װעלט פֿון ייִדיש
פֿון דאָבע רעסלער (באָסטאָן)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סי. קאַלעוויי ברוקס זינגט מיט דער קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע
דעם 29סטן אָקטאָבער, האָט די "קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע" מיטן קאַפּעלמײַסטער, ד״ר האַנקוס נעצקי בראָש, פּרעזענטירט אינעם באָסטאָנער "בערקלי פֿאָרשטעלונג־טעאַטער", אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם — "צונויפֿמיש: קלעזמער באַגעגנט סווינג" (Mixin' It Up: Klezmer Meets Swing). מיט די קלעזמאָרים האָט געזונגען סי. קאַלאָוויי ברוקס, אַן אייניקל פֿון קאַב קאַלאָוויי, אַ באַקאַנטער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער דזשעז־זינגער און דזשעז־אָרקעסטער־אָנפֿירער (1907—1994).