ייִדיש־וועלט
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הויפּט־רבֿ פֿון אוקראַיִנע בײַם בילד "נבֿיא" יעקבֿ בלײַך
אין ניו־יאָרק איז לעצטנס פֿאָרגעקומען, מיט גרויס דערפֿאָלג, אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג, וואָס איר גורל גופֿא איז ווערט באַשריבן צו ווערן. די בילדער פֿון דער עקספּאָזיציע האָבן 100 יאָר געהערט צו דער משפּחה פֿון יעקבֿ פּערעמען. פֿאַראַיאָרן איז אַ טייל פֿון זיי געווען אַרויסגעשטעלט צום פֿאַרקויף אויף "סאָטבי", און צום גליק, זיך פֿאַרקויפֿט ווי איין גאַנצקייט. געקויפֿט האָבן דעם טייל בילדער דרײַ גבֿירים פֿון קיִעוו, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ בשותּפֿותדיקן פֿאָנד און די געקויפֿטע בילדער איבערגעגעבן דעם מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט אין קיִעוו.
אין דער דערהויבענער געשיכטע איז פֿאָרט דאָ אַ ביטערער טראָפּן — די קינסטלערישע און היסטאָרישע ווערטן פֿון פּערעמענס קאָלעקציע איז אַזוי גרויס און דער אויפֿטו פֿון יעקבֿ פּערעמען גופֿא איז אַזוי אומשאַצלעך, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַראייביקן עס וואָלט געווען נישט איבערצוגעבן די בילדער אין אוקראַיִנע, נאָר צו געפֿינען פֿאַר זיי אַן אָרט אין אַ מוזיי פֿון ישׂראל.
ווער זשע איז ער געווען, דער ייִד יעקבֿ פּערעמען? אַן אָדעסער מעצענאַט, איז ער אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען אַן אַקטיווער טוער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין זײַן שטאָט. סוף 1919 האָט ער מיט נאָך אַ גרופּע מענטשן אָרגאַניזירט דאָס אָפּשיקן קיין פּאַלעסטינע 600 מענטשן אויף דער שיף "רוסלאַן". אויף דער זעלבער שיף זײַנען אויך אַרויסגעפֿירט געוואָרן איבער 200 בילדער, צייכענונגען, זײַן אַרכיוו און טויזנטער ביכער־בענד פֿון זײַן ביבליאָטעק. ס׳רובֿ פֿון זײַן בילדער־קאָלעקציע איז באַשטאַנען פֿון מאָלערײַ און גראַפֿיק, געשאַפֿן פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן, אומאָפּהענגיקע מאָלער, וואָס אַ קלענערן טייל פֿון זיי האָט מען געקאָנט זען אויף דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג.

קונסט
יוסף אָסטראָווסקי

ווייניק ווער וועט הײַנט פֿאַרחידושט ווערן פֿון דעם, וואָס אין אַ סינאַגאָגע קאָן דורכגעפֿירט ווערן אַן אויסשטעלונג פֿון אַ ייִדישן מאָלער. די סינאַגאָגעס, אָדער ווי מע רופֿט זיי אין אַמעריקע, "דזשויִש־סענטערס", זײַנען אויפֿגעהערט געוואָרן צו זײַן בלויז גײַסטלעכע ערטער, וווּ מע דאַוונט נאָר. אין אַ סך שילן פֿון ניו־יאָרק קומען פֿאָר געזעלשאַפֿטלעכע אַסיפֿות, קאָנצערטן און צו מאָל — אויך קינסטלערישע אויסשטעלונגען. אַזוי, למשל,

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים
אַבֿרהם רעכטמאַן פֿאַרשרײַבט די זכרונות פֿון זײַן זיידן, בראַילאָוו, אוקראַיִנע, 1914

במשך פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָר האָט מען אין פּעטערבורג זיך גענומען צו די רײַכע אוצרות פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און וואָלין, 1912 — 1914. אין די 1990ער און אין די לעצ­טע יאָרן זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אויס­שטעלונגען, צוזאַמענגעשטעלט קאַטאַלאָגן פֿון די זאַמלונגען, און מע רעדט אויך וועגן גרינדן אַן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, וווּ מע זאָל קענען אויסשטעלן אַ סך פֿון אַנ־סקיס מאַטע­ריאַלן.

קינאָ
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָלאַזש "טבֿיה דער מילכיקער" פֿון ליוסיע קאָטליאַר

איך בין זיכער, אַז יעדער אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע און בכלל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט באַזוכט לעצטנס די אויסשטעלונג אין Central Queens YM & YWHA, וווּ מע קאָן זען די קונסט־ווערק פֿון די מאָלער און סקולפּטאָרן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, — וועט באַלד אויסשרײַען: "ס‘איז דאָך מײַן שטעטעלע!"

קונסט
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט.