איידער די קאָמוניסטיש געשטימטע זשורנאַליסטן האָבן זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿון אַב. קאַהאַנס "פֿאָרווערטס" (כ׳האָב שוין פֿריִער געשריבן וועגן דער שפּאַלטונג פֿון סעפּטעמבער 1921), האָט די צײַטונג גאַנץ סימפּאַטיש זיך באַצויגן צו דעם נײַעם רעזשים אין רוסלאַנד. למשל, משה אָלגין, אין קורצן איינער פֿון די פֿירנדיקע "נײַע קאָמוניסטן", האָט אין 1921 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אַ סעריע אַרטיקלען וועגן זײַן רײַזע אין סאָוועט-רוסלאַנד. נאָך פֿריִער, אין 1919, האָט די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע אַרויסגעגעבן זײַן איבערזעצונג פֿון דזשאָן רידס בוך "צען טעג וואָס האָבן אויפֿגערודערט די וועלט".
דזשאָן ריד, אַן אָפּשטאַמלינג פֿון אַ רײַכער קריסטלעכער משפּחה אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאָן (מיט דער משפּחה איז פֿאַרבונדן דער אויפֿקום פֿון דעם באַרימטן ריד-קאָלעדזש), איז געווען אַ טאַלאַנטירטער פּען-מענטש, אַ הויך-באַצאָלטער זשורנאַליסט. קיין רויִקער יאַט איז ער זיכער ניט געווען — אַ סאָציאַליסטישער דיבוק האָט אים אַרומגעטראָגן איבער דער וועלט. אין אָקטאָבער 1920 איז אים באַשערט געווען אויסצוגיין אין רוסלאַנד, וווּ ער האָט זיך אָנגעשטעקט מיט טיפֿוס. צו קבֿורה האָט מען אים געבראַכט אויפֿן "רויטן פּלאַץ", ווײַל ער האָט צו יענער צײַט פֿאָרגעשטעלט אין קאָמינטערן די אַמעריקאַנער קאָמוניסטן, וועלכע האָבן זיך נאָר וואָס געהאַט אויסגעפּיקט פֿונעם סאָציאַליסטישן שאָלעכץ.
איך האָב באַמערקט, אַז דער יונגער דור הייבט ניט אָן אַפֿילו צו וויסן, וואָס דאָס וואָרט "קאָמינטערן" מיינט. וועל איך פֿאַר זיי דערקלערן, אַז דעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל (קאָמינטערן) האָט מען געשאַפֿן ווי דעם קאָאָרדיניר-צענטער פֿון דער וועלטלעכער רעוואָלוציע. אַזוי אַרום האָט מאָסקווע אָנגעפֿירט מיט די נאַציאָנאַלע קאָמוניסטישע פּאַרטייען. אַגענטן פֿון "קאָמינטערן" האָבן אויך געפֿירט שפּיאָנאַזש־טעטיקייט לטובֿת דעם סאָוועטישן רעזשים.
אין דעם מאָסקווער צענטראַלן פּאַרטיי-אַרכיוו (זינט יענער צײַט האָט ער עטלעכע מאָל געביטן זײַן נאָמען) האָב איך מיט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק זיך אָנגעשטויסן אויף אַ דאָקומענט, וואָס האָט אַ שײַכות צום "פֿאָרווערטס" (פֿון דעם פֿאָנד 17, באַשרײַבונג 60, דאָקומענט 974, זז׳ 22–24). איך ברענג דאָ פֿראַגמענטן אין מײַן איבערזעצונג פֿון רוסיש:
אין צענטראַלן־קאָמיטעט פֿון די ייִדישע סעקציעס בײַם צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער רוסלענדישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי
דער צענטראַל־קאָמיטעט פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָט מיך באַפֿולמעכטיקט צו באַקענען אײַך מיטן מצבֿ פֿון אונדזער אַרבעטער-באַוועגונג.אַ דאַנק דער גרינדונג פֿון אונדזער לעגאַלער פּאָליטישער פּאַרטיי און איר ייִדישער סעקציע, האָבן מיר, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון אונדזער באַוועגונג, באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך פֿאַרמעסטן מיטן "פֿאָרווערטס" און זײַנע אַגענטן אין דער ייִדישער פּראָפֿעסיאָנעלער באַוועגונג (יוניאָנען).
ייִדישע אַרבעטער זײַנען, דער עיקר, קאָנצענטרירט אין דער ניי-אידוסטריע, אין וועלכער עס זײַנען פֿאַראַן פֿיר גרויסע יוניאָנען מיט בערך 350,000 מיטגלידער, וואָס צעטיילן זיך אויף אַזאַ אויפֿן:
מענער-שנײַדער — 150,000
דאַמען-שנײַדער — 100,000
היטלמאַכער — 50,000
קירזשנער — 50,000
אַ חוץ דעם, זײַנען צענדליקער טויזנטער ייִדישע אַרבעטער פֿאַרטאָן אין אַנדערע אינדוסטריעס, דער עיקר, אין בויוּנג, וווּ זיי שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין די יוניאָנען.
די יוניאָנען אין דער ניי-אינדוסטריע, אַ חוץ די שנײַדער, געפֿינען זיך אין די הענט פֿון די געלע סאָציאַליסטן און ביוראָקראַטן, אַזעלכע ווי [סעמועל] גאָמפּערס. זיי הערשן איבער די אויבן-דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס ניט אַזוי צוליב דער אָפּגעשטאַנענקייט פֿון די ייִדישע מאַסן (וועלכע זײַנען, אַגבֿ, פּראָגרעסיווער פֿון אַנדערע טיילן פֿון דעם אַמעריקאַנער אַרבעטער-קלאַס), ווי צוליב דעם, וואָס די פֿירערשאַפֿט איז גלענצנדיק אָרגאַניזירט און ווערט געשטיצט מצד דער מעכטיקער ייִדישער צײַטונג "פֿאָרווערטס".
"פֿאָרווערטס" — אַ ייִדישע טעגלעכע צײַטונג — פֿאַרקויפֿט זיך טאָג-אײַן טאָג-אויס אין דער צאָל פֿון 200 טויזנט קאָפּיעס און ווערט געלייענט דורך אַ האַלבן מיליאָן מענטשן. די צײַטונג גיט אַרויס די געזעלשאַפֿטלעכע אַסאָציאַציע "פֿאָרווערטס". די דאָזיקע געזעלשאַפֿט איז אָפֿיציעל ניט פֿאַרבונדן מיט קיין פּאַרטיי, אָבער ס׳רובֿ אירע מיטגלידער געהערן צו דער אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי.
"פֿאָרווערטס" איז ניט סתּם אַ צײַטונג. דאָס איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿון געלע סאָציאַליסטן און קאָנטער-רעוואָלוציאָנערן. די דרייער פֿון "פֿאָרווערטס" זײַנען גלײַכצײַטיק די דרייער פֿון די יוניאָנען, פֿון "אַרבעטער-רינג" וכ׳.
"פֿאָרווערטס" האָט געעפֿנט די קאָרטן און אַנגעהויבן אַן ענערגישע קאַמפּאַניע אונטערן לאָזונג "זאָל רוסלאַנד באַפֿרײַען די פּאָליטישע אַסירים, אײַנפֿירן פֿרײַהייט פֿון וואָרט אאַז״וו.
אין דער איצטיקער צײַט גייט אַן אָפֿענער, אָרגאַניזירטער, אומברחמנותדיקער קאַמף צווישן אונדז און דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַר דער השפּעה און דער פֿירערשאַפֿט.
מיט אַ קאָמוניסטישן גרוס,
אַ. ראַפֿאַעל
מיטגליד פֿונעם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און ספּעציעלער דעלעגאַט פֿון "קאָמינטערן"
מאָסקווע, דעם 10טן יולי 1922
דעם פּסעוודאָנים "אַ. ראַפֿאַעל" האָט גענוצט אַלכּסנדר ביטעלמאַן (1890–1982), דער פֿירער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן. אַזאַ דאָקומענט האָט ניט געטאָרט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון די אַמעריקאַנער זיכערקייט-לײַט, ווײַל ער וואָלט געקענט ווײַזן, אַז ביטעלמאַן האָט ניט לעגאַל באַזוכט רוסלאַנד. אין דעם האָט מען אים שפּעטער, אין אַ פּאָר יאָרצענדליק אַרום, באַשולדיקט. ער איז געזעסן אין תּפֿיסה און מע האָט אים געסטראַשעט מיט דעפּאָרטאַציע פֿון אַמעריקע.
אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה. הײַנט האָב איך נאָר געוואָלט ווײַזן, ציטירנדיק ביטעלמאַנס בריוו, וואָס פֿאַר אַ מעכטיקן און ממשותדיקן כּוח האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דער "פֿאָרווערטס" ווי אַ שוצוואַנט קעגן קאָמוניזם אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס.