באָריס בערנשטיין, |
ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט אין דער דײַטשיש־ייִדישער סבֿיבֿה אויפֿגעפֿלאַקערט אַ וויכּוח וועגן דעם אָרט פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער קולטור. די אַנטיסעמיטן, צווישן זיי דער קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער, האָבן לאַנג געטענהט, אַז ייִדן זײַנען בטבֿע ניט שעפֿעריש און קאָנען בלויז נאָכמאַכן, פֿאַרטײַטשן און פֿאַרשפּרייטן די "עכטע" קולטורעלע ווערטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דורך אַנדערע פֿעלקער. אַ סך ייִדן זײַנען מסכּים געווען מיט אַזאַ מיינונג, אָבער ניט מיטן פּסק־דין. זיי האָבן געהאַלטן, אַז אויף אַזאַ אופֿן העלפֿן צו ייִדן צו באַרײַכערן און אַנטוויקלען סײַ די באַזונדערע נאַציאָנאַלע קולטורן, סײַ די אַלוועלטלעכע און אַלמענטשלעכע קולטור, פּונקט ווי זיי באַרײַכערן און באַלעבן דאָס עקאָנאָמישע לעבן דורך זייער פֿאַרמיטלערישער טעטיקייט.
לאָזנדיק בײַ דער זײַט די אַנטיסעמיטישע טענות, קאָן מען זאָגן, אַז אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן אַ צאָל ייִדישע אינטעליגענטן געשפּילט אַן ענלעכע ראָלע אין דער "ברידערלעכער משפּחה פֿון סאָוועטישע פֿעלקער". די ייִדן האָבן איבערגעזעצט אויף רוסיש ליטעראַרישע ווערק פֿון אַנדערע שפּראַכן, געווען לערער פֿון רוסיש און רוסישער ליטעראַטור אין די נאַציאָנאַלע רעפּובליקן, און געהאָלפֿן דער אָרטיקער אינטעליגענץ צו געפֿינען אַ בשותּפֿותדיקע שפּראַך אין די מאָסקווער הויכע פֿענצטער. פֿאַר דעם זײַנען די ייִדן באַלוינט געוואָרן מיט פֿעסטע פּאָזיציעס און צומאָל מיט כּבֿוד און פֿרײַנדשאַפֿט אין די געהעריקע נאַציאָנאַלע סבֿיבֿות.
די זכרונות פֿון באָריס בערנשטיין איז אַ וויכטיקער מקור פֿאַר יעדן איינעם, וואָס וויל בעסער פֿאַרשטיין די ראָלע פֿון אַזאַ מין ייִדישן קולטור־פֿאַרמיטלער אין דער פֿילשפּראַכיקער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. געבוירן אין אָדעס אין 1924, האָט בערנשטיין געדינט אין דער סאָוועטישער אַרמיי בעת דער מלחמה, און דערנאָך שטודירט קונסט־געשיכטע אין דעם לענינגראַדער אוניווערסיטעט. ווען ער האָט פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט אין 1951, אין סאַמע ברען פֿון דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע, האָט ער ניט געהאַט קיין אויסזיכטן אויף צו געפֿינען אַן אַרבעט אין לענינגראַד, און איז אַוועק קיין טאַלין, עסטלאַנד. אין די באַלטישע רעפּובליקן, וועלכע זײַנען פֿאַקטיש געוואָרן סאָוועטיש ערשט אין 1944, איז די "ייִדישע פֿראַגע" ניט געשטאַנען אַזוי שאַרף ווי אין דעם "אַלטן" סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און דער יונגער קונסט־היסטאָריקער האָט באַקומען אַ לערער־שטעלע אינעם אָרטיקן קונסט־אינסיטוט.
בערנשטיין האָט גיך אויסגעלערנט די שווערע עסטישע שפּראַך און איז געוואָרן אַ דעה־זאָגער אין דער מאָדערנער עסטישער קונסט און איר אויסטײַטשער פֿאַרן גרעסערן רוסישן עולם. אין זײַנע זכרונות דערקלערט ער די מעכאַניק פֿון דער סאָוועטישער קולטורעלער פּאָליטיק, בפֿרט די באַציִונגען צווישן דעם מאָסקווער צענטער און דער נאַציאָנאַלער "פּעריפֿעריע". אין דער דאָזיקער סיסטעם האָבן עסטלאַנד, לעטלאַנד און ליטע פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון אַ "ליבעראַלן שויפֿענצטער" פֿונעם סאָוועטישן רעזשים, וואָס האָט זיי געגעבן אַ געוויסע אויטאָנאָמיע אין קונסט־ענינים.
אָדעס פֿאַרנעמט אויך אַ חשובֿ אָרט אין בערנשטיינס בוך. זײַן פֿאָטער, משה בערנשטיין, האָט נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע געשאַפֿן אַ שול־קאָמונע פֿאַר ייִדישע יתומים און אָרעמע קינדער "יעווראַבמאָל" (ייִדישע אַרבעטער־יונגט). אויף דער עלטער האָט ער אָנגעשריבן אַ געשיכטע פֿון זײַן אַנשטאַלט, און דער כּתבֿ־יד פֿון דעם דאָזיקן בוך וואַרט איצט אויף זײַן פֿאָרשער אינעם אַרכיוו פֿון ייִוואָ. בערנשטיין באַשרײַבט די אַטמאָספֿער פֿון זײַן שטוב, וואָס האָט זיך געפֿונען אין סאַמע צענטער פֿון דער ייִדישער אָדעס, שרײַבט וועגן זײַנע שכנים, ייִדישע שרײַבער און זײַנע חבֿרים אין דער מוזיק־שול פֿון פּיאָטר סטאָליאַרסקי. דער "פֿעטער פּיניע", ווי מען האָט גערופֿן דעם באַרימטן פּעדאַגאָג, וועלכער האָט דערצויגן אַ צאָל פֿון וועלט־באַרימטע פֿידלער, ס׳רובֿ ייִדן.
בערנשטיין איז ניט געווען דער איינציקער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענט, וועלכער האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין עסטלאַנד. דער באַרימטער ליטעראַטור־פֿאָרשער יורי לאָטמאַן האָט געהאַט אַן ענלעכן גורל. אַרויסגעשטויסן פֿון לענינגראַד אין 1951, האָט ער באַקומען אַ שטעלע אינעם אוניווערסיטעט פֿון טאַרטו, וווּ ער האָט שפּעטער געשאַפֿן די וועלט-באַרימטע וויסנשאַפֿטלעכע שול פֿון סעמיאָטישע ליטעראַטור־שטודיעס. אין דעם שטעקט דער פּאַראַדאָקס, וואָס איז ניט גרינג צו באַגרײַפֿן פֿאַר די, וואָס זײַנען ניט גוט באַקאַנט מיט דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט. ווי אַזוי האָט עס זיך באַקומען, אַז דווקא אין די באַלטישע לענדער, וווּ אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט מיטגעהאָלפֿן די דײַטשן אויסצוהרגענען די ייִדן בעת דער מלחמה, האָט מען אַזוי ליב באַקומען ייִדן, און גראָד פֿון רוסלאַנד, אונטער דער סאָוועטישער שליטה?
די סאָוועטישע רעדל־פֿירער אין די באַלטישע רעפּובליקן זײַנען לרובֿ געווען געטרײַע קאָמוניסטן, אָבער דערבײַ זײַנען זיי פֿאַרבליבן פּראַגמאַטישע נאַציאָנאַליסטן. כּדי צו באַהאַנדלען די נײַע מאָסקווער באַלעבאַטים, האָבן זיי זיך גענייטיקט אין מענטשן, וועלכע זײַנען געווען, פֿון איין זײַט, גוט באַהאַוונט אין דער רוסישער קולטור און רוסישן שטייגער, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, ניט געווען קיין רוסישע נאַציאָנאַליסטן. די ייִדן זײַנען געווען ווי צוגעפּאַסט צו אַזאַ ראָלע. רוסיש — לויט זייער דערציִונג, ליבעראַל — לויט זייער וועלטאַנשויונג, זײַנען זיי דערבײַ אַליין געווען קרבנות פֿונעם רוסישן נאַציאָנאַליזם. די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿון יענער תּקופֿה רעדן אַפֿילו וועגן אַן "עמיגראַציע" פֿון רוסלאַנד אין די באַלטישע רעפּובליקן נאָך דער מלחמה, הגם בערנשטיין איז ניט מסכּים מיט אַזאַ דעפֿיניציע. פֿאַר אים, ווי פֿאַר אַנדערע, איז דאָס געווען ניט מער ווי אַן אַריבערפֿאָרן פֿון איין טייל סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין אַן אַנדערן.
אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד שפּילן אַ צאָל ייִדן אַן ענלעכע פֿאַרמיטלערישע ראָלע. די אַמאָליקע ייִדישע עמיגראַנטן קומען צוריק, אויף אַ קורצער צײַט, אָדער אויף שטענדיק, פֿון אַמעריקע, ישׂראל און דײַטשלאַנד, כּדי צו פֿירן געשעפֿטן אָדער סתּם צו לעבן אין זייער געוועזענעם היימלאַנד. צומאָל, רופֿט דאָס אַרויס פּראָטעסטן, און דווקא פֿון צוויי פֿאַרשידענע צדדים. די רוסישע נאַציאָנאַליסטן זעען אין דעם אַ סכּנה פֿאַר דער "ריינקייט" פֿון זייער קולטור, בעת אייניקע ציוניסטן טענהן, אַז רוסלאַנד וויל אַרויסציִען די "מוחות" פֿון ישׂראל. ווי עס זאָל ניט זײַן, בלײַבט די קולטורעלע פֿאַרמיטלערישקייט אַ וויכטיקע ייִדישע פֿונקציע.