- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש. איבערן גאַנצן לאַנד באַזוכן דעם דאָזיקן יריד יונג און אַלט, פֿון אַלע שיכטן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, וועלכע ווײַזן אַרויס אַ גרויס אינטערעס אין די אויסגעשטעלטע ביכער אויף די דעקאָרירטע שטעלן, זיי קויפֿן אײַן ביכער פֿאַר אַ רעדוצירטן פּרײַז לכּבֿוד דעם יריד. אומעטום איז די שטימונג אַ פֿײַערלעכע. עס איז ממש אַ יום־טובֿ פֿון בוך, ווי עס פּאַסט פֿאַרן “עם־הספֿר" — דעם פֿאָלק פֿון בוך. יעדעס יאָר פֿאַרברענג איך שעהען־לאַנג אויף דעם דאָזיקן יריד. איך וואַנדער פֿון איין טיש צום אַנדערן און באַוווּנדער די שפֿע־גערעטעניש פֿון די ישׂראל־פֿאַרלאַגן. מײַנע אויגן קענען זיך ניט אָנזעטיקן מיט די הונדערטער נײַע אויסגאַבעס, מיט די צאָלרײַכע שאַפֿונגען פֿון אַלע זשאַנערס פֿון דער ליטעראַטור און געדרוקטן וואָרט: בעלעטריסטיק, פֿאָלקלאָר, פּראָזע, פּאָעזיע קלאַסישע און מאָדערנע ראָמאַנען פֿון העברעיִשע שרײַבער און שאַפֿונגען פֿון דער וועלט־ליטעראַטור אין העברעיִשער איבערזעצונג. אין ישׂראל איז שטאַרק אַנטוויקלט דער פֿאַרלאַג־וועזן פֿון דעם רעליגיעזן סעקטאָר. אַ גרויסע צאָל פֿון רבנישע ספֿרים פֿון פֿאַרשיידענעם כאַראַקטער דערשײַנען אין האַרטע טאָוולען, באַצירט מיט גאָלדענע, קידוש־לבֿנה־אותיות, וואָס ציִען צו מאַסן קויפֿער מיט זייער אויסערלעכן אויסזען... עס דערשײַנען צענדליקער ביכער אין אַנדערע שפּראַכן אין אָריגינאַל און איבערזעצונג אין עבֿרית. אַנטאָלאָגיעס, געשיכטע־ביכער, געדענק־ און מעמואַרן־ביכער, אַ גאָר גרויסע צאָל קינדער־ביכער פֿאַר יעדן עלטער. און דער “קאָמפּאָט" — קאָכביכער מיט הונדערטער אַלטע און נײַע רעצעפּטן פֿון מאכלים און פּאָטראַוועס פֿון דער “אַלטער היים" און פֿון עקזאָטישע לענדער פֿון גאָר דער וועלט... און דאָך, אין דער דאָזיקער יום־טובֿדיקער שטימונג, איז מײַן “כּוס פֿון פֿרייד" ניט געווען פֿול... עס האָט מיך אַרומגענומען אַ געפֿיל פֿון צער און פֿאַרדראָס, וואָס צווישן די טויזנטער קאָלירפֿולע, אַטראַקטיווע טאָוולען פֿון די אויסגעשטעלטע ביכער אויף די שטעלן, האָב איך ניט געפֿונען קיין איין ייִדיש־בוך, קיין איין שאַפֿונג אויף מײַן “מאַמע־לשון". עס זענען געווען ביכער אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, וואָס זענען אויף אַ ייִדישער טעמע, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור און ייִדישער געשיכטע. אָבער ניט קיין ביכער אין דער ייִדישער שפּראַך! איך האָב געפֿונען עטלעכע ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער, ווי י. באַשעוויס־זינגער, שלום־עליכם, אונדזער יאָסל בירשטיין, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין עבֿרית. אָבער ניט פֿון די ייִדיש־שרײַבער וואָס האָבן געשאַפֿן און שאַפֿן נאָך אַלץ אין ישׂראל, אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער אין דער ייִדישער תּפֿוצה. איך האָב זיך דערמאָנט אָן יענע יאָרן, ווען דער "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש" האָט נאָך עקזיסטירט אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יצחק קאָרן ז״ל, וועלכער האָט זיך באַמיט זייער שטאַרק, אַז אויף דער ביכער־יריד אין די גרויסע שטעט אין ישׂראל, ווי ירושלים, תּל־אָבֿיבֿ, חיפֿה א"אַ זאָל אומבאַדינגט זײַן אַ ביכער־שטעל מיט ייִדישע ביכער. איך געדענק, אַז עס זענען דאַן געווען אויך קונדן פֿון אַ ייִדיש־בוך... יצחק קאָרן ז״ל האָט זיך דאַן אײַנגעעקשנט, אַז עס איז ניט וויכטיק וויפֿל ביכער עס ווערן פֿאַרקויפֿט אין דעם ביכער־יריד. דאָס וויכטיקסטע איז געווען, צו דעמאָנסטרירן, אַז מיר זענען נאָך דאָ מיט דער ייִדישער שפּראַך, אַז אנחנו כּאן! מיר זענען נאָך דאָ! אַז ייִדיש לעבט נאָך און ייִדישע שרײַבער פּובליקירן נאָך אַלץ זייערע שאַפֿונגען סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות.
* * * בײַ אונדז ייִדן איז אַ בוך, אַ ספֿר, תּמיד געווען מער ווי אַ חפֿץ, וואָס מען קויפֿט זיך אײַן, און מען שטעלט עס אַוועק אויף דער פּאָליצע, אין אַ בכּבֿודיקן אָרט. דער “אָרון הספֿרים" — דער ביכערשראַנק איז שטענדיק געווען אין צענטער פֿון דער דירה, אין סאַלאָן. מען האָט זיך תּמיד געגרויסט צו האָבן אַ פֿולן ביכערשראַנק מיט וויכטיקע רעליגיעזע ספֿרים. מען האָט זיך ניט געשעמט אַוועקצושטעלן דערנעבן אויך ביכער פֿון דער העברעיִשער, קלאַסישער ליטעראַטור. אַ געלערנטער ייִד, אַ תּלמיד־חכם, אויך סתּם אַ באַלעבאַטישער ייִד, וועלכער איז געווען פֿאַריאָגט און פֿאַרהאַוועט אין מיטן דער וואָך מיט דאגות־פּרנסה, גידול־בנים און בנות און אַנדערע זאָרגן, פֿלעגט פֿון דעסטוועגן אַרײַנקוקן אין אַ ספֿר, אָדער אַרײַנכאַפּן אַ בליק אין אַ בוך, זיך דערקוויקן מיט אַ שיינער באַשרײַבונג, מיט אַ בילדערישער שילדערונג, געניסן פֿון אַ קלוג ווערטל, און אויב די צײַט האָט דערלויבט, אַפֿילו איבערלייענען און הנאה האָבן פֿון דער גאַנצער סיפּור־המעשׂה. די טאָוולען פֿלעגט מען אײַנוויקלען מיט צערטלעכע פֿינגער אין אַ שיין, קאָלירט פּאַפּיר, און אויב אַזאַ איז ניט געווען בנימצא, כאָטש אין אַ צײַטנג־פּאַפּיר... עס איז ממש געווען אַ זינד פֿאַרבייגן אַ ווינקל פֿון אַ זײַטל פֿון בוך, אויבן אָדער אונטן. מען האָט זיך געהאָלפֿן מיט אַ שטיקל פּאַפּיר, אָדער מיט אַן אַנדער בוך־סימן “וווּ מען האַלט", אָדער וווּ מען האָט זיך “אָפּגעשטעלט" אין לייענען. אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע פֿון פֿאַרן חורבן איז די ייִדישע ביבליאָטעק געווען דער קוואַל פֿון וועלכן אַ יוגנטלעכער און אַ דערוואַקסענער האָבן געצויגן זייער אַלגעמיין־וויסן. בחורים און מיידלעך פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען און גרופּירונגען, פֿלעגן דאָרטן באַפֿרידיקן זייער דאָרשטיקע, גײַסטיקע באַדערפֿענישן און גלוסטן... עס זענען געווען פּראָזאַיִקער און פּאָעטן, דענקער און זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן געשריבן, עס זענען דאַן געווען מאַסן ייִדישע לייענער, וועלכע האָבן געלייענט זייערע שאַפֿונגען... ליידער, ליידער, די טרויעריקע יאָרן פֿון חורבן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, האָבן ראַדיקאַל אויך געענדערט דעם מצבֿ פֿון ייִדישן בוך אין אונדזער צײַט. נאָך דער מלחמה האָט אַ הײַפֿל לעבן־געבליבענע שרײַבער זיך באַמיט מיט זייערע שוואַכע כּוחות ממשיך זײַן זייער שעפֿערישקייט אין דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר די, וועלכע האָבן געלעכצט נאָך אַ ייִדיש־וואָרט. עס זענען אויפֿגעקומען עטלעכע ייִדישע פֿאַרלאַגן אין אַמעריקע, אַרגענטינע, פּוילן, פֿראַנקרײַך, אין דער נײַ־אויפֿגעקומענער ייִדישער מדינה, און אויך אין דעם נאָך־מלחמהדיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין וועלכע עס זענען דערשינען ייִדישע שאַפֿונגען, פּעריאָדישע אויסגאַבעס און זשורנאַלן, וואָס האָבן אָנגעהאַלטן די מערכה פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין אונדזער צײַט. דער ביאָלאָגישער פּראָצעס און די דעמאָגראַפֿישע, סאָציאַלע אַנטוויקלונגען האָבן כּסדר, אָן אויפֿהער, אומברחמנותדיק, געשניטן די רייען און פֿאַרקלענערט מיט יעדן יאָר די צאָל ייִדישע פּענמענטשן, און צו גלײַך אויך די צאָל ייִדיש־לייענער איבער דער וועלט. עס זענען געבליבן ווייניק ייִדיש־לייענער, וועלכע זענען גרייט צו קויפֿן אַ ייִדיש־בוך. עס זענען געבליבן גאָר ווייניק פֿאַרלאַגן וואָס זענען גרייט צו אינוועסטירן אין אַרויסגעבן אַ ייִדיש־בוך... מוז נעבעך דער שרײַבער אַליין, מיט זײַנע מאָגערע פֿינאַנציעלע מיטלען, אַפֿילו ווען ער באַקומט אַ מינימאַלע שטיצע, אָדער אַ סובסידיע, פֿון אַ געוויסן פֿאָנד, אָדער נאָבעלן מעצענאַט, דעקן אַ גרויסן טייל פֿון די הוצאָות פֿון דער פּובליקאַציע פֿון בוך. אין תּל־אָבֿיבֿ האָבן נאָך מיט עטלעכע יאָר צוריק עקזיסטירט דרײַ ייִדיש־פֿאַרלאַגן, וואָס האָבן פֿון צײַט צו צײַט פּובליקירט אַ ייִדיש־שאַפֿונג: דער “ישׂראל־בוך־פֿאַרלאַג", דער “י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג" און דער “לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. די ערשטע צוויי עקזיסטירן שוין ניט מער. זיי האָבן אָפּגעשטעלט זייערע פֿאַרלעגערישע טעטיקייטן און געשלאָסן זייערע געשעפֿטן. איז געבליבן בלויז דער “לייוויק־פֿאַרלאַג", וואָס באַמיט זיך, ווי ווײַט מעגלעך, צו העלפֿן דער קליינער צאָל שרײַבער אַרויסצוגעבן זייערע שאַפֿונגען, כאָטש זייער פֿינאַנציעלע מיטלען זענען שטאַרק באַגרענעצט. אין אַ שמועס מיט דניאל גלאַי, פֿאָרזיצער פֿון דעם שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין אין ישׂראל, האָט ער מיר איבערגעגעבן די פֿאָלגנדיקע פּרטים וועגן די טעטיקייטן פֿון דעם פֿאַרלאַג, וועגן די דערשינענע ביכער אין די לעצטע יאָרן, וואָס זענען אַ וויכטיקער בײַטראָג צו אונדזער ייִדישער ליטעראַטור הײַנט צו טאָג: די צוויי בענד לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים “לכּבֿוד איך און דו", מעמואַרן און דערציילונגען פֿון אַהרן שפּיראָ “אַוועק מיטן ווינט", דערציילונגען און בילדער פֿון צבֿי אײַזנמאַן “די ווײַזערס לויפֿן, לויפֿן", “פֿאַרגעס־מיך־ניט" פֿון אלישבֿע כּהן־צדק, “פֿאַרגעדענקט אויף אייביק" — מעמואַרן־בוך פֿון ליזע גאַרבער־קאָווענסקי, “פֿאַרקעמטע מחשבֿות" — לידער־בוך פֿון אלי ביידער, “וואָרצלען שפּראָצן פֿון דאָס נײַ" פֿון משה־דוד חייט, “מיט דער לעצטער הקפֿה", דערציילונגען און אָפּהאַנדלונגען פֿון יענטע מאַש, “ליטעראַרישע פּאָרטרעטן" (שרײַבערס און קינסטלערס פֿון מײַן דור) — פֿון מישע לעוו. בלויז במשך דעם יאָר זענען דערשינען אין “לייוויק־פֿאַרלאַג" פֿיר ביכער: “אני עירקי פּיג׳מה — איך בין אַן איראַקער פּיזשאַמע", איבערזעצונגען אויף ייִדיש פֿון די לידער פֿון דעם העברעיִשן דיכטער רוני סומק, דורך רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, רעדאַקציע: ישׂראל רודניצקי; “עמיגראַנטן", דערציילונגען פֿון יצחק ווידער; “וועגן זיך און וועגן אַנדערע", זאַמלבוך פֿון ייִדיש־קלוב אין רחובֿות, צונויפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט פֿון אלישבֿע כּהן־צדק, קאָנסולטאַנט און מיטרעדאַקטאָר מישע לעוו; “מאָטיוון אין קאָלירן" — אַלבאָם פֿון פֿאָלקסטימלעכע, קאָלירפֿולע קונסט־אילוסטראַציעס, געצייכנט פֿון דעם קינסטלער קלמן פּאָלגער. עס ווערן געגרייט צום דרוק אַ בוך לידער פֿון דעם דיכטער משה העלמאָנד און “אין געיעג פֿון מאָמענטן" — אַקטועלע זשורנאַליסטיק פֿון הײַנטיקע און נעכטיקע טעג" פֿון יצחק לודען, רעדאַקטאָר פֿון “לעבנס־פֿראַגן", און סטאַבילן מיטאַרבעטער פֿון “פֿאָרווערטס". אַ בוך אין צוויי בענד, 500 זײַטן יעדעס בוך, אויסוואַל פֿון זײַן 55־יאָריקער זשורנאַליסטישער שאַפֿונג. ווי עס האָט מיר אינפֿאָרמירט דניאל גלאַי שטייען זיי אין קאָנטאַקט מיט אַ צאָל ייִדישע שרײַבער אין אויסלאַנד, וועלכע פּלאַנירן אַרויסגעבן זייערע שאַפֿונגען אין דעם “לייוויק־פֿאַרלאַג" אין תּל־אָבֿיבֿ. ייִדישע לייענער וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט צו באַשטעלן אַ בוך פֿון ״לייוויק־פֿאַרלאַג" קענען זיך ווענדן דורך דער וועבזײַט אויף דער אינטערנעץ www.leyvikorg.il, אָדער דורך דער בליצפּאָסט info@leyvik.org.il. דער אַדרעס פֿון פֿאַרלאַג איז: בית־לייוויק, רחובֿ דבֿ הוז 30, תל־אביב, 63416; טל’ 972-3-5231830. עס קומט טאַקע אַ יישר־כּוח און אָנערקענונג דעם “לייוויק־פֿאַרלאַג" און דער אָנפֿירונג פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, מיט דניאל גלאַי בראָש, פֿאַר זייערע באַמיִונגען אָנצוהאַלטן די מערכה פֿון דער ייִדיש־שעפֿערישקייט אין אונדזער שווערער צײַט. |