿאַרשיידענע "סאָסײַעטיס" מיט די נעמען פֿון די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, אויף די פֿאַרשיידענע אַרבעטער־פֿאַראיינען, וואָס זענען געווען באַקאַנט ווי די "יוניאָנס" — Unions, אויף די דעכער פֿון די "סוועט־שאָפּן", וווּ עס האָבן געאַרבעט און געשוויצט די טויזנטער נײַע, "גרינע" אימיגראַנטן, די נאָר וואָס אַראָפּגעקומענע פֿון די שיפֿן, אָנגעקומענע פֿון יענער זײַט ים...
ועל־כּולם: אין דעם דאָזיקן בנין האָט בשעתּו געהערשט און רעגירט מיט אַן אײַזערנער האַנט דער לעגענדאַרער גרינדער און רעדאַקטאָר אייב קאַהאַן. דאָרטן האָבן געאַרבעט און זיך געדרוקט די גרויסע און באַרימטע ייִדישע פּראָזאַיִקער, דיכטער, דענקער און זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן באַרײַכערט דאָס ייִדישע גײַסטיקע לעבן אין אַמעריקע אין דער ייִדישער שפּראַך. דאָרטן האָט פֿונקציאָנירט דער "אַרבעטער־רינג" מיט זײַן ברייט־פֿאַרצווײַגטער ייִדישער שולנעץ און זומער־לאַגערן.
מיט יאָרן צוריק איז דער "פֿאָרווערטס"־בנין פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו ניט־ייִדן, צו כינעזער, וועלכע זענען "אַרײַנגעדרונגען" אין דער ייִדישער איסט־סײַד־געגנט. זיי האָבן נאָך אַלץ ניט אַרונטערגענומען די "פֿאָרווערטס"־אויפֿשריפֿט פֿון דעם בנין. דערווײַל איז עס נאָך אַלץ אויסגעקריצט אויבן, אויף זײַן הויכן שפּיץ, ווי אַ שטאַרצנדיקער עלנטער דענקמאָל נאָך דער אַמאָליקער, שפּרודלדיקער, לעבהאַפֿטיקער, ייִדיש־רעדנדיקער איסט־בראָדוויי, וואָס איז געווען, און איז מער ניטאָ...
* * *
דעריבער איז געווען נאַטירלעך, אַז בני מר, דער יונגער רעדאַקטאָר פֿון העברעיִשן זשורנאַל אין תּל־אָבֿיבֿ, זאָל אינטערוויויִרן זײַן עלטערן קאָלעגע באָריס סאַנדלערן, דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק.
שוין קאַרגע עלף יאָר ווי באָריס סאַנדלער האָט אָנגענומען דעם דאָזיקן וויכטיקן און אַחריותדיקן פּאָסטן, נאָך דער פּטירה פֿון דעם טיכטיקן און שעפֿערישן זשורנאַליסט און שרײַבער מרדכי שטריגלער עה"ש.
אין דעם דאָזיקן שמועס האָט סאַנדלער איבערגעגעבן אייניקע אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם איצטיקן מצבֿ און אָרט וואָס דער "פֿאָרווערטס", די ייִדישע וואָכנצײַטונג, פֿאַרנעמט אין דער גאָרער ייִדישער וועלט.
אונטער זײַן אָנפֿירונג, מיט דער הילף פֿון זײַנע מיאַרבעטער, האָט די צײַטונג לחלוטין געביטן איר פֿאָרמאַט און געדאַנקען־גאַנג. ב. סאַנדלער איז געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז דער הײַנטיקער ייִדיש־לייענער זוכט ניט אין דער ייִדישער צײַטונג די לויפֿנדיקע, טאָג־טעגלכעכע נײַעס. דאָס באַקומט ער אין דער אַלגעמיינער ענגלישער (העברעיִשער, רוסישער א"אַ) פּרעסע, אין דער מעדיאַ און אין אַנדערע קוואַלן.
וואָס דער הײַנטיקער ייִדיש־לייענער, סײַ דער יונגער און סײַ דער עלטערער דור, וויל באַקומען, איז אינפֿאָרמאַציע. ער וויל זיך באַקענען מיט אַלץ וואָס איז פֿאַרבונדן מיט די לויפֿנדיקע ייִדישע פּראָבלעמען, ליטעראַרישע ייִדישע שאַפֿונגען, מאַטעריאַלן פֿון היסטאָרישן ייִדישן אַרכיוו, באַריכטן פֿון ישׂראל, פֿון דער גאָרער ייִדישער וועלט אד"גל.
אויף דער פֿראַגע, צי עס איז נאָך דאָ פֿאַר וועמען צו שרײַבן אין ייִדיש, צי עס זענען נאָך דאָ פּאָטענציעלע לייענער, וועלכע נייטיקן זיך אין אַ ייִדישער צײַטונג, האָט באָריס סאַנדלער געענטפֿערט, אַז די ייִדיש־לייענער פֿון אַלטן דור לעכצן נאָך אַ ייִדיש וואָרט. עס קומען אויף אין אַ סך לענדער ייִדיש־קרײַזן פֿון יוגנטלעכע, וועלכע לערנען זיך ייִדיש אין צענדליקער אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן און אוניווערסיטעטן אין די תּפֿוצות. זיי ווילן זען און לייענען אַ ייִדישע צײַטונג.
בײַם סוף פֿון דעם לענגערן שמועס פֿרעגט בני מר די אַלטע קשיא:
"זאָג מיר, באָריס, אין יעדן נומער פֿון דער צײַטונג באַריכט דער "פֿאָרווערטס" וועגן אונטערנעמונגען און פּראָגראַמען אין ייִדיש אין ניו־יאָרק, אין ישׂראל און אין אַנדערע לענדער אין דער גאָרער וועלט, ווי ייִדיש וואָלט נאָך אַלץ געווען אַ לעבעדיקע שפּראַך, אַזוי ווי עס איז געווען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿאַרן חורבן; איז עס ניט אַ ביסל נאַיִוו און תּמימותדיק?"
ענטפֿערט אים ב. סאַנדלער אַזוי: "...איך בין אַ פּראַגמאַטישער מענטש. פֿון מײַן באָבען האָב איך געירשנט די פֿעיִקייט צו דערציילן ‘באָבע־מעשׂיות’ און פֿון מײַן זיידן האָב איך געירשנט ערדישקייט און פֿאָלקסטימלעכקייט פֿון טבֿיה דעם מילכיקן.
"...שוין פֿון מײַן אָנהייב־וועג אין ייִדיש ווייס איך, אַז מען דאַרף שאַפֿן אַ סבֿיבֿה. אַמאָל איז דער ‘פֿאָרווערטס’ געווען די צײַטונג פֿון דער באַוועגונג. הײַנט דאַרף די צײַטונג שאַפֿן די אידעאָלאָגישע באַוועגונג. עס קומען אויף אַזעלכע קרײַזן אין ניו־יאָרק און אין אַנדערע שטעט, מיר דאַרפֿן זיי סטימולירן און דערמוטיקן. מיך אַרט ניט, אויב איך טו עס פֿאַר אַ מיליאָן מענטשן, אָדער פֿאַר בלויז דרײַ גרופּעס", פֿאַרענדיקט באָריס סאַנדלער, דער רעדאַקטאָר פֿון ייִדישן "פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק.
גאָר אינטערעסאַנט און פּיקאַנט איז דער אָפּקלײַב פֿון פֿיר בריוו פֿון דעם באַרימטן "בינטל־בריוו", וואָס זענען דערשינען אין דעם אַמאָליקן "פֿאָרווערטס", איבערגעזעצט אין עבֿרית פֿון דעם רעדאַקטאָר בני מר. לייענט עס און האָט הנאה.
* * *
דער 62־זײַטיקער זשורנאַל "דווקא" אין עבֿרית איז פֿאַרכאַפּנדיק און באַלערנדיק. די עסייען, שילדערונגען און פֿאָרש־אַרבעטן זענען געשריבן געוואָרן פֿון יונגע, באַקאַנטע אַקאַדעמיקער, אייניקע פֿון זיי אפֿשר דערווײַל נאָך אומבאַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט. דער פּלאַץ אין מײַן "בריוו פֿון ירושלים" איז באַגרענעצט, איך זאָל זיך קענען דערלויבן צו קאָמענטירן און ציטירן פֿון די מערסטע פֿון זיי. יעדער אַרטיקל, יעדע פֿאָרש־אַרבעט איז אַ קוואַל פֿון פֿאַרגעניגן און נחת־רוח פֿאַר דעם לייענער. אַ שאָד וואָס ניט אַלע ייִדיש־לייענער אין ישראל און אין די תּפֿוצות קענען געניסן דערפֿון אין דער העברעיִשער שפּראַך.
דעריבער שלאָג איך פֿאָר, אַז דער "בית־שלום־עליכם" אין תּל־אָבֿיבֿ, מיט דער מיטהילף פֿון אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע אינסטיטוציעס, זאָלן אפֿשר מיט דער צײַט מאַכן אַן אָפּקלײַב פֿון אַ טייל פֿון די דערשינענע פֿינף נומערן פֿון "דווקא", און עס אַרויסגעבן אין אַ ייִדישער איבערזעצונג, אַז די ייִדיש־לייענער זאָלן אויך קענען געניסן פֿון די דאָזיקע אויסערגעוויינטלעך־אינטערעסאַנטע, פּיקאַנטע און באַלערנדיקע אַרבעטן.
די אויסגאַבעס פֿון Reader’s Digest National Giographic Magazine קענען דינען ווי מוסטערן פֿאַר אַזאַ ייִדיש־אויסגאַבע פֿון דעם העברעיִשן "דווקא", וואָס דערשײַנט אין תּל־אָבֿיבֿ.
פֿאַר די וועלכע ווילן אַבאָנירן דעם זשורנאַל "דווקא" אין עבֿרית אָט זענען די פֿאָלגנדיקע אַדרעסן:
בית שלום־עליכם
רח' י.ד. ברקוביץ 4
ת.ד. 18099
תל־אביב 61180
טל' 972-3-6956513
אָדער:
הוצאת מאגנס
ת.ד. 39099
ירושלים 91390
טל' 972-2-5660341