יוסף אָסטראָווסקי |
ווייניק ווער וועט הײַנט פֿאַרחידושט ווערן פֿון דעם, וואָס אין אַ סינאַגאָגע קאָן דורכגעפֿירט ווערן אַן אויסשטעלונג פֿון אַ ייִדישן מאָלער. די סינאַגאָגעס, אָדער ווי מע רופֿט זיי אין אַמעריקע, "דזשויִש־סענטערס", זײַנען אויפֿגעהערט געוואָרן צו זײַן בלויז גײַסטלעכע ערטער, וווּ מע דאַוונט נאָר. אין אַ סך שילן פֿון ניו־יאָרק קומען פֿאָר געזעלשאַפֿטלעכע אַסיפֿות, קאָנצערטן און צו מאָל — אויך קינסטלערישע אויסשטעלונגען. אַזוי, למשל, זײַנען איצט אַרויסגעשטעלט די בילדער פֿונעם פּרעכטיקן מאָלער יוסף אָסטראָווסקי אינעם "ייִדישן צענטער" פֿון מאַנהעטן־ביטש, דרום־ברוקלין.
די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט דער מאָלער פֿאַרבראַכט אין ישׂראל. פֿאַרבליבן איז ער אָבער געטרײַ זײַן אָדעסער קינסטלערישער שול. ער האָט זיך געלערנט בײַ דער באַקאַנטער לערערין פֿון מאָלערײַ דינה פֿרומין, וואָס האָט אין איר לאַנג לעבן אַנטדעקט און דערצויגן אַ סך טאַלאַנטירטע קינסטלער. זי איז געשטאָרבן אין אָדעס אין דער עלטער פֿון 92 יאָר און איר בעסטער תּלמיד, יוסף אָסטראָווסקי — אין יאָר 1993, צו זײַנע 58 יאָר, פֿול מיט שאַפֿערישע פּלענער.
די העלדן פֿון זײַן "ייִדישן ציקל" זײַנען ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. זיי זײַנען אַלע אַוועק מיטן רויך פֿונעם חורבן, צוזאַמען מיט זייערע פֿאַרברענטע שטעטלעך. זיי האָבן געטראָגן אין זיך דעם אײַנגעבוירענעם ייִדישן גײַסט, געירשנט פֿון זייערע טאַטעס און זיידעס; און עס וויל זיך גלייבן, אַז מיר, וואָס גייען אָן ווײַטער, וועלן די פֿאַרבליבענע גײַסטיקע אוצרות נישט צעטרענצלען אין אונדזער זאַטער טאָג־טעגלעכקייט. וועגן דעם זאָגן עדות די בילדער פֿון יוסף אָסטראָווסקי. נישט אומזיסט ציִען זיי אַזוי צו צו זיך די באַזוכער פֿון זײַנע אויסשטעלונגען, דורכגעפֿירט ביז איצט אין אָדעס, דניעפּראָפּעטראָווסק, מאָסקווע, לאָנדאָן, ציריך, אַנטווערפּן, טאָקיאָ, און אין ניו־יאָרק.
נישט ווייניק מאָלערס האָבן אַרײַנגעפֿלאָכטן אין זייערע ווערק ייִדישע מאָטיוון. ס'רובֿ זײַנען זיי גענומען געוואָרן פֿונעם תּנ"ך. מע קאָן אויך זיך אָנטרעפֿן אויף כאַראַקטערישע ייִדישע שטעטל־טיפּן. פֿונדעסטוועגן, האָט די מאָלערס מער צוגעצויגן דער אַלגעמיינער קאָלאָריט פֿון אַ ייִדיש שטעטל. אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קונסט איז אָסטראָווסקי אפֿשר צווישן די געציילטע קינסטלערס, וואָס אין זייער שאַפֿונג האָט זיך אויף אַזאַ אויסדריקפֿולן אופֿן אַנטפּלעקט דווקא דאָס אינערלעכע, די נשמהדיקע איבערלעבענישן פֿונעם ייִדישן מענטש.
זײַן זעלטענער טאַלאַנט האָט זיך געפֿיטערט אויפֿן זאַפֿטיקן פֿעלד פֿון זײַנע קינדערישע אײַנדרוקן. אויפֿגעוואַקסן אינעם אוקראַיִנישן שטעטל שעפּעטאָווקע, האָט ער זיך פֿון קליינערהייט אָן צוגעהערט צו די ייִדישע מעשׂהלעך, פֿאַרזייט און פֿאַרשפּרייט אין די מקומות נאָך פֿון בעל־שם־טובֿס צײַטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז צום אַנטוויקלען זײַן טאַלאַנט האָט צוגעלייגט איר האַנט זײַן לערערין פֿרומין, אַליין דערצויגן אויף די ווערטן פֿון דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער קולטור. אין די 1960—1970ער יאָרן ווערט דער מאָלער פֿאַרכאַפּט מיטן אַוואַנגאַרדיסטישן "אַנדערגראַונד"־שטראָם.
דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג: "אָדעס — ירושלים", ווײַזט אָן אויף די צוויי שטעט, וווּ ס'רובֿ בילדער פֿונעם "ייִדישן ציקל" זײַנען געשאַפֿן געוואָרן. אָבער נישט נאָר; די שטעט האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע סײַ אינעם לעבן פֿון אָסטראָווסקי און סײַ אין זײַן שאַפֿערישן וווּקס. אין אָדעס האָט ער זיך געלערנט, זיך אָנגענומען שׂכל און מײַסטערשאַפֿט. דאָרט איז ער געוואָרן באַקאַנט און אַפֿילו פּאָפּולער. דאָרט האָבן אים געפּײַניקט די קווענקלענישן און זוכענישן פֿון זײַן אייגענעם קינסטלערישן אַני־מאמין. טאַקע דעמאָלט, אין יענע אָדעסער צײַטן, האָב איך זיך פּערזענלעך באַקאַנט מיט יוספֿן. ווי עס האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן, זײַנען מיר געוואַקסן אין איין ייִדישער סבֿיבֿה, ווײַל מײַן שטעטל, סטאַראָקאָנסטאַנטין ליגט בשכנות מיט זײַן שעפּעטאָווקע. אין איינעם פֿון אונדזערע שמועסן האָט ער מיר דערציילט וועגן זײַנע זוכענישן פֿון דער ייִדישער טעמע. אין יענע סאָוועטישע צײַטן בלויז צו טראַכטן וועגן אַזעלכע זאַכן, איז געווען סכּנותדיק.
יוסף אָסטראָווסקי האָט אַוודאי פֿאַרשטאַנען, אַז זײַנע "ייִדישע" בילדער האָבן אין זײַן סאָוועטישער היים קיין שום צוקונפֿט נישט; זיי וועלן קיין מאָל נישט אַרויסגעשטעלט ווערן אין די סאָוועטישע גאַלעריעס. אָבער נישט אים האָט עס געקאָנט אָפּשטעלן. ער האָט געמאָלט און געשאַפֿן דאָס פֿאַרטראַכטע און אויסגעווייטיקטע. די ייִדישע טעמע האָט געפֿאָדערט פֿונעם קינסטלער נײַע אויסדרוקמיטלען, אַן אַנדער קאָלאָריט און סטיל, וואָס הײַנט האָט ער שוין נישט ווייניק נאָכפֿאָלגער און נאָכמאַכער.
קוקנדיק אויף זײַנע בילדער, טראַכט יעדער איינער וועגן זײַנע אייגענע פֿאַרלוירענע שטעטלעך און וועלטן. זײַנע ייִדישע געשטאַלטן וועקן דערמאָנונגען און רופֿן זיך צו פֿאַרטראַכטן וועגן אונדזער מאָרגן.