דער הויפּט־רבֿ פֿון אוקראַיִנע בײַם בילד "נבֿיא" יעקבֿ בלײַך |
אין דער דערהויבענער געשיכטע איז פֿאָרט דאָ אַ ביטערער טראָפּן — די קינסטלערישע און היסטאָרישע ווערטן פֿון פּערעמענס קאָלעקציע איז אַזוי גרויס און דער אויפֿטו פֿון יעקבֿ פּערעמען גופֿא איז אַזוי אומשאַצלעך, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַראייביקן עס וואָלט געווען נישט איבערצוגעבן די בילדער אין אוקראַיִנע, נאָר צו געפֿינען פֿאַר זיי אַן אָרט אין אַ מוזיי פֿון ישׂראל.
ווער זשע איז ער געווען, דער ייִד יעקבֿ פּערעמען? אַן אָדעסער מעצענאַט, איז ער אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען אַן אַקטיווער טוער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין זײַן שטאָט. סוף 1919 האָט ער מיט נאָך אַ גרופּע מענטשן אָרגאַניזירט דאָס אָפּשיקן קיין פּאַלעסטינע 600 מענטשן אויף דער שיף "רוסלאַן". אויף דער זעלבער שיף זײַנען אויך אַרויסגעפֿירט געוואָרן איבער 200 בילדער, צייכענונגען, זײַן אַרכיוו און טויזנטער ביכער־בענד פֿון זײַן ביבליאָטעק. ס׳רובֿ פֿון זײַן בילדער־קאָלעקציע איז באַשטאַנען פֿון מאָלערײַ און גראַפֿיק, געשאַפֿן פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן, אומאָפּהענגיקע מאָלער, וואָס אַ קלענערן טייל פֿון זיי האָט מען געקאָנט זען אויף דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג.
ווי אַזוי זשע האָט פּערעמען געשאַפֿן זײַן קאָלעקציע? ער און זײַן ווײַב האָבן געהאַלטן אין אָדעס אַ קראָם "קולטור" אויף דער פּרעאָבראַזשענסקי־גאַס, וואָס איז גיך געוואָרן אַ געזעלשאַפֿטלעכער צענטער פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. דאָרט פֿלעגן זיך טרעפֿן ייִדישע שרײַבער, דיכטער און קינסטלער. דאָס איז געווען די צײַט, ווען עס פֿלעגן פֿאָרקומען אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלערישע אויסשטעלונגען אינעם באַרימטן אָדעסער סאַלאָן פֿונעם סקולפּטאָר וולאַדימיר איזדעבסקי.
פּערעמען פֿלעגט כּסדר אַרויסהעלפֿן מאַטעריעל די יונגע מאָלער פֿון דער "אומאָפּהענגיקער געזעלשאַפֿט", און יעדעס מאָל, נאָך אַ נײַער אויסשטעלונג, האָט ער געקויפֿט בײַ זיי צו איין בילד. אַזוי האָט זיך געשאַפֿן זײַן קאָלעקציע פֿון אַ מאָדערניסטישער ריכטונג.
נישט געקוקט דערויף, וואָס פּערעמען פֿלעגט קויפֿן בילדער בײַ אַלע באַטייליקטע אין די אויסשטעלונגען, האָט ער אויך געהאַט זײַנע באַליבטע מאָלער. צו אַזאַ מאָלער האָט געהערט טעאָפֿיל פֿראַיערמאַן, וואָס אין 1918, נאָך זײַן אויסשטעלונג, האָט פּערעמען געקויפֿט אַלע זײַנע בילדער. ס׳רובֿ פֿון יענע בילדער זײַנען געווען אַרויסגעשטעלט לעצטנס אין ניו־יאָרק.
טעאָפֿיל פֿראַיערמאַן האָט זיך געלערנט אין אָדעס בײַם באַקאַנטן מאָלער קיריק קאָנסטאַנדי. דערנאָך פֿאָרגעזעצט זײַן לערע אין מינכן און פּאַריז, וווּ ער האָט אָפּגעוווינט אַכט יאָר; נאָך דעם געלעבט און געאַרבעט דרײַ יאָר אין לאָנדאָן. אין 1917 קערט ער זיך אום קיין אָדעס, וווּ ער ווערט אַ לערער פֿון מאָלערײַ, אַ סך געמאָלט אַליין און זיך אַרויסגעשטעלט אויף פֿאַרשידענע אויסשטעלונגען. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין די צײַטן פֿון די אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניעס, איז ער געבליבן אָן אַרבעט און באַזײַטיקט געוואָרן פֿון אַלע אויסשטעלונגען. גאָר אין גיכן נאָך זײַן טויט, אין 1957, איז אין קיִעוו פֿאָרגעקומען אַן אויסשטעלונג פֿון זײַן שאַפֿערישער ירושה. באַזונדערס האָט אויסגענומען די בילדער־סעריע "אינטעריער".
אַן אַנדער מאָלער־מאָדערניסט, אַמשיי נורענבערג. זײַנע בילדער פֿאַרכאַפּן דאָס אויג מיט אַ פֿאַראַלגעמיינערטער פֿאָרעם און דינאַמיזם פֿון געשעענישן. אין די בילדער פֿון מ. הערשפֿעלד און א. מאַליק, אַ. בערקאָוויטש און מ. פֿעפֿערקאָרן פֿילט זיך אַ ממשותדיקע השפּעה פֿונעם פּאַריזער אַוואַנגאַרד פֿון אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט; פֿון דעסטוועגן זײַנען זיי אָריגינעל און טראָגן אין זיך דעם ייִחוס פֿון די פֿריִערדיקע דורות אָדעסער מאָלער.
ס׳רובֿ בילדער אין דער אָדעסער קאָלעקציע פֿון יעקבֿ פּערעמען זײַנען געמאָלט פֿון ייִדישע מאָלער. קיין ספּעציעלן אָפּקלײַב, לויט דער נאַציאָנאַליטעט, האָט דער קאָלעקציאָנער אַוודאי נישט געמאַכט. אַזוי האָט זיך פּשוט אויספֿאָרמירט די שאַפֿערישע סבֿיבֿה פֿון אָדעס אין 20סטן יאָרהונדערט. די דאָזיקע דערשײַנונג איז, צום באַדויערן, נאָך ביז הײַנט נישט אויסגעפֿאָרשט. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אַזאַ מין אויפֿברויז פֿון שאַפֿערישער און געשעפֿטלעכער אַקטיווקייט קאָן נישט זײַן סתּם אַ צופֿעליקייט; עס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ קולטורעלער עוואָלוציע און אַ מין אויסבראָך פֿון אַן אָנגעזאַמלטער ענערגיע אינעם פֿאָלק. אָט די אוניקאַלע דערשײַנונג איז כאַראַקטעריסטיש נישט נאָר פֿאַר מאָלערײַ; ס׳איז אַ טענדענץ, וואָס האָט זיך דעמאָלט אַרויסגעוויזן סײַ אין ליטעראַטור און סײַ אין מוזיק.