- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך איז אין ריגע, לעטלאַנד, פֿאָרגעקומען אַ צוויי־טאָגיקער סאָמיט פֿון "נאַטאָ". ווי עס גיבן איבער די אָרטיקע קאָרעספּאָנדענטן, לעבט שוין די שטאָט אַ געוויסע צײַט, ווי ס׳וואָלט, חלילה, אײַנגעפֿירט געוואָרן אַן אויסעראָרדנטלעכע לאַגע. עס זײַנען פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די זיכערהייט־מיטלען, געשלאָסן די צענטראַלע גאַסן, שאַרפֿצילערס האָבן זיך באַזעצט אויף די דעכער... עס האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכט-שטראַל פֿון באַנײַטער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן, פֿאַר די ישׂראלים בפֿרט: אַ נײַע ישׂראלדיקע איניציאַטיוו זיך אַרויסצוקריגן פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אין וועלכן עס איז פֿאַרשטעקט דער ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום-קאָנפֿליקט נאָך דער באַרויִקונג אויפֿן צפֿון; אַ נײַער פּרוּוו אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע און צו באַזײַטיקן — כאָטש צײַטווײַליק, און אפֿשר אויף להבא — דעם קאָשמאַר פֿון טעראָר און דעם פּחד פֿאַר דער אָפּוואַרטנדיקער נײַער מלחמה.
אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט. מען קען פֿרעגן: די גרויסקייט פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 30-20ער יאָרן איז נאָך ווײַט, ווײַט ניט אויסגעפֿאָרשט; וואָס זשע האָב איך, אַן אַלטער ייִדישער שרײַבער, מיט אַזאַ התפּעלות זיך אַ כאַפּ געטאָן דערציילן וועגן פֿינף רעדאַקטאָרן מיט אַ מאָל? וועגן פֿינף מיט אַ מאָל, ווײַל לויט מײַן מיינונג זײַנען זיי געווען פֿון די בעסטע, מיט וועמען מיר איז אויסגעקומען מיטצואַרבעטן. וואָלט געגאַנגען אַ רייד ניט נאָר וועגן קינסטלערישער ליטעראַטור, וואָלט איך אָנגערופֿן נאָך און נאָך. זייער זאָרג פֿאַרן קיום פֿון ייִדיש, און דאָס האָט אין אַ היפּשער מאָס אײַנגעהאַלטן די אַסימילאַציע, איז ניט איבערצוגעבן. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: "ויצא יעקבֿ מבאר שבֿע וילך חרנה" — יעקבֿ אָבֿינו איז אַרויס פֿון באר־שבֿע און איז אַוועק קיין חרן. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַרלאָזט די הייליקע היים, דאָס הויז פֿון אַ צדיק, און גייט צו אַ הויז פֿון אַ שווינדלער, פֿון אַ רשע. יעקבֿ האָט דעמאָלט געהאַט געלערנט פֿערצן יאָר אין דער ישיבֿה פֿון שם ועבֿר, האָט ער אויפֿגעהערט לערנען און זיך אַוועקגעלאָזט גיין קיין חרן און געקומען אין הויז פֿון לבֿן הארמי. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ פּאַסטעך און געפֿיטערט טאָג און נאַכט לבֿנס שאָף. ביז דאַן האָט יעקבֿ זיך פֿאַרנומען מיט אַ גײַסטיקער עבֿודה, געלעבט דורכויס אין אַ וועלט פֿון רוחניות, און איצט האָט ער אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט מאַטעריעלע ענינים, מיט פּאַשען שעפּסן און ציגן.
סוף־כּל־סוף, צום ערשטן מאָל אין אַ יובֿל, האָט מען אין דײַטשלאַנד זיך דערמאָנט וועגן די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן, וועלכע וווינען איצט אינעם דאָזיקן לאַנד. מ׳האָט זיך דערמאָנט וועגן זיי אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג, געווידמעט דעם לעבן פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדן, וועלכע האָט זיך געעפֿנט נאָך מיט צוויי חדשים צוריק, אין אָקטאָבער, אינעם בערלינער ייִדישן מוזיי.
איידער די קאָמוניסטיש געשטימטע זשורנאַליסטן האָבן זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿון אַב. קאַהאַנס "פֿאָרווערטס" (כ׳האָב שוין פֿריִער געשריבן וועגן דער שפּאַלטונג פֿון סעפּטעמבער 1921), האָט די צײַטונג גאַנץ סימפּאַטיש זיך באַצויגן צו דעם נײַעם רעזשים אין רוסלאַנד. למשל, משה אָלגין, אין קורצן איינער פֿון די פֿירנדיקע "נײַע קאָמוניסטן", האָט אין 1921 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אַ סעריע אַרטיקלען וועגן זײַן רײַזע אין סאָוועט-רוסלאַנד. נאָך פֿריִער, אין 1919, האָט די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע אַרויסגעגעבן זײַן איבערזעצונג פֿון דזשאָן רידס בוך "צען טעג וואָס האָבן אויפֿגערודערט די וועלט".
|