- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
און אָט איצט, נאָך 70 יאָר זינט יענע טראַגישע געשעענישן ווערט טראַיאַן פּאָפּאָוויטש ווידער דערמאָנט, אין שײַכות מיטן פֿילם, וואָס ווערט איצט פֿילמירט אין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, וווּ די הויפּט־ראָלע פֿון טראַיאַן פּאָפּאָוויטש שפּילט דער באַרימטער האָליוווּד־אַקטיאָר דאָנסטין האָפֿמאַן. דעם פֿילם וועט מען, מעגלעך, זען נאָך הײַיאָר און דערווײַל הייסט ער "20,000". יאָ, נישט גרינג, מיט לאַנגע פֿאַרדרייטע וועגן קומט צום מענטשן די אָנערקענונג, וואָס ער האָט פֿאַרדינט נאָך בײַם לעבן. טראַיאַן פּאָפּאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין 1892, אינעם בוקאָווינער דאָרף, וואָס הײַנט הייסט עס אודעשט, רומעניע. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ דורותדיקער גלח. נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָט טראַיאַן פֿאָרגעזעצט זײַן לערע ווי אַ סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט בײַם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿאַרטיידיקט ער זײַן דיפּלאָם און הייבט אָן די קאַריערע פֿון אַן אַדוואָקאַט. ווען אין זײַן וויגעלע האָט אַ שמייכל געטאָן פֿונעם שלאָף דאָס קליינע עופֿעלע, פֿלעגט די ייִדישע באָבע זאָגן: "עס שפּילט זיך מיט אים דער מלאך..." און ווען דער קליינער איז, קיין עין־הרע, אונטערגעוואַקסן און האָט אַרויסגעוויזן עפּעס אַ חכמה, פֿלעגט די זעלבע באָבע אָנקוועלן: "עס האָט אים אַ קוש געטאָן דער מלאך!" אַזאַ קינד איז, אַפּנים, אויך געווען דער גרויסער ייִדישער דיכטער שמואל האַלקין, וואָס אַלע אין שטעטל האָבן אים גערופֿן פּשוט — מוליע. וועגן איינעם אַ זעלטענעם קוש זײַנעם וויל איך דאָ ווײַטער דערציילן. נישט איין מאָל האָב איך געזען פֿאַר די אויגן דאָס בילד און נישט געקאָנט עס פֿאַרשטיין. צוריק גערעדט, וואָס דאַרף מען דאָ אַזוינס פֿאַרשטיין — אַ קוש... ס’איז גענוג אַרויסברענגען אויף דער צונג דאָס וואָרט, ווי איינער וועט אַ זיפֿץ טאָן, אַ צווייטער זיך צעשמייכלען, און בײַ אַ דריטן וועלן אַ בליץ טאָן די אויגן — אַ קוש! באָריס דרוצע איז אַן אינטעליגענט אינעם ערשטן דור. געבוירן אין אַ דאָרף, אין אַ פּויערישער שטוב, טראָגט ער אין זיך אַ טאַלאַנט, וואָס ס’איז צו דעם צוגעפּאַסט דער ייִדישער זאָג "וואָס אין דער קאָרט". ער שפּילט אויף עטלעכע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן; ער איז אַ באַגאַבטער שרײַבער און איבערזעצער, קאָמפּאָזיטאָר, אַן אַדוואָקאַט און, אויב ס’איז אײַך ווייניק, איז ער אַ טאַטע פֿון צען קינדער. ס’איז כּדאַי דאָ באַלד צוצוגעבן, אַז אין אַלע זשאַנערס פֿון זײַן צעצווײַגטער ליטעראַרישער און מוזיקאַלישער טעטיקייט, ווי אויך אין זײַן יורידישער אַרבעט פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט די טעמע — ייִדן — זינט די ערשטע סימנים פֿון אַ ייִדיש לעבן אין בעסאַראַביע ביזן הײַנטיקן טאָג. וועגן דעם זאָגט עדות זײַן בוך (752 זײַטן) אויף רומעניש וואָס הייסט "אונטערן מגן־דוד מיט גאָט". ווי אַ מאָטאָ צו זײַן בוך, האָט דרוצע גענומען די ווערטער, געהערט פֿון זײַן זיידע, אַ פּשוטער פּויער, וואָס האָט דערלעבט ביז 100 יאָר: "רײַך איז דאָס לאַנד, וואָס איז פֿעיִק צו באַשיצן אירע ייִדן". געווידמעט האָט דער מחבר די מאָנומענטאַלע אַרבעט — זײַנע קינדער. אינעם אַרײַנפֿיר צום בוך שרײַבט דרוצע, אַז אָפֿט קומט אים אויס, שפּאַצירנדיק מיט זײַנע קינדער, דורכצוגיין לעבן דעם דענקמאָל לזכּרון די אומגעבראַכטע בעסאַראַבער ייִדן אויף דער ירושלימער־גאַס, און שטענדיק דערציילט ער זיי עפּעס אַ געשיכטע וועגן די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדן און די מאָלדאַוואַנער, וועגן דעם חורבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועגן זײַנע אייגענע פֿרײַנד פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. הײַיאָר האָט מען, צום ערשטן מאָל אין דער 35־יאָריקער געשיכטע פֿון דער "ייִדיש־וואָך", אָפּגעהאַלטן די אונטערנעמונג מחוץ ניו־יאָרק. די יערלעכע געשעעניש, וווּ אַלע אַקטיוויטעטן במשך פֿון דער וואָך ווערן אָנגעפֿירט אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט זיך דאָס יאָר געטראָפֿן בײַם "פּערלסטאָון אָפּרו־צענטער" לעבן דער שטאָט באָלטימאָר, מערילאַנד. דער באַשלוס צו פּראַווען די "ייִדיש־וואָך" אין באָלטימאָר האָט געהאַט אַ סך מעלות. ערשטנס, געפֿינט זיך דער "פּערלסטאָון צענטער" בשכנות מיט דער אָרגאַנישער פֿאַרם "קיים" [קאַיאַם], וווּ ס׳איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען די ערשטע זומער־פּראָגראַם פֿון דער נײַער "ייִדיש־פֿאַרם" — אַ פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון ישׂראל באַס און נפֿתּלי איידלמאַן, וווּ די 12 יונגע פֿאַרמער האָבן דורכגעפֿירט אַלע אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש. אַ דאַנק דער פֿאַרם, האָבן די "ייִדיש־וואָכניקעס" געקאָנט גיין אויף אַן אינטערעסאַנטן טור פֿון די פֿאַרשידענע גרינסן און אַנדערע געוויקסן, וואָס מע האָט דאָרט קולטיווירט, און די קינדערלעך האָבן געקאָנט הנאה האָבן פֿון די חנעוודיקע ציגעלעך און הינער, וואָס געהערן צו דער פֿאַרם. דעם זומער אין קראָקע, אינעם "גאַליציע־מוזיי" קומט מיט דערפֿאָלג פֿאָר די אויסשטעלונג פֿון דער אַמעריקאַנער מאָלערין פֿעי גריידזשאָווער. די אויסשטעלונג טראָגט דעם נאָמען "געשטאַלטן און ווערטער" און וועט אָנגיין ביז נאָוועמבער. נישט לאַנג צוריק האָט פֿעי גריידזשאָווער זיך אומגעקערט פֿון פּוילן קיין באָסטאָן, וווּ זי וווינט, און איך האָב געכאַפּט מיט איר אַ קורצן שמועס. די מאָלערין האָט דערציילט, אַז זי האָט זיך באַמיט אויף אַן אַוואַנגאַרדיסטישן אופֿן, מיט דער שפּראַך פֿון סימבאָלן און מעטאַפֿאָר, איבערצוגעבן אויף אירע לײַוונטן דעם גײַסט פֿון דער ייִדישער דיכטונג, זײַנענדיק באַגײַסטערט פֿון דער שאַפֿונג פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, רחל קאָרן און רייזל זשיכלינסקי. פֿעי גריידזשאָווער זאָגט, אַז דער פֿאָקוס פֿון איר שאַפֿונג איז אַ מין צונויפֿשמעלץ פֿון געשיכטע מיט עלעמענטן פֿון אומבאַוווּסטזײַן, וואָס דער זכּרון האָט אײַנגעזאַפּט און ווירקט אויף אונדזער טאָג־טעגלעכקייט. אין אירע ווערק ניצט זי אויס די שפּראַך פֿון געשטאַלטן, כּדי איבערצוגעבן די אַבסטראַקטע פֿאָרמעס דורך אַ ספּעציעלן חומר, קאַליגראַפֿישע מיטלען, וואָס רופֿן אַרויס געוויסע איבערלעבענישן. דערמיט ווערט געשאַפֿן אַ באַזונדערע אַטמאָספֿער פֿון רוים און ליכט, וועלכע רופֿן אַרויס בײַ יעדן מענטשן זײַנע אייגענע דערמאָנונגען. פֿעיס קינדשאַפֿט איז דורכגעגאַנגען אין באָסטאָן אין אַ משפּחה, וווּ ייִדישקייט האָט פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אינעם לעבנס־שטייגער. אירע עלטערן זײַנען געקומען קיין אַמעריקע פֿון בעלגיע און האָלאַנד. זיי האָט אָפּגעגליקט. זיי האָבן נאָך באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון אייראָפּע מיט דער לעצטער שיף. אַלע זייערע קרובֿים, וואָס זײַנען דאָרט געבליבן, זײַנען אומגעקומען. סוף יאַנונאַר 2009, פֿינף טעג נישט דערלעבט צו איר 90סטן געבוירן־טאָג, איז אַוועק אין דער אייביקייט דינה ווערני, איינע פֿון די בולטסטע און דרייסטע פּערזענלעכקייטן צווישן פֿרויען פֿון 20סטן יאָרהונדערט. וואָס האָב איך פֿריִער געוווּסט וועגן איר? צום באַדויערן, זייער ווייניק. אין די צײַטן פֿון מײַן לעבן אין קעשענעוו, האָב איך צופֿעליק געהערט אַ טאַשמע, וואָס איז דעמאָלט בשתּיקה פֿאַרשפּרייט געוואָרן צווישן ענגע קרײַזן, אויף וועלכער איינע אַ זינגערין, דינה ווערני, זינגט האַרציק רוסישע תּפֿיסה־לידער. דער באַקאַנטער שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אלי וויזעל איז ממשיך אויך ווײַטער, נישט געקוקט אויף זײַן עלטער, צו פֿירן זײַן פּעדאַגאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עטיק און רעליגיע. דווקא דאָרט, אין דעם חשובֿן אַקאַדעמישן לערן־אַנשטאַלט, איז פֿאָרגעקומען די דרײַטאָגיקע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון אלי וויזעל.
ניט לאַנג צוריק איז בײַ אונדז אין באָסטאָן געשען אַזאַ צופֿאַל. אַן אינטעליגענטע פֿרוי, מיט אַ גוטן שם, האָט באַשלאָסן צו באָרגן אין דער שטאָט־ביבליאָטעק אַ בוך — און אים ניט אומקערן... אַפֿילו זי זאָל דאַרפֿן באַצאָלן פֿאַר אים אַ דרײַפֿאַכן שטראָף. אָנגענומען אַזאַ באַשלוס האָט די פֿרוי ניט דערפֿאַר, וואָס דאָס בוך האָט זי באַצויבערט מיט זײַנע אויסערגעוויינטלעכע מעלות. גראָד פֿאַרקערט. פֿאַר וואָס זשע האָט זי עס געטאָן? ווי אַלע מאָל, ווען זי באַזוכט די ביבליאָטעק, האָט די לייענערין זיך אָפּגעשטעלט בײַ דער פּאָליצע מיט נײַע ביכער אויף רוסיש און אָנגעהויבן בלעטערן איינס נאָך אַ צווייטן. |