סוף־כּל־סוף, צום ערשטן מאָל אין אַ יובֿל, האָט מען אין דײַטשלאַנד זיך דערמאָנט וועגן די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן, וועלכע וווינען איצט אינעם דאָזיקן לאַנד. מ׳האָט זיך דערמאָנט וועגן זיי אין שײַכות מיט דער אויסשטעלונג, געווידמעט דעם לעבן פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדן, וועלכע האָט זיך געעפֿנט נאָך מיט צוויי חדשים צוריק, אין אָקטאָבער, אינעם בערלינער ייִדישן מוזיי.
בדרך־כּלל, האָבן אַקאַדעמישע און קולטורעלע קרײַזן אין דײַטשלאַנד דווקא ליב צו דערמאָנען ייִדן, אָבער בלויז די אַמאָליקע ייִדן, וועלכע פֿלעגן אַמאָל לעבן אין דער דײַטשיש־שפּראַכיקער וועלט, האָבן זי באַרימט געמאַכט מיט גרויסע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען, פּראָמינענטע ווערק פֿון ליטעראַטור, מוזיק, פֿילאָסאָפֿיע, טעאַטער, און שפּעטער... זענען זיי ערגעץ פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אַ סך מענטשן האַלטן, אַז די פּאָפּולאַריטעט פֿון ייִדישע טעמעס אין דער הײַנטיקער דײַטשישער קולטור איז פֿאַרבונדן מיט די דאָמינירנדיקע שטימונגען פֿון ליבעראַליזם און טאָלעראַנץ. צו דערמאָנען הײַנריך הײַנע, אַלבערט אײַנשטײַן, פּאַול ערליך, מאַקס רײַנהאַרד אָדער חנה אַרענדט איז טאַקע די בעסטע "סגולה" צו פֿאַרדינען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ ליבעראַלן מענטש מיט אַ ברייטער דעה.
איך בין, אָבער, זיכער, אַז דאָס איז נאָר איין סיבה פֿון אַזאַ פּאָפּולאַריטעט פֿון ייִדישע טעמעס. די צווייטע סיבה איז די באַנאַלע נאָסטאַלגיע: ווען די הײַנטיקע דײַטשן דערמאָנען די באַרימטע דײַטשישע ייִדן, בענקען זיי נאָך דער רומפֿולער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון זייער לאַנד, וואָס קען זיך הײַנט נישט געבן אַן עצה אָן אויסלענדער: די אַמעריקאַנער ווערן אײַנגעלאַדן אין דײַטשלאַנד צו אַרבעטן ווי פֿאַרוואַלטער, די יאַפּאַנער — ווי פֿידלער, די אינדיער — ווי פּראָגראַמיסטן.
אָבער, הגם אין דײַטשלאַנד האָט מען ליב צו דערמאָנען די "היסטאָרישע" ייִדן, זענען די הײַנטיקע "לעבעדיקע" ייִדן גאָר אַן אַנדער פּרשה. מע רעדט וועגן זיי ווי וועגן אַ טויטן: אָדער גוטס, אָדער גאָרנישט. צו דערמאָנען וועגן זיי עפּעס גוטס איז געוויינטלעך שווער, דערפֿאַר מײַדן די דײַטשן אויס די דאָזיקע טעמע אינגאַנצן. די קליינע קהילה פֿון רומענישע און פּוילישע ייִדן, וועלכע זענען אָנגעקומען קיין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה, האָט מען אײַנגעשלונגען, — הגם זיי האָבן נישט געגעבן דעם לאַנד קיין באַרימטע פּערזענלעכקייטן, קענען זיי כאָטש רעדן אויף דײַטש. צו דעם סאָוועטיש־ייִדישן המון, וועלכער איז אָנגעקומען אין די לעצטע יאָרן קיין דײַטשלאַנד, באַציִען זיך אַפֿילו די "פֿאַרביסענע" ליבעראַלן אָן קיין סימפּאַטיע. פֿונדעסטוועגן, אויסמײַדן זיי אינגאַנצן קען מען אויך נישט: אַזוי ווי די נײַע בערלינער אויסשטעלונג איז געווידמעט דעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן, האָט זי נישט געקענט זיך באַגיין אָן די נײַע "אָסט־יודען", וועלכע באַטרעפֿן פֿון 70 ביז 80 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם לאַנד. בפֿרט, ווען די אויסשטעלונג גופֿא איז בעצם אַן עטנאָגראַפֿישע, און באַשטייט פֿון אַמאַטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די עלטערע ייִדן אין מושבֿ־זקנימס, רביצינס, חתונות, מאָלצײַטן און אַנדערע "בילדער פֿונעם לעבן". אַחוץ די בילדער, זענען אויף דער אויסשטעלונג פֿאָרגעשטעלט די רעזולטאַטן פֿון אַן אינטערעסאַנטער און סתּירותדיקער פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט אינעם "מענדעלסאָן־צענטער" בײַם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט. צווישן אַנדערן, פֿאַרגלײַכט די פֿאָרשונג דעם מצבֿ פֿון די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן אין דײַטשלאַנד, אַמעריקע און ישׂראל.
די מחברים פֿון דער שטודיע האָבן מיט שטאָלץ באַמערקט, אַז די הײַנטיקע ייִדישע קהילה אין דײַטשלאַנד אין די דריט־גרעסטע אין אייראָפּע, נאָך ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך. אַחוץ דעם, ווערט דײַטשלאַנד געהאַלטן פֿאַר אַ באַליבט עמיגראַציע־אָרט צווישן די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. לויט דער שטודיע, האָט די צאָל געוועזענע סאָוועטישע ייִדן אין דײַטשלאַנד דערגרייכט 220 טויזנט מענטשן (אין אַמעריקע באַטרעפֿט זייער צאָל 350 טויזנט, און אין ישׂראל — אַרום אַ מיליאָן). אַ טייל אַנדערע פֿאָרשער רופֿן אָן אַ מער באַשיידענע ציפֿער — פֿון 190 ביז 200 טויזנט. מיט דער סטאַטיסטישער אינפֿאָרמאַציע, אָבער, לאָזט זיך אויס דער פּאָזיטיווער טייל פֿונעם באַריכט, און ס׳הייבט זיך אָן דער נעגאַטיווער. אין דײַטשלאַנד זענען 40 פּראָצענט סאָוועטישע ייִדן אַרבעטלאָז, אין פֿאַרגלײַך מיט 3 פּראָצענטן אין אַמעריקע און 10 אין ישׂראל — נאָענט צו דעם אַלגעמיינעם אַרבעטלאָזיקייט־ניוואָ אין די דאָזיקע צוויי לענדער. מע מוז אָבער באַמערקן, אַז 70 פּראָצענט אימיגראַנטן זענען פּענסיאָנערן; בסך־הכּל, לעבן 85 פּראָצענט געוועזענע סאָוועטישע ייִדן אין דײַטשלאַנד אויפֿן חשבון פֿון דער רעגירונג — אַן אוניקאַלער פֿאַל אין דער געשיכטע פֿון עמיגראַציע!
ווי אַזוי זשע דערקלערט דער באַריכט די הצלחה פֿון די פּאָסט־סאָוועטישע ייִדן אין אַמעריקע און ישׂראל, און זייער דורכפֿאַל אין דײַטשלאַנד? אין אַמעריקע, באַטאָנען די מחברים, איז פֿאַראַן אַן אַנטוויקלטע סיסטעם פֿון ייִדישע קהילות, פֿאַראיינען, קולטור־צענטערס און הילף־אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן שוין 120 יאָר דערפֿאַרונג פֿון אָננעמען און אינטעגרירן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ישׂראל האָט אַ בייגיקע סיסטעם פֿון אַרבעטס־באַזאָרגונג, וואָס דערלויבט די אָרטיקע אַרבעטער צו בײַטן זייערע שטעלעס און וווין־ערטער, כּדי צו געפֿינען דעם פּאַסיקן אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. דער שלימזל פֿון די ייִדן אין דײַטשלאַנד איז, לויט דער שטודיע, פֿאַרבונדן מיט ביוראָקראַטיע: דער אַרבעט־מאַרק האָט צופֿיל רעגולאַציעס; ס׳איז אוממעגלעך צו באַשטעטיקן די סאָוועטישע דיפּלאָמען און אַרבעט־סטאַזש; ס׳לוינט זיך נישט צו אַרבעטן פֿאַר קליינע שׂכירות, און אַזוי ווײַטער.
די דאָזיקע פֿאַקטאָרן זענען טאַקע וויכטיק, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז די הויפּט־סיבה פֿונעם אומדערפֿאָלג פֿון די סאָוועטישע ייִדן אין דײַטשלאַנד שטעקט אין דער מאָטיוואַציע, וואָס האָט זיי געבראַכט אינעם לאַנד. הגם דער מצבֿ אין ישׂראל און אַמעריקע איז אויך נישט קיין אידעאַלער, איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די אימיגראַנטן טראַכטן דאָרטן וועגן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער, גוטער קאַריערע, און זאָרגן זיך וועגן דער נאַציאָנאַלער אידענטיפֿיקאַציע און צוקונפֿט פֿון זייערע קינדער. סײַ אין ישׂראל, סײַ אין אַמעריקע, טרעפֿן זיך גענוג אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר פּאַטריאָטן פֿון זייער "נײַעם היימלאַנד", אָדער מענטשן, וואָס פֿילן דאַנקבאַרקייט צו זייער לאַנד און שטאָלצירן מיט דער נײַער בירגערשאַפֿט.
דײַטשלאַנד איז, אָבער, אַנדערש. פֿרעגט אַ געוועזענעם סאָוועטישן ייִד: "סוף־כּל־סוף, ווילט איר ווערן אַן עכטער דײַטש, אָדער אַז אײַערע קינדער זאָלן ווערן פֿולווערטיקע בירגער פֿון דײַטשלאַנד?". אַ סך אימיגראַנטן וועלן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַזאַ פֿראַגע איז רעלעוואַנט, אָדער וועלן אַפֿילו באַליידיקט ווערן, ווײַל זיי האָבן אימיגרירט נישט קיין דײַטשלאַנד, ווי אַ לאַנד, נאָר אין די אָרטיקע סאָציאַלע סטרוקטורן, וווּ זיי פֿילן זיך באַקוועם און גוט — דערווײַל...