די וואָך איז אין ריגע, לעטלאַנד, פֿאָרגעקומען אַ צוויי־טאָגיקער סאָמיט פֿון "נאַטאָ". ווי עס גיבן איבער די אָרטיקע קאָרעספּאָנדענטן, לעבט שוין די שטאָט אַ געוויסע צײַט, ווי ס׳וואָלט, חלילה, אײַנגעפֿירט געוואָרן אַן אויסעראָרדנטלעכע לאַגע. עס זײַנען פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די זיכערהייט־מיטלען, געשלאָסן די צענטראַלע גאַסן, שאַרפֿצילערס האָבן זיך באַזעצט אויף די דעכער...
אַזאַ "נאַטאָ"־אַסיפֿה אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿארבאַנד, קומט פֿאָר צום ערשטן מאָל. לעטלאַנד איז געווען צווישן די ערשטע רעפּובליקן, וואָס איז אַרויס פֿון דער "פֿרײַוויליקער פֿאַראייניקונג" פֿון ברידערלעכע סאָוועטישע רעפּובליקן; און צווישן די ערשטע נײַ־געשאַפֿענע, אומאָפּהענגיקע מלוכות געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער צפֿון־אַטלאַנטישער מיליטערישער אַליאַנץ.
אין "נאַטאָ" רײַסן זיך אויך אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, אָבער קודם־כּל די, וועלכע געפֿינען זיך אין געוויסע סתּירות און מחלוקת מיטן איצטיקן רוסלאַנד, וואָס האָט געירשנט פֿון דער אונטערגעגאַנגענער אימפּעריע די אימפּערישע אַמביציעס. די איצטיקע פֿירער פֿון די נײַע לענדער באַטראַכטן זייער מיטגלידערשאַפֿט אין "נאַטאָ", ווי אַ שוץ־דאַך, וואָס קאָן זיי ראַטעווען פֿון רוסלאַנדס פּרוּוון זיי ווידער אומצוקערן אונטער זייער שטיפֿמוטערישן פֿליגל.
דווקא די דאָזיקע שטרעבונגען האַלטן אָפּ די ""נאַטאָ""־פֿירערשאַפֿט פֿון אָנשליסן זיי אין דער אַליאַנץ. מע וויל זיך נישט פֿאַרפֿירן מיט רוסלאַנד. אָבער דערווײַל, האַלט מען די מעגלעכע לענדער־קאַנדידאַטן אויף אַ קורץ קייטעלע; דאָס הייסט, אי מע נעמט זיי נישט אַרײַן, אי מע לאָזט זיי נישט אָפּ. די פֿירערשאַפֿט איז הײַנט מער באַזאָרג וועגן איר מצבֿ אין אַפֿגאַניסטאַן. אין זײַן רעדע פֿאַר דער דערעפֿענונג פֿונעם סאָמיט, האָט פּרעזידענט בוש אַרויסגעזאָגט זײַן אומצופֿרידנקייט מיט דעם, אַז אייניקע מיטגלידער פֿונעם מיליטערישן אַליאַנץ זוכן אויס אַ תּירוץ, כּדי נישט צו שיקן זייער מיליטער אין די מער סכּנותדיקע ערטער פֿון אַפֿגאַניסטאַן. לויט די אָנגאַבן, געהערן פֿון די 90 פּראָצענט דערהרגעטע און פֿאַרוווּנדעטע סאָלדאַטן פֿון "נאַטאָ" צו די מיליטער־לײַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד, קאַנאַדע און האָלאַנד.
ווער און מיט וואָס איז באַזאָרגט
ווי מיר זעען, האָט לעצטנס די וועלט זיך ווידער געכאַפּט אַרויסצוהעלפֿן צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אין די געדערעם פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד רײַפֿט אויס אַ נײַער פּלאַן, וואָס שליסט אין זיך אײַן דאָס באַשטימען אַן אייראָפּעיִשן מיליטערישן קאָנטינגענט אויף די שטחים פֿון עזה, ווי מ'האָט עס געטאָן אין דרום־לבֿנון; די אַמעריקאַנער, זוכנדיק אַ לייזונג צום קריזיס אין איראַק, באַטראַכטן שוין די מעגלעכקייט אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען מיט סיריע; די "יו־ען" זיצט אויך נישט ליידיק, ווען עס קומט צו ישׂראל. עס ווערט איצט צונויפֿגעקלאַפּט אַ קאָמיסיע, וואָס זאָל אויספֿאָרשן דעם טראַגישן אינצידענט אין בית־חנון.
דער ענגלישער פּרעמיער טאָני בלער קלײַבט זיך אין דעצעמבער צו באַזוכן דמשׂק, כּדי צוצורעדן דעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד אַרויסצוהעלפֿן אײַנשטעלן שלום אין איראַק. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער בריטישער פּרעמיער, ווי אַן עכטער דזשענטלמאַן, וועט קומען קיין דמשׂק נישט מיט ליידיקע הענט. ווי אַ מתּנה וועט ער ברענגען מיט זיך אַ צוזאָג, אַז ישׂראל וועט זיך צוריקציִען פֿון די גולן־הייכן. נאָך מער: ער וועט זיך ווענדן צו זײַן גוטן פֿרײַנד בוש, יענער זאָל "איבערצײַגן" די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג נאָכצוגעבן.
וואָס עס מיינט הײַנט פֿאַר ישׂראל זיך צוריקצוציִען פֿון די גולן־הייכן, איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, באַזונדערס, נאָך "כעזבאָלאַס" טאָג־טעגלעכע ראַקעטן־אַטאַקן אויף צפֿון־ישׂראל, בעת דער לעצטער מלחמה. שטעלט זיך די פֿראַגע: צי דען וועט אַמעריקע "אויסבײַטן" ישׂראל אויף סיריע, וואָס קיינער האָט זי נאָך נישט אויסגעמעקט פֿון דער "שוואַרצער רשימה", באַגלײַך מיט איראַן און צפֿון־קאָרעע?...
און אין דער זעלבער צײַט (ווי מע שרײַבט אין די אַוואַנטור־ראָמאַנען), דרייט איראַן ווײַטער איר צענטריפֿוגע־רעדעלעך, צו באַרײַכערן אוראַניום, לטובֿת דעם "פֿרידלעכן אַטאָם", ווי טעהעראַן האַלט אין איין טענהן; און עס הייבט אָן אַלץ מער און מער אויסצוזען, אַז חוץ ישׂראל, אַרט עס מער קיינעם נישט.