ווי אַ קינד, האָב איך יעדע וואָך באַקומען 50 סענט פֿון טאַטע־מאַמען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס געלט האָב איך נישט געטאָרט פּטרן אויף צוקערלעך אָדער שפּילעכלעך, נאָר באַהאַלטן עס אין מײַן "שפּאָרבאַנק". בײַ 12 יאָר האָב איך געעפֿנט מײַן ערשטע באַנקקאָנטע, וווּ דאָס קניפּל האָט געזאַמלט פּראָצענט אויך.
דאָס וואָכנגעלט איז געווען מײַן מאַמעס אײַנפֿאַל. דערצויגן בעת די דעפּרעסיע־יאָרן אין אַמעריקע, האָט זי זיך גוט אויסגעלערנט ווי נייטיק ס׳איז אַרויסצוקוועטשן יעדע פּעני. בלעטערנדיק די נעכטיקע צײַטונגען, פֿלעג זי אויסשנײַדן די שפּײַזקופּאָנען, וואָס האָבן מיט גרויסהאַנטיקע פֿאַרביקע אותיות אויסגעשריגן: "אויף 50 סענט ווייניקער!" אָדער "אויף 25% ווייניקער!". זי האָט זיי אַלע געהאַלטן אין אַ קאָנווערט, און מיטגעבראַכט יעדעס מאָל, ווען זי איז געגאַנגען אײַנקויפֿן, כּדי אײַנצופּאַקן אַ מציאה.
ווען מיר האָבן געדאַרפֿט קויפֿן קליידער פֿאַרן נײַעם שול־יאָר, אָדער באָד־קאָסטיומען פֿאַרן זומער, האָט זי אונדז געפֿירט אין "אַלעקסאַנדערס בייסמענט" — דער אונטערשטער שטאָק פֿונעם "אַלעקסאַנדערס" כּל־בו־געשעפֿט, וווּ אַלץ האָט געקאָסט זייער וואָלוול.
הגם איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דער מאַמעס צוגאַנג איז אַ שׂכלדיקער, פֿלעג איך מיט בענקשאַפֿט נאָכקוקן די טײַערע מאָדישע קליידער פֿון מײַנע חבֿרטעס אין שול און אין זומער־לאַגער. זיי האָבן זייערע בגדים זיכער געקויפֿט אין די העכערע גאָרנס פֿון "אַלעקסאַנדערס" אָדער אַפֿילו אין "בלומינגדיילס" — ערטער, וואָס זענען מיר געווען אַזוי פֿרעמד ווי, להבֿדיל, אַ ניטלבוים.
לכתּחילה האָב איך טאַקע געמיינט, אַז דאָס שפּאָרן געלט איז אַ ייִדישע זאַך, און דאָס פֿאַרשווענדן עס — אַ גויִישע; אָבער מיט דער צײַט האָב איך אײַנגעזען, אַז אַנדערע ייִדישע מיידלעך פֿון היימען ענלעך צו מײַנע, האָט מען מיט זיי נישט געדברט וועגן שפּאָרן געלט ווי בײַ אונדז. מײַן שוועסטער גיטל האָט מיר דערציילט ווי זי איז איין מאָל געגאַנגען מיט איר חבֿרטע קויפֿן שיך, און ווען יענע האָט צוגעמאָסטן אַ פּאָר, און גיטל האָט באַמערקט ווי טײַער זיי זענען, האָט די חבֿרטע דערקלערט, אויף ייִדיש: "די מאַמע זאָגט, אַז אויף שיך דאַרף מען נישט זשאַלעווען."
אַן ענלעכע זאַך איז געטראָפֿן מיט מײַן חבֿרטע, וואָס אירע עלטערן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. זי האָט מיך געבעטן באַגלייטן זי אין שיכגעשעפֿט, צו העלפֿן איר געפֿינען אַ פּאָר שיינע שטיוול מיט הויכע אָפּצאַסן. צוליב דעם וואָס זי איז דעמאָלט געווען אָן אַרבעט, האָב איך אָנגעוויזן אויף אַ טישל, וווּ עס זענען געשטאַנען עטלעכע שיינע פּאָר שטיוול, וואָס מע האָט געהאַט רעדוצירט פֿון $99 אויף $69. זי האָט געשאָקלט מיטן קאָפּ און געזוכט ווײַטער. ווען זי האָט, נאָך אַ דרײַ־פֿערטל שעה, סוף־כּל־סוף, באַשלאָסן וואָס צו קויפֿן, האָט דער פּרײַז מיך געלאָזט ממש אָן לשון. $225! (און דאָס איז געווען בערך אין 1980, ווען די פּרײַזן זענען געווען אַ סך נידעריקער פֿון הײַנט.) ווען איך האָב זי געפֿרעגט: "אָבער ווי אַזוי וועסטו באַצאָלן?", איז איר ענטפֿער געווען: "איך האָב אַ קרעדיט־קאַרטל."
כ׳האָב די וואָך געלייענט זייער אַן אינטערעסאַנטן עסיי, "A Nation in Debt" (אַ לאַנד פֿאַרשולדיקט אין חובֿות), פּובליקירט אינעם אָנגעזעענעם זשורנאַל The American Interest, וווּ די מחברטע, באַרבאַראַ דאַפֿאָו ווײַטהעד, שרײַבט, אַז די הצלחה פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן במשך פֿון אירע ערשטע 200 יאָר איז געווען, צום גרויסן טייל, ווײַל די אַמעריקאַנער האָבן צוגעשטעלט אַ מאָראַלישע ווערט צום ענין, שפּאָרעוודיקייט. בענדזשאַמין פֿרענקלין, איינער פֿון די גרינדער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט תּמיד געפּריידיקט, אַז אַ מענטש מוז שווער אַרבעטן, אויסמײַדן לוקסוסן און אָפּהיטן זײַן קניפּל.
ווי מע האָט געזען גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, שרײַבט ווײַטהעד, האָבן אַלע בירגער פֿאַרשטאַנען, אַז ווען יעדער איינער וועט שפּאָרן זײַן געלט, וועט די גאַנצע געזעלשאַפֿט געניסן פֿון אַ וואַקסנדיקער מזל־ברכה. דאָס איז געווען אַ צײַט, ווען כּמעט אַלע אַמעריקאַנער האָבן געהאַט צוטריט צו אינסטיטוציעס וואָס האָבן זיי געהאָלפֿן אַנטוויקלען אַ קניפּל: די אָרטיקע שפּאָרבענק, קרעדיט־יוניאָנס, שפּאָר־אָבליגאַציעס (savings bonds) און שפּאָרפּלענער, געשטיצט פֿון די אַרבעטער־יוניאָנס.
די אַלע אינסטיטוציעס האָבן באַגרענעצט ווי גרויס אַ חובֿ דער קונה מעג אָנהאַלטן. די מענטשן, וועלכע האָבן געוואָלט קויפֿן אַ הויז, האָבן געמוזט צו ערשט, זאַמלען געלט, זיך אָנגעבן אין אַן אָרטיקן באַנק, דאָקומענטירן זייער קרעדיט־ווערט און געוויינטלעך אַוועקלייגן אַן אַדרויף פֿון 20%.
די לאָטערייען (וואָס געוויסע מענטשן רופֿן "אַ שטײַער פֿון טיפּשות") זענען דעמאָלט געווען אומלעגאַל, און עס זענען געווען זייער שטרענגע געזעצן קעגן רעכענען אַ צו־הויכן צינדזנקורס. די חשובֿע באָרג־אינסטיטוציעס, ווי בענק, פֿלעגן זיך געפֿינען אין צענטער שטאָט, בעת די loan shark אינסטיטוציעס — די וועלכע פֿלעגן לײַען אומפֿאַרזיכערט געלט אויף אַ הויכן פּראָצענט (און וועלכע זענען אָפֿט מאָל געווען פֿאַרבונדן מיט דער מאַפֿיאַ) — האָבן זיך גיכער געפֿונען אין אַ זײַטיק געסל.
די הײַנטיקע אַמעריקאַנער אונטער 40 יאָר קענען בלויז לייענען וועגן אַזאַ רעאַליטעט אין ביכער. יענע תּקופֿה זעט אַפֿילו אויס נאַיִוו און קליין־שטעטלדיק. "פֿאַר וואָס זאָל איך זיך נישט פֿאַרגינען אַ שיין הויז אָדער אויטאָ אַזוי ווי מײַן שכן?" טראַכט מען. מע האָט נישט קיין געדולד צו וואַרטן. באָרגט מען געלט בײַ אַפֿילו די נישט־פֿאַרלאָזלעכע בעלי־הלוואות, און דערפֿאַר האָט זיך אַמעריקע איצט אַרײַנגעגליטשט אין אַזאַ טיפֿער בלאָטע.
די אַמאָליקע אינסטיטוציעס וואָס האָבן באַראַטן מענטשן ווי צו שפּאָרן זייער געלט זענען נאָך אַלץ דאָ, אָבער די איראָניע איז, אַז הײַנט אַרבעטן זיי בדרך־כּלל מיטן "אינוועסטאָרן־קלאַס" — די פֿאַרמעגלעכע אַמעריקאַנער, וואָס זוכן אופֿנים ווי צו אינוועסטירן זייער פֿאַרמעגן און אײַנצושפּאָרן אויף פּענסיע. דערווײַל זענען די וואָס האָבן ווייניק געלט — דער "לאָטעריי־קלאַס" — די וואָס וואָלטן צום מערסטן געדאַרפֿט זיך לערנען ווי צו שפּאָרן זייער הכנסה, געוואָרן אַ גרינגער צילברעט פֿאַר די "רויב־קרעדיטאָרן". "צענדליקער מיליאָנען אַרבעטער וואָס וואָלטן אין אַן אַנדער תּקופֿה געוואָרן אַ קלאַס פֿון אײַנשפּאָרער און אינוועסטירער, ווערן הײַנט אײַנגעזונקען אין אַ וואַקסנדיקער באַפֿעלקערונג פֿון בעלי־חובֿות און אַזאַרטשפּילער," שרײַבט ווײַטהעד.
כּדי צו לייזן די פּראָבלעם, האָבן 62 אַקאַדעמיקער לעצטנס אונטערגעשריבן אַ באַריכט, רופֿנדיק ווידער צו פֿאַרשפּרייטן די וויכטיקייט פֿון שפּאָרעוודיקייט. דער באַריכט לייגט פֿאָר אַ צאָל רעקאָמענדאַציעס: פֿונדאַציעס און קלויסטערס זאָלן אַרויסהעלפֿן די אָרעמע און דעם מיטעלן קלאַס, דורך לײַען זיי געלט מיט זייער קלאָרע באַגרענעצונגען; עפֿנטלעכע און פּריוואַטע אָרגאַניזאַציעס זאָלן באַזאָרגן די אַרבעטער מיט צוטריט צו פּראָפֿעסיאָנעלע פֿינאַנץ־באַראַטער; מע דאַרף פֿאַרשטאַרקן די געזעצן קעגן וואָכער (usury); קאָלעדזשן זאָלן רעדוצירן דאָס רעקלאַמירן קרעדיט־קאַרטלעך אויפֿן קאַמפּוס; און מע זאָל מוטיקן קינדער צו עפֿענען אַ שפּאָרקאָנטע בײַ אַ יונגן עלטער.
די שטאַט־לאָטעריי, וואָס איז הײַנט געוואָרן אַן עכטע אַמעריקאַנער אינסטיטוציע, איז דווקא דער פֿאַרשפּרייטסטער בלוט־צאַפּער בײַ די אָרעמע לײַט, וואָס גיבן אויס בערך 5% פֿון זייער הכנסה אויף די בילעטן. ס׳איז אָבער שטאַרק פּאָפּולער סײַ בײַ די פּאָליטיקער, סײַ בײַם ברייטן עולם, און דערפֿאַר וועט מען עס נישט קאָנען פֿאַרווערן. דער באַריכט לייגט אָבער יאָ פֿאָר, אַז בײַ יעדער קראָם וווּ מע פֿאַרקויפֿט די לאָטעריי־בילעטן, זאָל דער קונה אויך קאָנען קויפֿן "שפּאָר־בילעטן". ווי אַ רעזולטאַט וועט אַן אינסטיטוציע, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר פֿאַרוואַנדלען מענטשן אין אַזאַרטשפּילער, גלײַכצײַטיק פֿיגורירן ווי אַ מיטל צו ווערן אײַנשפּאָרער.
איך וויל צוגעבן נאָך אַ רעקאָמענדאַציע: אין די לעצטע יאָרן איז אונדזער געזעלשאַפֿט געוואָרן אַ סך מער באַוווּסטזיניק וועגן נישט אַרויסוואַרפֿן פּלאַסטישע פֿלעשער און מעטאַלענע פּושקעס. לאָמיר אַרויסווײַזן די זעלבע זאָרג וועגן נישט אַרויסוואַרפֿן געלט. זאָל מען פֿאָדערן פֿון די שולן צו לערנען די תּלמידים וועגן די מעלות פֿון שפּאָרעוודיקייט, ווײַל דאָס איז אַ לימוד וואָס וועט פּונקט אַזוי צו נוץ קומען די תּלמידים, ווי דאָס לערנען זיך לייענען און מאַטעמאַטיק.
צוריקגערעדט, אפֿשר זאָל מען אַזאַ קלאַס אײַנפֿירן אויך פֿאַר די עלטערן.