סי. קאַלעוויי ברוקס זינגט מיט דער קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע |
ס׳איז געווען אַמאָל אַ צײַט, ווען די ייִדישע מוזיק איז געווען זייער פּאָפּולער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַ ניט־ייִדן. ווען דזשעני גראָסינגער האָט אין די דרײַסיקער יאָרן פֿאָרגעלייגט די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער מוזיקער "דזשאָני און דזשאָרדזש", זיי זאָלן זיך אויסלערנען שלום סעקונדעס "בײַ מיר ביסטו שיין", האָבן זיי ניט בלויז מיט גרויס פֿאַרגעניגן געזונגען דאָס ליד אינעם באַרימטן קעטסקיל־בערג־האָטעל, נאָר אויך אינעם "אַפּאָלאָ־טעאַטער" אין האַרלעם, ניו־יאָרק. נאָך דעם ווי די ניט־ייִדישע ענדרו־שוועסטער האָבן באַקומען דאָס ליד אין אַן ענגלישן נוסח פֿונעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר סאַמי קאַן, איז דאָס ליד געוואָרן דאָס פּאָפּולערסטע ליד אין יאָר 1938. דער קלאַרנעטיסט בעני גודמאַן האָט עס אַפֿילו פֿאָרגעשטעלט אין "קאַרנעגי־האָל".
די אַנדערע פּאָפּולערע מוזיקער — ייִדישע און ניט־ייִדישע — האָבן אַרײַנגעפֿלאָכטן ייִדישע לידער, מעלאָדיעס און קלעזמער־ניגונים אין זייער אַמעריקאַנער פּאָפּולערער מוזיק. למשל, פֿונעם קלעזמערישן שטיקעלע "אַ שטילער בולגאַר" איז אויסגעוואַקסן אַ שלאַגער אויף ענגליש "ווען די מלאכים זינגען" — אַ פּאָפּולער אַמעריקאַנער ליד אין די דרײַסיקער יאָרן.
אַזאַ געשיכטע האָט האַנקוס נעצקי, דער מוזיקאָלאָג, פּראָפֿעסאָר און אָנפֿירער פֿון דער "קלעזמער קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע", דערציילט פֿאַר אַ פֿול־געפּאַקטן זאַל (1200 מענטשן!). די פּרעכטיקע פֿאָרשטעלונג האָט נעצקי פּרעזענטירט מיט דער פֿינאַנציעלער הילף פֿונעם באָסטאָנער "נײַעם צענטער פֿאַר קונסט און קולטור", וואָס שטרעבט צו "בויען בריקן" צווישן פֿאַרשיידענע קולטורן. איינע פֿון די דירעקטאָרינס פֿונעם נײַעם טעאַטער, פֿראַנסין אַקבאַר, איז געווען נעצקיס אַ תּלמידה, און נעצקי האָט איר פֿאָרגעלייגט דעם קאָנצערט מיט דער באַטייליקונג פֿון אַן אַנדערן געוועזענעם תּלמיד, סי. קאַלאָוויי ברוקס, וועלכער האָט לעצטנס זיך אָפּגעגעבן מיט פּרעזענטירן זײַן זיידנס מוזיק.
אָנהייבנדיק פֿון די 1920ער יאָרן, האָט זײַן זיידע, קאַב קאַלאָוויי, געזונגען חזנישע דריידלעך אין זײַנע אייגענע לידער — דאָס הייסט, אויסגענוצט די ייִדישע מוזיקאַלישע גאַמעס און, אַ מאָל, ווערטער אין דער דזשעז־פֿאָרעם, וווּ מע אימפּראָוויזירט די מעלאָדיע. ברוקס, וואָס האָט צונויפֿגעשטעלט דעם "קאַב קאַלאָוויי אָרקעסטער" אין 1998, שפּילט זײַן זיידנס מוזיק אינעם זיידנס "סווינג"־סטיל. אין דער פֿאָרשטעלונג האָט ער געזונגען, צווישן אַנדערע, דעם זיידנס פּאָפּולערסטע לידער — קאַלאָווייס אייגענע אויסטײַטשונגען פֿון די ייִדישע לידער "אָט אַזוי נייט אַ שנײַדער" און "אַבי געזונט". בײַם זינגען דאָס ליד "מיני די מוטשער" (מיני דער שנאָרער) האָט דער עולם ענטוזיאַסטיש זיך באַטייליקט. ווען ברוקס האָט "גערופֿן", האָבן אַלע אים "געענטפֿערט" מיט אויסרופֿן.
די שוואַרצע משפּחה קאַלאָוויי האָט, זעט אויס, געהאַט אַנדערע שײַכותן מיט ייִדישקייט. לויט ברוקס, האָט אַ ייִדישער שקלאַפֿן־הענדלער אַרויסגעפֿירט זײַן משפּחה פֿון אַפֿריקע. ברוקס האָט אויך דערציילט, אַז זײַן זיידע, קאַלאָוויי, האָט ליב געהאַט ייִדישע מאכלים און געגעסן מצה־קניידלעך און באָרשט אין דער היים.
פֿון די פֿײַנע מוזיקער וואָס זענען אויפֿגעטראָטן אינעם קאָנצערט, איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם פּיאַניסט און אַקאָרדיאָן־שפּילער, אַרט ביילי, און דעם סאַקסאָפֿאָניסט און קלאַרנעטיסט טעד קאַשנער, וועלכער האָט נאָך געשפּילט מיט קאַלאָוויי. די טרומייטערין און זינגערין סוזען וואַטס האָט געזונגען אַליין און מיט ברוקסן. זי פֿאַרמאָגט אַ זיס קול, אָבער זי וואָלט געדאַרפֿט זיך אויסלערנען בעסער די ייִדישע שפּראַך. בעסער וואָלט אויך געווען, ווען זי לערנט זיך ווי צו זינגען מיט ייִדישע קרעכצן, נישט, מיט כליפּען.
ייִדן וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע מיט הונדערט יאָר צוריק, האָבן צוגעפּאַסט די אַמעריקאַנער מוזיקאַלישע פֿאָרמען — בפֿרט די אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער פֿאָרמען — צו זייערע טראַדיציאָנעלע שטיקלעך. און די ניט־ייִדן האָבן אויך געבאָרגט גענוג מוזיק בײַ די ייִדן. ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס די מעלאָדיע פֿון "סאַנקט דזשיימס אינפֿירמאַרי בלוז", איז ענלעך צו "חתן־כּלה, מזל־טובֿ". יעדע טראַדיציע איז דערפֿון באַרײַכערט געוואָרן.