פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס מיליטערישע מוזדינסט האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף דער גאַנצער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. קודם-כּל, איז געווען די אָנשיקעניש פֿון נעמען — און אָפֿט מאָל פּשוט כאַפּן — יונגע ייִדן און האַלטן זיי ווי "קאַנטאָניסטן" אין משך פֿון פֿינף-און-צוואַנציק יאָר. (צוריק גערעדט, אַ דאַנק די קאַנטאָניסטן האָבן זיך אויפֿגעבויט ייִדישע קהילות, וווּ אַנדערש האָבן ייִדן ניט געטאָרט זיך באַזעצן.) אָבער אויך שפּעטער, ווען מע פֿלעגט שוין נעמען צו דינען אין דער רוסישער אַרמיי אויף פֿיר יאָר, האָבן ייִדן קיין גרויסן חשק ניט אַרויסגעוויזן אָנצוטאָן אַ מיליטערישע אוניפֿאָרם. טויזנטער יונגע לײַט האָבן געגנבֿעט די גרענעץ, כּדי אַנטלויפֿן פֿון רוסלאַנד און, במילא, פֿון דעם פּריזיוו.

אין מײַנע יונגע סאָוועטישע יאָרן, דאָס הייסט אין די 1960ער און 1970ער, איז די גרענעץ געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿאַרשפּאַרט, איידער אין די צאַרישע צײַטן. אַזוי אַז פֿון דער אַרמיי איז מען געלאָפֿן דורך אוניווערסיטעטן צי אַנדערע לערן-אַנשטאַלטן פֿון העכערער בילדונג. די זאַך איז, אַז אַ סך פֿון זיי האָבן געהאַט "מיליטערישע קאַטעדרעס", וועלכע האָבן פּאַראַלעל מיט נאָרמאַלע לעקציעס געפֿירט קלאַסן פֿון מיליטערישער צוגרייטונג. אַ חוץ זיך אויסלערנען אויף אַ דאָקטער, אַ לערער צי אַן אינזשעניר, פֿלעגט מען ווערן אויך אָפֿיצירן פֿון רעזערוו. נאָר אַ קליינע צאָל פֿון אָט די כּמו-אָפֿיצירן האָט מען דערנאָך גענומען טאַקע דינען, אויף צוויי יאָר, ווײַל די אַרמיי האָט זיך כּמעט ניט גענייטיקט אין זיי אין די יאָרן פֿון שלום. מיט אַנדערע ווערטער, האָט דער עולם אויף מיליטערישע קאַטעדרעס געקוקט ווי אויף אַן אויסלייזונג פֿונעם פּריזיוו.

די אויסשולונג פֿון אַזוי פֿיל רעזערוו-אָפֿיצירן איז געווען אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער מיליטערישער דאָקטרין פֿון טאָטאַלער מאָביליזאַציע, טאָמער די אימפּעריאַליסטן פֿון דעם "נאַטאָ" פֿאַלן אָן אויף דער פֿעסטונג פֿון סאָציאַליזם, דאָס הייסט, אויפֿן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַן ערך די זעלבע סטראַטעגיע האָט ביז לעצטנס געהערשט אין רוסלאַנד, וווּ די אַרמיי האָט איבערגענומען די טראַדיציעס פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. אמת, גלײַכצײַטיק האָט מען גערעדט וועגן רעפֿאָרמירן די אַרמיי, קודם-כּל, וועגן אָפּזאָגן זיך פֿון מוזדינסט און זיך באַגרענעצן מיט "קאָנטראַקטניקס", דאָס הייסט מיט סאָלדאַטן, וועלכע שרײַבן אונטער אַ קאָנטראַקט אויף אַ געוויסער צאָל יאָרן — ווי מע טוט עס, אַ שטייגער, אין דער אַמעריקאַנער און בריטישער אַרמייען.

דאָס האָט אויך געדאַרפֿט באַפֿרײַען די אַרמיי פֿון "דעדאָוושטשינאַ", ווען אַ "דעד" ("זיידע"), וואָס מיינט אַ סאָלדאַט וואָס האָט שוין אָפּגעדינט אַ יאָר, איזדיעקעוועט זיך איבער די גרינע, נאָר וואָס אָנגעקומענע רעקרוטן. געוויסע פֿאָרמען פֿון "דעדאָוושטשינאַ" עקזיסטירן אָפֿט מאָל אין כּלערליי פֿאַרמאַכטע קרײַזן. אָבער אין דער רוסישער אַרמיי האָט עס גאָר שלעכטע טראַדיציעס, וואָס ברענגט יאָר-אײַן יאָר-אויס הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער קרבנות. בפֿרט נאָך, אַז די אַרמיי גיט אַ צוטריט צו געווער. למשל, אַ גערודפֿטער סאָלדאַט קען דאָך אין אַ בייזער מינוט דערשיסן דעם סאַדיסטישן "דעד" צי אַפֿילו זיך אָפּרעכענען מיט אַ גאַנצער גרופּע מיליטערלײַט. זינט דעם יאָר 2008 דינט מען אין דער רוסישער אַרמיי אין גאַנצן אַ יאָר — מע זעט עס אויך ווי אַ סגולה פֿאַר "דעדאָוושטשינאַ", וואָס איז געוואָרן אַ קאָשמאַר אי פֿאַר יונגע בחורים אי פֿאַר זייערע עלטערן.

אָבער די "קאָנטראַקטניקס" און די פֿאַרקירצונג פֿון דער מוזדינסט שפּיגלען אָפּ אויך די ראַדיקאַל־נײַע מיליטערישע סטראַטעגיע, די קאָנטורן פֿון וועלכע עס ווערן ביסלעכווײַז קלאָר, כאָטש די רעגירונג רעדט זייער ווייניק וועגן די פּרטים. קודם-כּל, קלײַבט מען זיך מער ווי צוויי מאָל קלענער מאַכן די צאָל אָפֿיצירן. איצט האָט די רוסישע אַרמיי 40 אָפֿיצירן אויף יעדע 100 סאָלדאַטן. אין די קומענדיקע יאָרן פּלאַנירט מען דערפֿירן די פּראָפּאָרציע ביז אַן ערך 15 : 100, דאָס הייסט, מאַכן עס ווי אין ס׳רובֿ מערבֿדיקע אַרמייען. אָבער דאָס מיינט אויך, אַז די אַרמיי וועט מוזן פֿאַרלירן 200 טויזנט אָפֿיצירן, און מע וועט אויך פֿאַרמאַכן 80 פּראָצענט פֿון די עקזיסטירנדיקע מיליטערישע שולן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליטערישע קאַטעדרעס, וואָס בלײַבן נאָר אין עטלעכע און דרײַסיק אוניווערסיטעטן. אַ סבֿרא, אַז קיין גרויסע באַגײַסטערונג רופֿט עס ניט אַרויס אין די אַרמיייִשע קרײַזן.

די מיליטערישע רעפֿאָרמען האָבן פֿאַרשיידענע סיבות, עקאָנאָמישע בתוכם. רוסלאַנד קען ניט שלעפּן דעם יאָך פֿון אויסהאַלטן אַן אַרמיי, וועלכע זאָל זײַן גרייט זיך קעגנצושטעלן דער גאַנצער פֿיל-נאַציאָנאַלער מאַכט פֿון דעם "נאַטאָ". דער אַלגעמיינער קריזיס און די רעלאַטיוו נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז פֿאָדערן פֿון די רוסישע פֿירער צו זײַן פּראַגמאַטיש. ניט צופֿעליק האָט די רעגירונג אַנומלטן באַשלאָסן אָפּצושנײַדן פֿון דעם מיליטערישן ביודזשעט כּמעט 2 ביליאָן דאָלאַר. עס העלפֿט אויך דער אַלגעמיינער פּאָליטישער מצבֿ, וואָס איז פֿאַרבונדן, לכל-הפּחות טיילווײַז, מיטן עקאָנאָמישן קריזיס.

די מערבֿדיקע וועלט זוכט דאָך אויך וווּ אײַנצושפּאָרן געלט און וויל אויסמײַדן אַ וואָפֿן־פֿאַרמעסט. ניט צופֿעליק שטרײַכט אונטער די נײַע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע דעם עקאָנאָמישן פֿאַקטאָר אין דעם פּלאַן פֿון אַרויספֿירן דעם גרעסטן טייל פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטערישן קאָנטינגענט פֿון איראַק. מע זוכט איצט, ווי אַזוי זיך אַרויסצודרייען פֿון די טײַערע פּלענער פֿון אינסטאָלירן אַנטי-מיסל-סיסטעמען אין פּוילן און טשעכיע. קיין חידוש ניט, אַז עס ווערט ווידער אַ לעבן ווי אַ לעקעך צווישן רוסלאַנד און דעם "נאַטאָ". מע האָט שוין גלײַך ווי פֿאַרגעסן דעם ברוגז פֿאַר צעקלאַפּן די גרוזינישע אַרמיי און שאַפֿן צוויי מאַריאָנעטן-מדינהלעך: אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע. קאָאָפּעראַציע מיט רוסלאַנד איז זייער וויכטיק פֿאַרן "נאַטאָ" אין די אָפּעראַציעס אין אַפֿגאַניסטאַן. אַגבֿ, גרוזיע און אוקראַיִנע מוזן דערווײַל פֿאַרגעסן וועגן ווערן מיטגלידער פֿונעם "נאַטאָ". דאָס איז אויך אַ וויכטיקע פּשרה מיט רוסלאַנד.

אַזוי צי אַזוי, אָבער די נײַע רוסישע מיליטערישע דאָקטרין זאָגט זיך אָפּ פֿון דער אידעע פֿון טאָטאַלער מאָביליזאַציע. דערפֿאַר זײַנען שוין ניט נייטיק אַזוי פֿיל אָפֿיצירן — אין רעזערוו און אין דער אַקטיווער דינסט. מיר פּערזענלעך אַרט עס שוין ניט, כאָטש טעאָרעטיש (זייער טעאָרעטיש, ווײַל איך בין עלטער פֿון 50 יאָר) בלײַב איך ערגעץ פֿאַרשריבן ווי אַן עלטערער לייטענאַנט אין רעזערוו. מײַן מיליטערישן בילעט האָב איך אָפּגעגעבן נאָך מיט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק. דער פּאָלקאָווניק אין מאָסקווער מיליטערישן קאָמיסאַריאַט האָט געזוכט תּירוצים עס בײַ מיר ניט נעמען, אָבער כ׳בין אַוועק אין אַ קראָם, געקויפֿט דאָרטן אַ פֿלאַש טײַערן קאָניאַק, און דער ענין איז גלײַך אויסגעסדרט געוואָרן.