|
דער ישׂראלדיקער קאָמאַנדיר, מינץ (רעכטס), און דער נײַ־געקומענער עולה, לאָלעק, אין אַ סצענע פֿונעם פֿילם |
Omri Barel |
אין דער ערשטער סצענע פֿונעם נײַעם, אומגעוויינטלעכן פֿילם "בית־אַבֿי" (פֿאָטערלאַנד)*, פֿאָרט אַ משׂא־אויטאָ מיט אַ גרופּע יונגע לעבן־געבליבענע פֿון חורבן איבערן ארץ־ישׂראלדיקן מידבר. דאָס יאָר איז 1948, דער סאַמע ברען פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה, און די יונגע לײַט האָט מען, אַ פּנים, אַרײַנגעשמוגלט, כּדי צו ווערבירן מער קעמפֿער פֿאַר דער "הגנה".
בעת די באַזאָרגטע פּנימער שאָקלען זיך אין דער פֿינצטער, זינגט איינער שטיל, מיט אַ צעבראָכן קול, איציק מאַנגערס אומעטיק ליד:
"אויפֿן וועג שטייט אַ בוים, שטייט ער אײַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים זענען זיך צעפֿלויגן..."
פּלוצלינג שטעלט זיך אָפּ דער משׂא־אויטאָ אין מיטן מידבר. אַ ישׂראלדיקער סאָלדאַט קוקט אַרײַן און, ווײַזנדיק אויף איינעם פֿון די מענער, שרײַט אויס: "אַתּה! רד!" (דו! אַרויס!) דער צעטומלטער יונגערמאַן שטעלט אויס אַ פּאָר אומשולדיקע אויגן און פֿרעגט אויף ייִדיש: "וואָס?"
כאָטש דער יונגערמאַן, לאָלעק (געשפּילט פֿון איתי טיראַן), פּרוּווט דערקלערן דעם סאָלדאַט, אַז ער מוז פֿאָרן קיין חיפֿה, דערלאַנגט דער סאָלדאַט לאָלעקן אַ ביקס, שווערט אים אײַן אינעם ישׂראלדיקן מיליטער, און שיקט אים שטיין וואַך אויף אַן עלנטן באַרג אין מידבר, אונטער אַ ברוטאַלן קאָמאַנדיר.
דער 40־מינוטיקער פֿילם, וואָס מע האָט די וואָך געוויזן בײַם ישׂראלדיקן קינאָ־פֿעסטיוואַל דאָ אין ניו־יאָרק, איז מערקווערדיק פֿאַר צוויי סיבות: ערשטנס, וואָס ער באַהאַנדלט די לאַנג־איגנאָרירטע אָנגעווייטיקטע טעמע, ווי אַזוי די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט האָט באַעוולט די מיזרח־אייראָפּעיִשע פּליטים, זייער שפּראַך און קולטור; און צווייטנס — דער פֿילם איז כּמעט אין גאַנצן אויף אַ לאָדזשער ייִדיש.
ווען לאָלעק קומט צו זײַן פּאָסטן, דערזעט מען גלײַך דעם חילוק צווישן אים און זײַן קאָמאַנדיר, מינץ (מיקי לאון). דער צוגעברוינטער מוסקוליעזער מינץ שטייט ווי אַ סימבאָל פֿונעם נײַ־געבוירענעם ייִד. ער שעמט זיך מיט דעם "ייִדעלע", לאָלעק, און זײַן שפּראַך גרילצט אים אין די אויערן. פֿון דעסטוועגן, האָט מינץ נישט קיין ברירה. יענער פֿאַרשטייט דאָך נישט קיין וואָרט העברעיִש, און קאָמוניקירן מוז מען; גייט מינץ שוין אויך אַריבער אויף ייִדיש.
און אָט שטעקט די איראָניע. דער סאַברע, מינץ, איז גאָר נישט קיין סאַברע, נאָר אויך אַן אַנטלאָפֿענער פֿונעם נאַצישן גיהנום. ער האָט אָבער אַזוי געניט אָפּגעוואָרפֿן זײַן אייראָפּעיִשן אידענטיטעט, און זיך אַזוי לאַנג געבאַקן אין דער ישׂראלדיקער זון, אַז דער טאַטויִרטער נומער אויף זײַן אָרעם זעט זיך כּמעט מער נישט אָן. "אַ פּאָר טעג אויף דער זון, וועט מען נישט וויסן, אַז דו ביסט פֿון דאָרט," זאָגט ער לאָלעקן.
די געשיכטע־ביכער גיבן ווייניק איבער וועגן יענעם ביטערן קאַפּיטל, ווען די "הגנה" האָט געצוווּנגען די פּליטים פֿונעם חורבן צו דינען אינעם ישׂראלדיקן מיליטער, כאָטש זיי האָבן קיין העברעיִש נישט געקענט, און ווייניק פֿאַרשטאַנען וועגן דעם קאָנפֿליקט מיט די אַראַבער. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט דער יונגער שרײַבער און רעזשיסאָר פֿון פֿילם, דני ראָזענבערג, איבערגעגעבן, אַז זײַן ציל איז געווען נישט בלויז צו דערציילן וועגן דעם אומבאַקוועמען קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון ציוניזם. "כ׳האָב אויך געוואָלט ווײַזן, ווי מע האָט אין אַלגעמיין מבֿטל געמאַכט אַלץ וואָס די לעבן געבליבענע פֿון חורבן האָבן רעפּרעזענטירט, און ווי וויכטיק ס׳איז צו לערנען די געשיכטע, כּדי צו פֿאַרשטיין ווער מיר זענען הײַנט."
"דערפֿאַר האָב איך עס געוואָלט מאַכן אויף ייִדיש," האָט ראָזענבערג באַמערקט. "מיט ייִדיש מיין איך נישט נאָר די שפּראַך, נאָר אויך די קולטור, וואָס די ישׂראלדיקע רעגירונג און געזעלשאַפֿט האָט געוואָלט אָפּמעקן."
|
דער ייִדיש־מבֿין, משה שׂכר, העלפֿט די אַקטיאָרן ריכטיק אַרויסרעדן די רעפּליקן אויף ייִדיש |
Omri Barel |
אינעם פֿילם, טוט מינץ אַלץ, וואָס ער קאָן, כּמעט אויף אַ סאַדיסטישן אופֿן, כּדי צו מאַכן פֿון לאָלעקן אַ סאַברע. ער צווינגט אים מאַכן געניטונגען אויף דער בראָטנדיקער זון; לאָזט אים נישט זיך אָפּקילן אין שאָטן; גיסט בכּיוון אויס זײַן וואַסער־כּלי און הייסט אים גיין זוכן נאָך וואַסער אין מידבר. לאָלעק גיט זיך אָבער נישט אונטער; ער וואַרפֿט נישט אָפּ זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. כּסדר קוקט ער מיט ליבשאַפֿט אויף דער אַלטער צעקנייטשטער פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון זײַן חבֿרטע, וואָס וואַרט אויף אים אין חיפֿה. ווען מינץ זאָגט אים שפּעטער, אַז חיפֿה איז צעשטערט געוואָרן אין דער מלחמה, און קיינער איז דאָרט נישט פֿאַרבליבן, ברענגט עס לאָלעקן, סוף־כּל־סוף, אַרויס פֿון די כּלים. "ס׳איז דאָ חיפֿה! ס׳איז דאָ חיפֿה! י־ש ... ח־י־פֿ־ה!"
לאָלעק און מינצס קאַמף איז נישט בלויז צווישן אַ סאָלדאַט און זײַן קאָמאַנדיר, נאָר וועגן צוויי היפּוכדיקע קוקווינקלען אויף דעם, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ ייִד אין ישׂראל. דער פֿילם הייבט אַרויס דעם קאָנפֿליקט אויף אַ סוררעאַליסטישן, פֿאַרכאַפּנדיקן — און צו־מאָל ברוטאַלן — אופֿן.
ראָזענבערג האָט דערציילט, אַז כאָטש קיין ייִדיש קען ער נישט, האָט ער דערפֿילט, בײַם שאַפֿן דעם פֿילם, אַז דער דיאַלאָג האָט געמוזט זײַן אויף ייִדיש. "ס׳וואָלט געווען אַבסורדיש, אַז אַ לעבן־געבליבענער פֿון חורבן, וואָס קומט אָן אין ארץ־ישׂראל אין 1948, זאָל רעדן העברעיִש," האָט ער דערקלערט. האָט ער אָנגעשריבן דעם סצענאַר אויף העברעיִש און זיך געוואָנדן צו פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן און זײַנע קאָלעגעס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, עס איבערצוזעצן.
דער רעזשיסאָר האָט אָבער געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז דאָס ייִדיש פֿון זײַנע העלדן זאָל קלינגען אויטענטיש, האָט ער אָנגעשטעלט דעם באַקאַנטן איבערזעצער משה שׂכר, צו רעפּעטירן מיט די אַקטיאָרן דעם ריכטיקן אַרויסרייד. שׂכר איז צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר האָבן איבערגעזעצט איציק מאַנגערס לידער אויף העברעיִש; ער האָט אויך געשריבן לידער פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, אָנהייבנדיק פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, ביז לעצטנס אין "ייִדישפּיל".
כּדי צו מאַכן די העלדן אַזוי רעאַליסטיש ווי מעגלעך, האָט ראָזענבערג געבעטן שׂכרן צו לערנען זיי די רעפּליקן אויף זײַן אייגענעם לאָדזשער ייִדיש. "משה שׂכר איז געווען פּונקט צוגעפּאַסט צו דער אַרבעט, ווײַל ער אַליין האָט געדינט אין דער מלחמה פֿון 48׳, האָט ער גוט פֿאַרשטאַנען די סבֿיבֿה פֿון קעמפֿן אין יענע יאָרן. און ווײַל ער איז פֿון לאָדזש האָב איך געוואָלט, אַז די העלדן זאָלן רעדן אַזוי ווי ער, ווײַל דער לאָדזשער ייִדיש קלינגט מיר זאַפֿטיקער."
משה שׂכר האָט שטאַרק געלויבט ראָזענבערגן פֿאַר אײַנשטעלן זיך צו מאַכן דעם פֿילם אויף מאַמע־לשון. "ס׳איז געווען זײַן געדאַנק, ס׳זאָל זײַן אַ קאָרעקטער ייִדיש," האָט שׂכר באַמערקט. "ער האָט געטאָן מעל ומעבֿר, אַ סך מער ווי מע וואָלט זיך געריכט. מיר איז אָבער נישט געווען גרינג די אַרבעט, ווײַל אין דער אמתן, רעד איך מער נישט קיין לאָדזשער ייִדיש!"
און ווי אַזוי האָבן די ישׂראלים רעאַגירט אויף דעם ייִדישן פֿילם? ווען מע האָט געוויזן "בית אַבֿי" סײַ בײַם ירושלימער קינאָ־פֿעסטיוואַל, סײַ בײַם תּל־אָבֿיבֿער "סינעמאַטעק", האָט דער עולם זיך תּיכּף צעלאַכט, ווען זיי האָבן דערהערט ווי לאָלעק ענטפֿערט דעם העברעיִש־רעדנדיקן סאָלדאַט אויף ייִדיש.
"אין ישׂראל, ווען מע הערט ייִדיש אין אַ פֿילם, מיינט מען גלײַך, אַז ס׳איז אַ קאָמעדיע," האָט ראָזענבערג דערקלערט. "ייִדיש האָט אַ געפֿיל פֿון עפּעס ווײַט אַוועק, נישט רעלעוואַנט. אַז מע זעט אַ ייִדיש־רעדנדיקן העלד, ריכט מען זיך, אַז דאָס מוז זײַן אַ קאָמישע פֿיגור."
"אָבער נאָך די ערשטע פֿינעף מינוט — האָט ראָזענבערג צוגעגעבן — האָט דער עולם שוין מער נישט געלאַכט..."
* (דעם פֿילם ווײַזט מען אין אַמעריקע
מיטן ענגלישן טיטל Homeland)