מאַרק שאַגאַל, “אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער |
דעם זונטיק, דעם 9טן נאָוועמבער, האָט זיך געעפֿנט אַ זעלטענע אויסשטעלונג אינעם "ייִדישן מוזיי" (Jewish Museum) אין ניו־יאָרק — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטרוסלאַנד, 1919—1949". די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן מער ווי 200 חפֿצים — מאָלערײַען, צייכענונגען, אַפֿישן, פּראָגראַמען, קאָסטיומען־עסקיזן — ס‘רובֿ האָט מען קיין מאָל נישט געזען פֿריִער אין אַמעריקע. די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, סוזאַן טומאַרקין־גודמאַן, פֿונעם "ייִדישן מוזיי", האָט צוזאַמענגעבראַכט די אָביעקטן פֿון די אַרכיוון און פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
מער ווי אַ הונדערט קאָלירפֿולע וואַסערפֿאַרבן, גואַש־ און קרײַדלעך־צייכענונגען, געשאַפֿן אין פֿאַרשיידענע סטילן — קוביסטיש, עקספּרעסיאָניסטיש, קאָנסטרוקטיוויסטיש — באַשיינען די אויסשטעלונג, אָבער דאָס הויפּטווערק, וואָס וועט צוציִען אַן עולם, וועט אַוודאי זײַן מאַרק שאַגאַלס ריזיקע וואַנטגעמעלן. די קינסטלער נתן אַלטמאַן, ראָבערט פֿאַלק, איגנאַטי ניווינסקי, אײַזיק ראַבינאָוויטש און אַלכּסנדר טישלער זענען נישט ווייניקער באַקאַנט, און זייערע ווערק וועלן זיכער פֿאַרשטאַרקן דעם אינטערעס צו דער אויסשטעלונג.
אויף די עקראַנען דאָ און דאָרט, אויף די ווענט און אין אַ באַזונדערן צימער קען מען זען אַלטע פֿילמען וועגן די פֿאָרשטעלונגען פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן טעאַטער מיט די אַקטיאָרן שלמה מיכאָעלס און בנימין זוסקין אין די הויפּט־ראָלעס. אַ סך פֿון די אָביעקטן אויף דער אויסשטעלונג זענען בשלום ניצול געוואָרן פֿון אַ שׂרפֿה אין 1953 אינעם מאָסקווער "באַכרושין־מוזיי פֿון טעאַטער־קונסט", דעם הויפּט־אַרכיוו פֿון די "גאָסעט"־מאַטעריאַלן. אַגבֿ, האַלט מען, אַז די שׂרפֿה האָט מען בכּיוון אונטערגעצונדן, כּדי אָפּצוּווישן אַלע סימנים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער אין לאַנד.
מאַרק שאַגאַל מאָלט זײַן בילד “אַרײַנפֿיר אינעם ייִדישן טעאַטער |
די אויסשטעלונג שטעלט דעם טראָפּ אויף די צוויי הויפּט־ייִדישע טעאַטערס אין מאָסקווע פֿאַר דער מלחמה — די העברעיִש־שפּראַכיקע "הבימה" און דעם ייִדישן "גאָסעט" ("מלוכישער ייִדישער טעאַטער"). די "הבימה", געגרינדעט אין 1918 אונטער דער רעזשי, פֿונעם גרויסן רעזשיסאָר עווגעני וואַכטאַנגאָוו, איז אַוועק פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד צוליב פּאָליטישע סיבות אין 1926 און זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. דאָרטן איז "הבימה" געוואָרן דער נאַציאָנאַלער טעאַטער פֿון ישׂראל. פֿאָטאָגראַפֿיעס, אַפֿישן און צייכענונגען (פֿון נתן אַלטמאַן אן איגנאַטי ניווינסקי) פֿון זייערע פֿאָרשטעלונגען צום "דיבוק" און "גולם" באַגריסן דעם צוקוקער בײַם אָנהייב פֿון דער פֿאָרשטעלונג. מע זעט אויך יואל ענגעלס אָריגינעלע פּאַרטיטור פֿון זײַן מוזיק צו דער "דיבוק"־פֿאָרשטעלונג.
דער "גאָסעט"־טעאַטער, געגרינדעט אין 1919, האָט געהאַט דאָס מזל צו האָבן בײַם רודער פֿון דער טרופּע אַלעקסיי גראַנאָווסקי, אַ שאַפֿערישער, ממש גלענצנדיקער רעזשיסאָר. גראַנאָווסקי, האָט אפֿשר ווייניק געוווּסט וועגן דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט, אָבער האָט גוט געקענט די קונסט־וועלט. ער האָט נישט מורא געהאַט צו עקספּערימענטירן און באַאַרבעטן ווערק פֿון דער ייִדישער דראַמאַטורגיע און ליטעראַטור ווי גאָלדפֿאַדענס "די כּישוף־מאַכערין" און מענדעלעס "מסעות בנימין השלישי" מיט אַ מאָדערנעם צוגאַנג. די אַקטיאָרן, קינסטלער און מוזיקער, פֿאַרבונדן מיטן טעאַטער, האָבן אויך אויסגעטײַטשט זייער קונסט אין אָט דער שיטה — ייִדישלעך־פֿאָלקיש, אָבער מיט אַ מאָדערנעם קוק אויף דער וועלט.
ראָבערט פֿאַלק, “חתונה פֿון די טויטע |
כּדי צו באַנעמען מאַרק שאַגאַלס וואַנטגעמעל — "אַרײַנפֿיר צום ייִדישן טעאַטער" — געמאָלן אין 1920 פֿאַרן "גאָסעט"־טעאַטער, דאַרף מען זיך אַוועקזעצן אַנטקעגן און אים שטודירן אַ לענגערע צײַט. אין אַ לעקציע פֿון אַלאַ זוסקין, די טאָכטער פֿון בנימין זוסקין, האָט זי גערעדט וועגן עטלעכע פֿיגורן אויפֿן גרויסן בילד, צווישן זיי אַ גראָטעסקישן אויסטײַטש פֿון איר טאַטן. אויף איינער פֿון די אַנדערע וואַנטגעמעלן אויף דער אויסשטעלונג זעט מען דעם באַקאַנטן "פֿידלער אויפֿן דאַך".
אומפֿאַרגעסלעך איז ראָבערט פֿאַלקס (1886—1958) איילבילד פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג פֿון "גאָסעט"ס דראַמע, י. ל. פּרצעס "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק". אין דעם עקספּרעסיאָניסטישן בילד זעט מען פּרצעס שרעקלעכע סורעאַליסטישע וויזיע פֿונעם עולם־השקר מיט לעבעדיקע מתים. זײַנע געדאַנקען פֿאַר די קאָסטיומען פֿון דער פֿאָרשטעלונג האָט ער באַקומען נאָך אַ וויזיט אינעם אינסטיטוט פֿון יוריספּרודענץ־מעדעצין.
דער קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג מיט עסייען פֿון די פּראָפֿעסאָרן צבֿי גיטעלמאַן, בנימין הרשבֿ, סוסאַן טומאַרקין־גודמאַן, וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו און דזשעפֿרי ווײַדלינגער איז פּרעכטיק אילוסטרירט און די עיקר־קונסטווערק אויף דער אויסשטעלונג ווערן טיף אַנאַליזירט. פֿאַרשטייט זיך, אַז איבער אַן אויסשטעלונג וועגן "גאָסעט" הויערט די טראַגישע געשיכטע פֿון דער טרופּע, געשלאָסן אין 1949; דער מאָרד פֿון מיכאָעלסן אין 1948 און זוסקינען אין 1952; די אונטערדריקונג פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, בכלל. אַז די קולטור האָט געבליט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן מיט אַ זעלטענער שאַפֿערישקייט און טאַלאַנט, ווערט בולט געוויזן אויף דער אויסשטעלונג.
דער "ייִדישער מוזיי" אין ניו־יאָרק געפֿינט זיך אויפֿן ראָג 92סטע גאַס און פֿיפֿטע עוועניו.
מיטגלידער פֿונעם “גאָסעט |