די אינספּיראַציע פֿאַר דעם אַרטיקעלע איז מיר געקומען פֿון צוהערן זיך צו אַ בריליאַנטענעם אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנט־פֿילאָסאָף מיטן נאָמען דזשאָרדזש קאַרלין. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער חבֿרהמאַן איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן, האָט מען אים באַערט אין קענעדי־צענטער אין וואַשינגטאָן און צוגעטיילט אַ פּרעסטיזשפֿולן פּריז. פֿרעגט זיך די פֿראַגע: אין וואָס איז באַשטאַנען די גרויסקייט פֿון זײַן הומאָר? וועל איך אײַך תּיכּף זאָגן. ער האָט געזען די אַבסורדן פֿון אונדזער אַרום — ווי מ׳גיט נאָך די קינדער דעם געשמדטן האַלדז, אַז זיי ווייסן שוין נישט אויף וואָס צו גיין; אונדזער אומגעזונטע באַציִונג צו געלט און זשעדנעקייט; די פֿאַרפֿוילטע פּאָליטיק און פֿאַרדאָרבענע פּאָליטיקער; רעליגיע מיט די אומצאָליקע געטער און געטשקעס; גלויבנס פֿאַר וועלכע מען שעכט זיך אויס איינס ס׳אַנדערע, ווי די שאָף, הונדערטער יאָרן נאָכאַנאַנד, און צום סוף — די זיבן ווערטער וואָס מען טאָר נישט ברענגען איבערן מויל אויף דער טעלעוויזיע; זיי זײַנען אונטער שטרענגער צענזור. יעדעס מאָל וואָס מען רעדט זיי אַרויס, פֿײַפֿט אַ פֿײַפֿל. ווייסט מען שוין, אַז אונטער דעם שטעקט אַ ניבול־פּה. און די היפּאָקריטסטווע דערפֿון איז, וואָס די גאַנצע טעלעוויזיע, מיטן "קייבל" בראָש, רויעט זיך אינעם וווּלגאַרן תּינוף.
האָב איך זיך פֿאַרטראַכט. בײַ אונדז, ייִדן, האָט די ייִדישע גאַס זיך באַנוצט מיט אַלערליי געמיינע רייד, וואָס די ליטעראַטור האָט זיי געפּסלט. אין דער ייִדישער ליטעראַטור וועט איר כּמעט ווי נישט געפֿינען קיין ניבול־פּה. מיר דרייען זיך אַרויס דערפֿון מיט אָנדײַטונגען, געשיקטער פֿראַזעאָלאָגיע און אָנצוהערענישן. אַזוי, אַז דער לייענער דאַרף זיך אַליין כאַפּן אין וואָס דאָ גייט. געמיין לשון איז אַן איידעלע מאַטעריע, דאַרפֿן מיר זײַן אָפּגעהיט.
העלפֿט גאָט און די אַמעריקאַנער קאָמענדיאַנטן — ס׳רובֿ ייִדישע קאָמענדיאַנטן — האָבן זיך צוגעאייגנט דאָס געמיינע לשון פֿון דער ייִדישער שפּראַך, און ווי נאָר זיי דערמאָנען ווערטער וועלכע הייבן זיך אָן מיט שמ..., אָדער פּ..., אָדער דר.... לאַכט דער עולם אין די הויפֿנס ווי זיי וואָלטן געווען צוקערבאָבעס. מיט איין וואָרט — דאָס שמוץ פֿון ייִדיש־לשון גייט נישט אַראָפּ פֿון דער אַרענע ביזן הײַנטיקן טאָג אויף טעלעוויזיע, פֿילמען, בינע און ביכער, ווי זיי וואָלטן צוגעגעבן קאָלאָריט און כאַכאָטשענישן.
אונדזערע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן האָבן זיך אויסגעהיטן פֿון באַנוצן זיך מיט וווּלגאַרע רייד. בײַ די ליטוואַקעס, ווייסט איר דאָך, איז פֿאַראַן בלויז "דער און "די", אָבער עס פֿעלט זיי דער "דאָס". און אַז מ׳דערמאָנט, אַז עס פֿעלט זיי דער "דאָס" ווערן זיי רויט. פֿאַר וואָס? ווײַל זיי מיינען, אַז מען באַשולדיקט זיי אין עפּעס נישט שיינס. ווײַזט זיך דערווײַל אַרויס, אַז אונדזער אייגענער איציק מאַנגער האָט אָנגעשריבן אַ קלאַסיש ווערק וואָס רופֿט זיך "דאָס בוך פֿון גן־עדן", וואָס איך לערן מיט מײַן מיטעלען ייִדיש־קלאַס. זײַנען, צווישן אַנדערע, בײַ אים פֿאַראַן צוויי העלדן, צוויי מלאכימלעך, צוויי גוטע חבֿרימלעך, וואָס האָבן זיך ליב ס׳לעבן. איינער הייסט שמואל־אַבא אַבערוואָ און דער צווייטער הייסט פּישערל, און דאָס בוך האָט מען דווקא אָנגענומען בתּשואת־חן.
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אין חודש מערץ, 1944, האָט איציק מאַנגער צוגעשיקט אַ ליד אין דעם "צוקונפֿט" זשורנאַל, וואָס איז דעמאָלט געשטאַנען אויף זייער אַ הויכער ליטעראַרישער מדרגה און וועמענס רעדאַקטאָר איז געווען שמואל ניגער, אַ באַגאַבטער ייִדישער ליטעראַטור־קריטיקער. דערציילט מען, אַז ס׳איז דעמאָלט אָנגעקומען מאַנגערס סעריע לידער פֿון לאָנדאָן, פֿול מיט פֿאָלקסטימלעכן טאָן און, פֿאַרשטייט זיך, מיט מאַנגערישער איראָניע, סענטימענטאַליזם, שפּילעוודיקייט, עט־צע־טע־ראַ.
עס איז באַשטימט געוואָרן די לידער צו דרוקן. עס זײַנען פֿאַרבײַ עטלעכע טעג און ס׳איז אָנגעקומען מיט לופֿטפּאָסט נאָך אַ בריוו פֿון מאַנגערן אינאיינעם מיט אַ בריוו צו ב. נ. מינקאָוון — אַגבֿ, אויך אַ באַגאַבטער ייִדישער פּאָעט, וועלכער האָט געהערט צו דער ליטעראַרישער גרופּע "אינזיכיסטן". מינקאָוו איז דעמאָלט געווען סעקרעטאַר פֿון דער "צוקונפֿט"־רעדאַקציע. אין דעם בריוו שרײַבט מאַנגער, אַז אויב די "אַלטע מענטשן" פֿון דער רעדאַקציע וועלן נישט וועלן דרוקן דאָס דאָזיקע ליד, פֿאַרווערט ער צו דרוקן די לידער, וואָס ער האָט פֿריִער צוגעשיקט. דערבײַ נעמט ער אויס אַ תּנאַי, אַז דאָס נײַע ליד מוז געדרוקט ווערן אינגאַנצן און פֿולקאָם — ווי ס׳גייט און שטייט — און אַז מען טאָר נישט, חס־וחלילה, אַרויסלאָזן קיין איין סטראָפֿע דערפֿון, ווײַל ער האָט אַ חשד אַז "די אַלטע מענטשן" וועלן בויקאָטירן און נישט דרוקן יענע סטראָפֿע, וווּ עס איז פֿאַראַן אַ שורהלע וואָס רעדט זיך וועגן ייִנגעלעך — כאָטש עס קאָן זיך זיי אַרויסווײַזן, אַז דאָס ליד שטעלט מיט זיך פֿאָר עקסהיביציאָניסטיש. און אָט האָט איר דאָס ליד, וואָס די רעדאַקציע האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן:
קינדער יאָרן
איציק מאַנגער
לאָמיר גיין קיין ווערבעזש
(ווער ס׳וויל, מעג פֿאָרן)
דאָרטן שפּילן זיך בײַם פּרוט
אונדזערע קינדער־יאָרן.
קליינע ייִדישע ייִנגעלעך,
באָרוועס און אָפּגעריסן.
זיי פֿײַפֿן ווי די פֿייגל,
און ווילן פֿון גאָרנישט וויסן.
קליינע ייִדישע ייִנגעלעך,
אין צעריסענע קאַשקעטן.
זיי רעדן אַלע מיטן גראַם,
ווי אמתע פּאָעטן.
זיי לייגן זיך אַוועק אין גראָז —
(מיינט נישט, אַז ס׳איז שרעקלעך)
און ווײַזן פֿאַר דער פּריצה־זון,
אַלע זייערע שמעקלעך.
קליינע ייִדישע ייִנגעלעך,
באָרוועס און אָפּגעריסן.
זיי לאָזן מיך און לאָזן דיך,
אַלע האַרציק גריסן.
הײַנט צו טאָג איז אַזאַ וואָרט ווי "שמעקלעך" ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי אין דעם אַמעריקאַנער פּאַרלאַנס. אָבער בײַ אונדז, אין דער ייִדיש־פּוריטאַנישער ליטעראַטור, איז עס געווען הימל עפֿן זיך.
איך האָב, אויס נײַגעריקיט, אַרײַנגעקוקט אין סטוטשקאָווס אוצר צו זען וואָס ס׳טוט זיך בײַ אים אונטער דער רובריק "געמיינע רייד". וואָס זשע מיינט איר? בײַ אים קען מען געפֿינען — משה פּאַרעך און האָלעדריגע, און אַ גאַנצע סעריע זידל ווערטער. אונטער ליבע, שטייען אַזעלכע ווערטער ווי שמאַכטן, בענקען, גאַרן, קראַפּירן, געשלעכטלעך, סעקסועל און עראָטיש; לײַדנשאַפֿטלעך, תּאַווהדיק און באַגער. אַהאַ! איך האָב דערטאַפּט אונטער הייסבלוטיקייט אַזעלכע עראָטישע רייד ווי: ער ברענט ווי אַ שטרויענער דאַך און ווי דר.... אין סמאָלע. איך האָב געפֿונען אַזעלכע צאַצקעס, ווי: ער האָט שפּילקעס אין הינטן, אַ שטינקער האָט אויך אַ גאַל, און ווען דער מענטש קומט אַרײַן אין היץ הערט ער נישט דעם דונער און זעט נישט דעם בליץ.
און מיט דעם האָט זיך געענדיקט אונדזער עראָטישע וואַקכאַנאַליע. איך מיין אויך, אַז עס איז נישט גענוג צו בויען אויף דעם אַ ראָמאַן, ווײַל הײַנט צו טאָג אין אַמעריקע פֿאַרקויפֿן זיך פֿולבלוטיקע ראָמאַנען וואָס פֿאַרמאָגן נישט נאָר געמיין לשון נאָר פֿאַרדאָרבענע סצענעס.
מיר, ייִדן, האָבן אַלע מאָל געהאַלטן דעם פֿאַסאָן. מען האָט נישט איבערגעצויגן דאָס שטריקל. געווען סטאַטעטשנע און איידל ווען עס איז געקומען צו אינטימע באַציִונגען. אונדזערס איז געווען אַ צניעותדיקע ליטעראַטור. מיר האָבן געהאַט צו פֿיל זאָרגן אויפֿן קאָפּ אָפּצוגעבן זיך מיט ניבול־פּה. דאָס קומט פֿון שוווילטאָג, פֿון צעלאָזנקייט, פֿון לוקסוס, פֿון פֿאַרלירן די מאָס און די מענטשלעכקייט. דעריבער גיי איך זעלטן הײַנט אין קינאָ; אַזוי פֿיל שיסערײַ, נאַקעטקייט און בזיון. אַמאָליקע פֿילמען און שוישפּילן זײַנען געווען אין די ראַמען. מען האָט טאַקע אַלץ פֿאַרשטאַנען און אַלץ געפֿילט, אָבער עס איז געווען סובטיל און אײַנגעהאַלטן. דער עיקר, מען האָט אויסגעזאָטלט די חיה אין זיך. די הײַנטיקע ווילדקייט און אויסגעליידיקטקייט גיט גאָרנישט צו צום סוזשעט.
און אויב איר מיינט, אַז די וואַרשעווער אונטערוועלט, צי די לאָדזשער בלאַטע יונגען, האָט עפּעס געפֿעלט ווען ס׳איז געקומען צו געמיין לשון, מאַכט איר אויך אַ טעות. די צרה איז, וואָס איך בין נישט באַקאַנט דערמיט און מיר וועלן שוין נישט האָבן יענע בלאַטע יונגען, יענע אויסגעלאַסענע מיידן, סטראַגער־ייִדענעס, יאַטקע־זיצערקעס, הינער־פֿליקערקעס, פֿיש־שאָבערס, קצבֿ־יונגען — אַ גאַנצער המון־עם, וואָס האָט געלעבט אין גרויס דחקות אויף בוידעמער און אין קעלערס; נישט געזען פֿאַר זיך און פֿאַר זייערע קינדער קיין צוקונפֿט; האָפֿענונגסלאָז, אָן דערציִונג און אָן מעגלעכקייטן. וואָס זשע איז געבליבן? שעלטן און שינדן די הויט פֿון זיך און פֿון יענעם.
הײַנט, אַז מען לעבט אין רחבֿות און מ׳באַנוצט זיך אַלץ מיט ניבול־פּה, איז עס נאָר אויס שוווילטאָג. איז טאַקע אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז גרויס אָרעמקייט און גרויס לוקסוס דריקט זיך אַ סך מאָל אויס אין די זעלבע רייד. זעט אויס, אַז מיר זײַנען ערשט נישט לאַנג געקראָכן אויף אַלע פֿיר; אַראָפּ פֿון די ביימער, זיך געשטעלט אויף צוויי לאַפּעס און גענומען אַ שפּאַציר איבערן פּלאַנעט. מיר זײַנען נאָך רוי אונטער די אויערן, נישט דערבאַקן און נישט אויפֿגעיוירן. מיר האָבן אײַנגעשטעלט אַ וועלטל אַזאַ יאָר אויף מײַנע שׂונאים. און ווען עס קומט צו די זיבן ווערטער, וואָס מען טאָר זיי נישט ברענגען איבערן מויל, נעמט זיך אין זינען: 1. ערזאַץ! 2. דעקאַפֿינירט! 3. דעפֿעקטיוו! 4. דעפֿיציט! 5. דעקאַדענץ! 6. דיאַגנאָזע! 7. דיעטע! און זאַץ מע און האָץ מע!