- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער וואַל־געיעג אין אַמעריקע איז געקומען צו זײַן "פֿיניש", אָבער דער אַזאַרט, וואָס האָט אַרומגעכאַפּט כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג, צאַפּלט נאָך אין די הערצער, סײַ בײַ די געווינער, וואָס האָבן "געשטעלט" אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ און סײַ בײַ די פֿאַרלירער, וואָס האָבן דערוואַרט צו זען אין "ווײַסן הויז" דזשאָן מאַק‘קיין. אין דער ערשטער סצענע פֿונעם נײַעם, אומגעוויינטלעכן פֿילם "בית־אַבֿי" (פֿאָטערלאַנד)*, פֿאָרט אַ משׂא־אויטאָ מיט אַ גרופּע יונגע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איבערן ארץ־ישׂראלדיקן מידבר. דאָס יאָר איז 1948, דער סאַמע ברען פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און די יונגע לײַט האָט מען, אַ פּנים, אַרײַנגעשמוגלט, כּדי צו ווערבירן מער קעמפֿער פֿאַר דער "הגנה". בעת די באַזאָרגטע פּנימער שאָקלען זיך אין דער פֿינצטער, זינגט איינער שטיל, מיט אַ צעבראָכן קול, איציק מאַנגערס אומעטיק ליד: ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט אין דער דײַטשיש־ייִדישער סבֿיבֿה אויפֿגעפֿלאַקערט אַ וויכּוח וועגן דעם אָרט פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער קולטור. די אַנטיסעמיטן, צווישן זיי דער קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער, האָבן לאַנג געטענהט, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט שעפֿעריש און קאָנען בלויז נאָכמאַכן, פֿאַרטײַטשן און פֿאַרשפּרייטן די "עכטע" קולטורעלע ווערטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דורך אַנדערע פֿעלקער. אַ סך ייִדן זײַנען מסכּים געווען מיט אַזאַ מיינונג, אָבער ניט מיטן פּסק־דין. דעם זונטיק, דעם 9טן נאָוועמבער, האָט זיך געעפֿנט אַ זעלטענע אויסשטעלונג אינעם "ייִדישן מוזיי" (Jewish Museum) אין ניו־יאָרק — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטרוסלאַנד, 1919—1949". די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן מער ווי 200 חפֿצים — מאָלערײַען, צייכענונגען, אַפֿישן, פּראָגראַמען, קאָסטיומען־עסקיזן — ס‘רובֿ האָט מען קיין מאָל נישט געזען פֿריִער אין אַמעריקע. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, סוזאַן טומאַרקין־גודמאַן, פֿונעם "ייִדישן מוזיי", האָט צוזאַמענגעבראַכט די אָביעקטן פֿון די אַרכיוון און פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אינעם צווייטן יאָרהונדערט האָט דער גרויסער גריכישער וויסנשאַפֿטלער תּלמי (פּטאָלעמיי) דערמאָנט דאָס אָרט קאַליסיאַ, וועלכע האָט זיך געפֿונען אינמיטן דעם "בורשטין-וועג", דורך וועלכן די אוראַלטע סוחרים פֿלעגן ברענגען דעם באַלטישן בורשטין קיין דרום, ביז גריכנלאַנד און עגיפּטן. אַ סך היסטאָריקער אידענטיפֿיצירן דאָס דאָזיקע אָרט מיט קאַליש — אַ שטאָט אין צענטראַל-פּוילן, וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי די עלטסטע שטאָט אינעם לאַנד. די ערשטע ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אין קאַליש, לכל-הפּחות, נאָך אינעם 12טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1264, האָבן די אָרטיקע ייִדן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון פּוילן, באַקומען אויטאָנאָמע רעכט פֿונעם פּרינץ באָלעסלאַוו, דעם הערצאָג פֿון קראָקע; "וירא אליו השם" — און דער אייבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אַבֿרהמען, אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן ברית־מילה. דרײַ מלאָכים, אָנגעטאָן אין דער פֿאָרעם פֿון מענטשן, האָבן צוגעזאָגט דעם אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער מיט זײַן ווײַב, שׂרה, האָבן אַ זון. מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע האָבן די צוויי הויפּט-צדדים געהאַט אַ סך אונטערשיידן. איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער דעמאָקראַטישער צד איז געווען מער אינטעליגענט, אין דעם אַלטן אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם באַגריף. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק דערקלערונגען פֿון "אינטעליגענטישקייט", אָבער איך וועל ברענגען די דעפֿיניציע, וועלכע עס האָט בשעתּו געגעבן הלל ראָגאָף, איינער פֿון די געוועזענע "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָרן. דער באַקאַנטער שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אלי וויזעל איז ממשיך אויך ווײַטער, נישט געקוקט אויף זײַן עלטער, צו פֿירן זײַן פּעדאַגאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עטיק און רעליגיע. דווקא דאָרט, אין דעם חשובֿן אַקאַדעמישן לערן־אַנשטאַלט, איז פֿאָרגעקומען די דרײַטאָגיקע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון אלי וויזעל. האָט איר, אפֿשר, באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַן ערנסט בוך, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש (למשל, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער), באַמערקט מען, בדרך-כּלל, ניט אַפֿילו אין דער ייִדישער (דאָס הייסט, "דזשויִש") פּעריאָדיק. אָבער ווען עס באַווײַזט זיך אַ בוך פֿון ייִדישע וויצן (ייִדיש איז דאָך funny!), צי אַ בוך, וווּ ייִדיש ווערט אויסגענוצט בלויז ווי אַ מין טעאַטער-דעקאָראַציע, — אַזאַ סחורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט, אַרומגערעדט און געלויבט. אַזוי ווי יעדעס יאָר, באַקען איך אײַך מיט מײַנע סטודענטן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בלויז מיט די אָנהייבער, הייסט עס, די מיטעלע קענט איר שוין פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָר און די אַוואַנסירטע פֿון יאָרן צוריק. נאָך אַלעמען, ייִדן וואָס לעבן זיך אויס מיט ייִדיש, לייענען די ייִדישע צײַטונג, רעדן מאַמע־לשון, ווילן זען אַ שטיקעלע נאָכוווּקס. יונגע חבֿרה לערנען זיך ייִדיש, און לאָמיך זיך טיילן מיט אײַך, נישט נאָר לערנען זיי זיך עפּעס אויס, נאָר איך לערן זיך אויס אַ סך פֿון זיי. ווי למשל, ווער זיי זײַנען? צווישן די לידער פֿון דער דיכטערין פּעסיע הערשפֿעלד־פּאָמעראַנץ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט ליד וועגן דער העלדין חנה סענעש. זי איז געווען דאָס יונגע מיידל, וואָס איז אומגעקומען בעת דער מלחמה ווען מען האָט זי געכאַפּט, נאָך דעם ווען מען האָט זי אַראָפּגעפּאַראַשוטירט אין יוגאָסלאַוויע, כּדי צו ראַטעווען געפֿאַנגענע אונגאַרישע ייִדן און צו אָרגאַניזירן אַ ווידערשטאַנד. מע האָט זי געפּײַניקט און געטויט. דאָס ליד האָט צוויי טיילן; די ערשטע טייל דערציילט וועגן חנה סענעשעס גבֿורה: |