‫פֿון רעדאַקציע

מיר ווייסן נישט, צי אין אַראַביש אָדער אין עבֿרית איז דאָ אַזאַ ווערטל, אָבער אין ייִדיש קלינגט עס אַזוי: "די שטוב ברענט, און דער זייגער גייט". בערך אַזוי קאָן מען אָפּשאַצן דעם מצבֿ הײַנט אין ישׂראל, ווען סײַ די ישׂראלים, אויף זייער אופֿן, און סײַ דער פּאַלעסטינער "כאַמאַס", ווי זיי קענען, גייען ווײַטער אָן מיט די מיליטערישע אַקציעס איינער קעגן דעם אַנדערן; אָבער אין דער זעלבער צײַט, אין עגיפּטן, פֿירן ביידע צדדים פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ פֿײַער־איבעררײַס און שליסן סוף־כּל־סוף אַן אָפּמאַך, וואָס וועט זיך אָנהייבן דעם 19טן יוני, 6 אַזייגער אינדערפֿרי.

‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנט­וויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט גע­וואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ישׂראל געהערט צו די לענדער אויף דער וועלט וואָס האָט נישט קיין געשריבענע קאָנסטיטוציע; אָבער זי ווערט אָנגעפֿירט קאָנסטיטוציאָנעל פֿונעם ערשטן טאָג אָן זינט איר אַנטשטייונג. דער ערשטער דאָקו­מענט ווײַזט פֿאַקטיש אָן דעם וועג צו רע­גירן אין ישׂראל, איז ישׂראלס “מגילת־העצמאות", די אומאָפּהענגיקייט־פּראָקלאַמי­רונג פֿון 14טן מײַ 1948.

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַם שטיין פֿון מײַן עלטער־זיידן,יונה (בן חיים) פֿישבאַך ז״ל

געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
בײַם ברעג פֿון נעסטער אין טאָל
אײַנגעוויקט אין חלומות
געווען אַזאַ שטעטל אַמאָל
("געווען אַמאָל איז אַ שטעטל" פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן)


ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זווי­ניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך זיך אינטערעסירט מיט אַ ייִדישן שרײַבער, וועגן וועלכן מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זייער ווייניק אינפֿאָרמאַציע. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך זיך דערפֿרייט, ווען אין אינטערנעץ איז אויסגעשוווּמען דער נאָמען פֿונעם שרײַבערס זון, אַן אַמעריקאַנער קינסטלער. אָבער קיין סך נחת האָט מיר דער קאָנטאַקט ניט געבראַכט — דער שרײַבער האָט זיך געגט מיטן קינסטלערס מוטער, ווען יענער איז נאָך געווען אַ קליין קינד, אַזוי אַז קיין צוגאָב-אינפֿאָרמאַציע האָב איך ניט באַקומען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צען פֿון די צוועלף מרגלים, וואָס משה-רבינו האָט גע­שיקט אויסצושפּירן ארץ-כּנען, האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ שלעכטער בשׂורה, אַז דאָס לאַנד, וווּהין משה האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק, איז צו סכּנותדיק. די ייִדן, האָבן געמאָלדן די מרגלים, קענען נישט באַזיגן די אָרטיקע אײַנוווינער; די ייִדן האָבן זיך אַנטוישט אין ארץ-ישׂראל, און זענען באַשטראָפֿט געוואָרן צו וואַנדערן פֿערציק יאָר אין מידבר.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים
אַבֿרהם רעכטמאַן פֿאַרשרײַבט די זכרונות פֿון זײַן זיידן, בראַילאָוו, אוקראַיִנע, 1914

במשך פֿון די לעצטע פֿופֿצן יאָר האָט מען אין פּעטערבורג זיך גענומען צו די רײַכע אוצרות פֿון ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע און וואָלין, 1912 — 1914. אין די 1990ער און אין די לעצ­טע יאָרן זענען אָרגאַניזירט געוואָרן אויס­שטעלונגען, צוזאַמענגעשטעלט קאַטאַלאָגן פֿון די זאַמלונגען, און מע רעדט אויך וועגן גרינדן אַן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, וווּ מע זאָל קענען אויסשטעלן אַ סך פֿון אַנ־סקיס מאַטע­ריאַלן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גריגאָרי פּאַטושינסקי

ס. פּ. זוויאַגין, "די פּאַטושינסקיס׃ דאָס ייִדנטום פֿון מיזרח־סיביר אונטער די באַדינגונגען פֿון סאָציאַלע איבערקערענישן אין ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט", קראַסנאָיאַרסק, 2007.


"ייִדן אין סיביר און אויף ווײַטן מיזרח׃ געשיכטע און הײַנטצײַטיקייט", מאַטעריאַלן פֿון דער אַכטער וויסנשאַפֿטלעכער פּראַקטישער קאָנפֿערענץ. קראַסנאָיאַרסק, 2007.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן

ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקו­מען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּי­לעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך וויל ניט מאַכט קיין אָנשטעל, אַז איך טראַכט די גאַנצע צײַט וועגן דער געשיכטע פֿון סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿי­שער איבערקערעניש און שרײַב דערפֿאַר וועגן דעם די דאָזיקע נאָטיצן. הגם איך האָב עס אַ מאָל געפֿאָרשט און באַשריבן, קוק איך שוין לאַנג ניט אין יענער זײַט. אָבער צוויי אַנומלטיקע געשעענישן האָבן מיר דערמאָנט וועגן דעם דאָזיקן ענין.

קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דוד וואָלאָך, דער רעזשיסאָר פֿונעם פֿילם

דער פֿילם הייסט "מײַן טאַטע — מײַן גאָט" (My Father My Lord) מיט אַסי דיין אין דער הויפּט־ראָלע. ס'האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז מיר האָבן געקענט נאָענט אַסין ווען מיר האָבן געלעבט אין מדינת־ישׂראל. דאָרט האָט זיך מײַן מענדל פֿאַרנומען נישט נאָר מיט וואָלונטיר־אַרבעט אין משׂרד־החינוך (די אָפּטיילונג פֿאַר דערציִונג), געטאָן קאָמפּיוטער־ און סטאַטיסטישע אַרבעט פֿאַר זיי, נאָר ער האָט אויך געמאַכט דרײַ פֿילמען אין ישׂראל מיט אַסין. דיינס זון איז דעמאָלט געווען אַ שיינער, יונגער־מאַן אין די פֿריִע דרײַסיקער.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשור­נאַל "Science" איבערגעגעבן, אַז די וויסנ­שאַפֿטלער בײַם ירושלמער "פֿאָרש-צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין אויפֿן נאָמען פֿון לויִס באָריק" האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוציִען אַ טייטלבוים פֿון אַן אוראַלטן קערן, געפֿונען אין די רויִנען פֿון דער באַרימטער פֿעסטונג מצדה. די פֿאָרשער האָבן באַשטימט, אַז דאָס קערנדל איז געווען 2,000 יאָר אַלט. ביז הײַנט האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן אַזאַ אַלט געוויקס.