- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דעם דאָזיקן הויז איז מיט 70 יאָר צוריק פֿאָרגעקומען די שענדלעכע קאָנפֿערענץ, ווען די נאַצי־פֿירער בראָש מיט אַדאָלף היטלערן, האָבן דאַן באַשלאָסן "ענדגילטיק צו לייזן די ייִדן־פֿראַגע אין אייראָפּע". אין דער דאָזיקער צערעמאָניע האָבן די הײַנטיקע דײַטשישע פֿירער אָפּגעמערקט 50 יאָר נאָך דעם, ווי עס איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער אַדאָלף אײַכמאַן. איינער פֿון די געסט פֿון ישׂראל צו דער דאָזיקער צערעמאָניע, איז געווען מיקי גאָלדמאַן, וועלכער האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען בעת דעם פּראָצעס אין ירושלים, און אַ לעבעדיקער עדות בעת זײַן עקזעקוציע, מיט 50 יאָר צוריק, בעת מען האָט אײַכמאַנען געהאָנגען און זײַן קערפּער פֿאַרברענט. איצט, בײַ דער צערעמאָניע אין "וואַנזעע־הויז" אין בערלין, האָט מיקי געשילדערט פֿאַר די אָנטיילנעמער אין דער קאָנפֿערענץ, אין דער דײַטשישער שפּראַך, זײַנע זכרונות פֿון יענער היסטאָרישער נאַכט "וואָס איז שווער צו פֿאַרגעסן". מיקי גאָלדמאַן דערציילט: "...מיר זענען אַרויף אויף אַ שיף אין מיטן ים, איבער די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל, מיר האָבן איבערגעקערט דעם קרוג מיטן אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן מאַסן־מערדער אַדאָלף אײַכמאַן, און עס צעשאָטן איבער די כוואַליעס פֿון דעם רוישיקן ים. אין אונדזער קאָלעקטיוון, ווי אויך אין אונדזער פּערזענלעכן קאַלענדאַר זענען מיר שוין געוווינט צו דער רוטין פֿון דעם געמיש פֿון פֿריילעכע און טרויעריקע דאַטעס, וואָס מיר מערקן אָפּ במשך דעם יאָר. זכרונות און עמאָציעס זענען אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון אונדזער וועזן. זיי פֿילן אויס אַ וויכטיקע פֿונקציע, וואָס טאָג־טעגלעך באַווירקט אונדזער מאָראַל, אונדזער אויסדויער, אונדזער בענקשאַפֿט, אונדזער געמיט־צושטאַנד. עס לעבן צווישן אונדז די העלדישע קעמפֿער און אָנטיילנעמער אין דער דאָזיקער היסטאָרישער דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אַלט־ירושלים. אונדזערע קינדער און קינדס־קינדער זענען אויסגעוואַקסן און זיך דערצויגן אין ליכט פֿון זייער אָנוועזנהייט און זייער גײַסט, פֿון יענע היסטאָרישע טעג, ווען די אַלטשטאָט איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דעם אַראַבישן שׂונא און דער הר־הבית מיטן כּותל־המערבֿי — דער איינציקער איבערבלײַב פֿון די חרובֿע בית־המיקדשן, פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט מיט העכער 2,500 יאָר צוריק — זענען נאָך בלוטיקע קאַמפֿן צוריק דעראָבערט געוואָרן דורך אונדזערע העלדישע זעלנער. דורות־לאַנג האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק ניט אויפֿגעגעבן די שבֿועה: "אם אשכּחך ירושלים, תּשכּח ימיני" — אויב איך וועל דיך פֿאַרגעסן ירושלים, זאָל אָפּדאַרן מײַן רעכטע האַנט... (סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער) די טעג געפֿינען זיך אין דרוק פֿיר ביכער וואָס וועלן דערשײַנען אין יאָר 2012, אַרויסגעגעבן פֿונעם דבֿ סדן-פּראָיעקט בײַ דער ייִדיש-קאַטעדרע פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די אַלע ביכער זענען געקניפּט און געבונדן מיטן חורבן און ווידער־אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער קולטור און לעבן נאָך די אומקום-יאָרן אויף דער גאָרער וועלט און אין מדינת-ישׂראל. ד״ר אליהו סלע-סלדינגר, אַליין אַ געראַטעוועטער ייִנגל פֿון בערשאַד (אַ געטאָ און לאַגער אין טראַנסניסטריע), איז דער מחבר פֿון בוך אחר התופת (נאָכן גיהנום). דאָס איז זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע, באַזירט אויף די טאָגביכער וואָס ער האָט געפֿירט כּמעט טאָג-טעגלעך אין די יאָרן 1947—1952, זײַענדיק אַ יונגער בחור פֿון 16 ביז 21 יאָר. דאָס בוך (איבער 400 זײַטן) איז דאָס אַכטע ווערק וואָס ד״ר אליהו סלע-סלדינגר פֿאַרעפֿנטלעכט. אין אים וועט דער לייענער באַקומען אַ באַגריף פֿון דעם מאַרשרוט וואָס אַ גרופּע שואה-יתומים פֿון דער שארית-הפּליטה מאַכט דורך נאָך דער באַפֿרײַונג לענגאויס אייראָפּע, דערנאָך מיט דער אומלעגאַלער עליה, קאַראַנטין אין קפֿריסין און אָפּקומעניש דאָרט, ביז זײַן עליה קיין ארץ-ישׂראל; און דעם ווידער־אויפֿבוי סײַ פֿון זײַן פּערזענלעכן לעבן און סײַ פֿון זײַן צושטײַער ווי אַ דערציִער, שרײַבער, און אַקאַדעמישער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בעתן אומקום. דאָס בוך דערשײַנט בשותּפֿות מיטן ה. לייוויק-פֿאַרלאַג בײַם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל, בית לייוויק, תּל-אָבֿיבֿ. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק! אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש. דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט. די ייִדיש-קאַטעדרע אין ירושלים באַמיט זיך שוין זינט יאָרן צו פֿאַרברייטערן דעם וויסן וועגן דער חורבן-תּקופֿה מיט דער הילף פֿון יונגע פֿאָרשער, וואָס שטייען צו צו די רייען און זוכן אַ תּיקון פֿאַר זייער דורשט וואָס מער און טיפֿער צו פֿאַרשטיין און געבן צו פֿאַרשטיין. די טעג דאַרף מען דערמאָנען אַ דאָקטאָראַט, וואָס ווערט געשריבן פֿון מרים טרין, אויף דער טעמע: "די איבערלעבונגען בעתן חורבן אין ליכט פֿון די מולטי־קולטורעלע און פֿילשפּראַכיקע פּאָעטישע שאַפֿונגען, געשריבן אין געטאָס און לאַגערן אונטער דער נאַצי-הערשאַפֿט". ביז איצט האָבן פֿאָרשער אין ישׂראל און אין אויסלאַנד זיך באַצויגן צו די לידער, אָנגעשריבן אין געטאָס און לאַגערן, בדרך-כּלל, פֿון אַן איין שפּראַכיקער פּערספּעקטיוו, אָדער העכסטנס — פֿון אַ צוויי־שפּראַכיקער (ייִדיש אָדער ייִדיש-העברעיִש, אָדער ייִדיש-פּויליש, אד״גל). אַ דערפֿרישנדיקער חידוש איז מרים טרינס דיסערטאַציע, וואָס באַהאַנדלט די לידער, אָנגעשריבן פֿון ייִדן אין געטאָס און לאַגערן, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף פּויליש, סײַ אויף דײַטש און סײַ אויף העברעיִש — פֿון אַ פֿאַרגלײַכלעכער פּערספּעקטיוו. דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום. אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל. "הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול־התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע, דער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון דער טורטלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום: יהואש). די מאָלערישע שילדערונגען, ווי עס ווערט געבראַכט אין "שיר־השירים", וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, רופֿן נאָך אַלץ אַרויס אונדזער באַוווּנדערונג און אַנטציקונג. הײַיאָר איז בײַ אונדז טאַקע געווען דער וועטער, ווי עס ווערט געשילדערט אין "שיר־השירים". דער פֿאַרגאַנגענער ווינטער איז בײַ אונדז געווען אַ שטאַרק רעגנדיקער. די בערג פֿון גולן און חרמון זענען געווען באַדעקט מיט אַ הויכן שניי. דער וואַסער־פֿלאַך פֿון כּנרת האָט זיך באַטײַטיק געהויבן, צו דער צופֿרידנקייט פֿון דער גאַנצער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, באַזונדערס פֿון די אַגריקולטור־לאַנדווירטן, וועלכע זענען געווען אין די לעצטע יאָרן באַזאָרגט פֿון דער לאַנגער טריקעניש. די שווערע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָט פֿאַר פּסח אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט באַדויער און שווערן געמיט. אין אונדזערע קרײַזן איז עס באמת אַ "נאָווינע". עפּעס אַ נײַע דערשײַנונג און אַ נײַע פֿאָרעם אָפּצומערקן אַ יאָרצײַט אין אונדזער קולטור־לעבן. עס איז אַראַנזשירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער סעקולערער ישיבֿה אין ירושלים (יאָ, אַזעלכע עקזיסטירן שוין איבערן לאַנד אַ צאָל יאָרן). די אײַנלאַדונג צו דעם אָוונט, געווידמעט דעם 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון (י״א אָדר א׳ תּש״ל — 17.02.1970) האָט טאַקע געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ "טיש־פּראָגראַם", אין וועלכער מען האָט צוגעזאָגט די אָנטייל־נעמער, ניט מער און ניט ווייניקער די טעמע: "שׂימחה־ושׂשׂון אצל עגנון. על רגעים של חגיגות, חתונות, ביקורי־קרובֿים התענגות פּשוטה" — שׂימחה־ושׂשון. פֿײַערלעכקייטן, חתונות, באַזוכן בײַ קרובֿים און פּשוטע פֿאַרגעניגנס אין די שאַפֿונגען פֿון ש״י עגנון. אין דער פּראָגראַם פֿון דעם דאָזיקן "טיש" זענען אויפֿגעטראָטן מיט אָפּשאַצונגען וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון ש״י עגנון אַ צאָל שרײַבער און געלערנטע. מען האָט אויסגעפֿירט אַ פּראָגראַם מיט לידער און מוזיק, צוגעפּאַסט צו דער צײַט אין וועלכער ש״י עגנון האָט געלעבט און געשאַפֿן, וואָס איז ליידער אַוועק בעת דעם חורבן, און איז מער ניטאָ. דער עולם אין זאַל האָט מיט גרויס אינטערעס אויפֿגענומען די דאָזיקע אויסנעמלעכע פּראָגראַם פֿון דעם "יאָרצײַט־טיש" צום 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון. הײַיאָר זענען מיר אין ישׂראל געווען געבענטשט מיט אַ סך רעגנס וואָס האָבן אָנגעפֿילט די שטענדיק טרוקענע טײַכן און קוואַלן, מיט ממש שטורעמדיקע וואַסערן. דער באַרג חרמון אין צפֿון פֿון לאַנד, און אַנדערע הויכע פּלעצער, זענען באַדעקט געוואָרן מיט אַ ווײַסן, טיפֿן שניי־באַדעק, אַפֿילו ירושלים האָט זוכה געווען צו עטלעכע טעג פֿון דעם זעלטענעם שניי, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט קינד־און־קייט אַ סך פֿאַרגעניגן. די וואַרעמע זון האָט צעפּראַלט די קנאָספּן פֿון די ביימער, און אַלץ אַרום האָט זיך צעבליט מיט פֿיל פֿאַרביקע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן און צוויטן, וואָס פֿאַרשיכּורן ממש יעדן איינעם מיט זייערע אַראָמאַטישע ריחות. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער פֿרילינג וועט אונדז ברענגען אַ ביסל רו און גענעזונג צו אונדזער פֿיזישן און גײַסטיקן צושטאַנד, אַ פֿאַרלײַכטערונג און אַ געוויסע לייזונג צו אַלע אונדזערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַפֿילו פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס באַשעפֿטיקן אונדז און באַשווערן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אין ליכט פֿון די פּאָליטישע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגערודערט די מערסטע שכנותדיקע לענדער אַרום אונדז, וועט אונדזער קליין לענדעלע אויסמײַדן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן און סכּנותדיקע ענדערונגען, און פֿאַרבלײַבן אַן אינדזל פֿון אײַנגעהאַלטענער זעלבסט־באַהערשונג. און לייזן אירע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען מיט ווירדע, כּבֿוד און זיכערהייט. מיר האָבן דערלעבט אַ צײַט, אַז עס איז שוין ניט נייטיק צו קומען פּערזענלעך צום כּותל־המערבֿי, כּדי דאָרטן צו דאַווענען אַ "שחרית", אַ מינחה" אָדער אַ "מעריבֿ", זיך אויסוויינען דאָס האַרץ צום רבונו־של־עולם, אַרײַנצולייגן אַ קוויטל מיט בקשות צווישן די שפּאַלטן און אַ קוש טאָן די אַלטע שטיינער פֿאַרן אַוועקגיין אַהיים... ווידער אַ שיסערײַ חנוכּה — "חג־האורים" — דער יום־טובֿ פֿון ליכט און שײַן, איז שוין פֿאַרבײַ. פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און כּלערליי אַטראַקציעס האָט מען חדשים־לאַנג צוגעגרייט פֿאַר "קינד־און־קייט" צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ. אין אונדזער "פֿאָרווערטס" (נאָוועמבער 25 — דעצעמבער 1, 2011) איז דערשינען אויף דער פֿאָדערשטער זײַט אַ בילד, וואָס שילדערט די אַרכעאָלאָגישע אַנטדעקונג אין ירושלים בײַם כּותל־המערבֿי, פֿון צוויי בראָנדזענע מטבעות, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן לעצטנס געפֿונען אין אַן אוראַלטער מיקווה. עס גייט ניט פֿאַרבײַ אַ וואָך, אַ חודש אָדער אַ לענגערע צײַט, אַז אַרכעאָלאָגן זאָלן נישט געפֿינען אין זייערע אָנגייענדיקע אויסגראָבונגען פֿאַרשיידענע אַלטערטימלעכקייטן, וואָס ליגן טיף באַגראָבן אין און אַרום דעם הר־הבית אין ירושלים. יעדעס געפֿינס, ווי קליין עס זאָל ניט זײַן, און פֿון וועלכן מאַטעריאַל עס זאָל ניט באַשטיין, איז אַ וויכטיקער היסטאָרישער באַווײַז, אַן עדות פֿון אונדזער אַלטערטימלעכער געשיכטע פֿון טויזנטער יאָרן צוריק. ישׂראל איז רײַך מיט איבערבלײַבענישן פֿון דעם ווײַטן אַמאָל, סײַ אונטער ערד, סײַ אין יעדן באַרג און טאָל איבערן גאַנצן לאַנד. וווּ מען זאָל זיך ניט קערן און וווּ מען זאָל ניט גיין און שטיין, טרעטסטו אויף אַ היסטאָרישן איבערבלײַב, קענסטו באַגעגענען אַרכעאָלאָגישע גרופּעס, פֿון פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, סײַ פֿון לאַנד און סײַ פֿון לערן־אַנשטאַלטן אין אויסלאַנד, וועלכע זוכן און אַנטדעקן פֿאַרשיידענע איבערבלײַבענישן פֿון דער ווײַטער און נאָענטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון ארץ־ישׂראל, פֿון כּנען אָן. פֿון אירע אומוואַנדלונגען במשך טויזנטער יאָרן, וווּ עס זענען אַנטשטאַנען מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס פֿון דער וועלט. |