פּערזענלעכקײטן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ש״י עגנון
ש״י עגנון
אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש אָדר, איז אין "בית־עגנון" אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַן אָוונט, וואָס אַזוינס איז נאָך ניט געווען אין דער געשיכטע פֿון אָפּמערקן אַ יאָרצײַט פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, נעמלעך: אַ "פֿײַערלעכער טיש", אַזוי ווי מען פּראַוועט געוויינטלעך בײַ חסידים און אין ישיבֿות, מיט דער באַטייליקונג פֿון רביים און רבנים.
אין אונדזערע קרײַזן איז עס באמת אַ "נאָווינע". עפּעס אַ נײַע דערשײַנונג און אַ נײַע פֿאָרעם אָפּצומערקן אַ יאָרצײַט אין אונדזער קולטור־לעבן. עס איז אַראַנזשירט געוואָרן בשותּפֿות מיט דער סעקולערער ישיבֿה אין ירושלים (יאָ, אַזעלכע עקזיסטירן שוין איבערן לאַנד אַ צאָל יאָרן). די אײַנלאַדונג צו דעם אָוונט, געווידמעט דעם 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון (י״א אָדר א׳ תּש״ל — 17.02.1970) האָט טאַקע געטראָגן דעם כאַראַקטער פֿון אַ "טיש־פּראָגראַם", אין וועלכער מען האָט צוגעזאָגט די אָנטייל־נעמער, ניט מער און ניט ווייניקער די טעמע: "שׂימחה־ושׂשׂון אצל עגנון. על רגעים של חגיגות, חתונות, ביקורי־קרובֿים התענגות פּשוטה" — שׂימחה־ושׂשון. פֿײַערלעכקייטן, חתונות, באַזוכן בײַ קרובֿים און פּשוטע פֿאַרגעניגנס אין די שאַפֿונגען פֿון ש״י עגנון.
אין דער פּראָגראַם פֿון דעם דאָזיקן "טיש" זענען אויפֿגעטראָטן מיט אָפּשאַצונגען וועגן לעבן און שאַפֿן פֿון ש״י עגנון אַ צאָל שרײַבער און געלערנטע. מען האָט אויסגעפֿירט אַ פּראָגראַם מיט לידער און מוזיק, צוגעפּאַסט צו דער צײַט אין וועלכער ש״י עגנון האָט געלעבט און געשאַפֿן, וואָס איז ליידער אַוועק בעת דעם חורבן, און איז מער ניטאָ.
דער עולם אין זאַל האָט מיט גרויס אינטערעס אויפֿגענומען די דאָזיקע אויסנעמלעכע פּראָגראַם פֿון דעם "יאָרצײַט־טיש" צום 42סטן יאָרצײַט פֿון ש״י עגנון.


* * *

דער "בית־עגנון" איז לעצטנס דורכגעמאַכט אַן ערנסטן רעמאָנט; אינערלעך און אויסערלעך; ניט ענדערנדיק די סטרוקטור פֿון הויז מיט זײַן היימישער אַטמאָספֿער, וואָס האָט געהערשט בעת די טשאַטשקעס־עגנון־משפּחה האָט דאָרטן געלעבט. די לייטונג פֿון "בית־עגנון" האָט זיך שטאַרק געמיט צו פּרעזערווירן דעם אויסזען און די אײַנריכטונגען פֿון הויז.
דער אונטערשטער שטאָק איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ גרויסן זאַל, כּדי צו קענען אויפֿנעמען די הונדערטער מענטשן און גרופּעס, וואָס קומען באַזוכן אָדער אָנטיילנעמען אין די צאָלרײַכע קולטור־פּראָגראַמען פֿון פֿאַרשיידענעם סאָרט, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט ש״י עגנון און זײַנע שאַפֿונגען. לערער מיט גרופּעס פֿון שול־קינדער פֿון מיטלשולעס, סטודענטן פֿון אוניווערסיטעטן קומען באַזוכן, אָדער שרײַבן פֿאָרשאַרבעטן און טעזיסן וועגן עגנון און זײַנע שאַפֿונגען.
דער אייבערשטער שטאָק איז געבליבן אומבאַרירט און ניט געענדערט. די ביבליאָטעק איז אָנגעלאָדן מיט איבער 10,000 ביכער און ספֿרים, גענג פֿון תּלמוד, משניות, ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע פֿון קלאַסישער און מאָדערנער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן, און, פֿאַרשטייט זיך, מיט ביכער אין העברעיִש און ייִדיש פֿון דער אַלטער און מאָדערנער ליטעראַטור. עגנון האָט אָנגערופֿן זײַן ביבליאָטעק "קודש־קדשים".
בײַם פֿענצטער שטייט נאָך אַלץ זײַן "שטענדער" אויף וועלכן עגנון פֿלעגט שטייענדיק שרײַבן זײַנע שאַפֿונגען. אויף דעם טיש אין צענטער פֿון צימער, ליגן זײַנע פּענעס, אַנדערע שרײַב־מאַטעריאַלן און זײַנע ברילן. דערנעבן שטייט דאָס אַלטע שרײַבמאַשינדל, אויף וועלכן זײַן פֿרוי, אסתּר, פֿלעגט אויסקלאַפּן זײַנע שריפֿטן.
בײַם באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור אין 1966 האָט עגנון אין זײַן רעדע אין שטאָקהאָלם פֿאַר דעם שוועדישן קעניג, פֿאַר מיטגלידער פֿון דער נאָבעל־אַקאַדעמיע און פֿאַר פּראָמינענטע געסט פֿון דער וועלט דערקלערט צווישן אַנדערן:
"...צוליב דער היסטאָרישער קאַטאַסטראָפֿע וואָס דער רוימישער הערשער טיטוס האָט חרובֿ געמאַכט ירושלים און האָט פֿאַרטריבן מײַן פֿאָלק פֿון אונדזער לאַנד, בין איך געבוירן געוואָרן אין איינער פֿון די שטעט אין גלות. עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך בין געבוירן אין ירושלים. אין מײַנע חלומות האָב איך געזען שטייענדיק מיט מײַנע ברידער די לוויים, זינגענדיק די לידער פֿון דוד המלך.
"...איך קום פֿון שבֿט לווי, איך און מײַנע אָבֿות שטאַמען פֿון דעם שבֿט, וואָס האָט געדינט גאָט אין בית־המיקדש.
"זײַן ערשט ליד", האָט ער געזאָגט, "האָט ער געשריבן ווען ער איז געווען 5 יאָר אַלט, אויס בענקשאַפֿט נאָך זײַן פֿאָטער, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן בשײַכות מיט זײַנע געשעפֿטן. פֿון דאַן אָן האָט ער אָנגעשריבן אַ סך לידער אין ייִדיש, וואָס זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין דער שׂרפֿה פֿון זייער הויז בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.
"...די אַלע שנײַדער־יונגען און שוסטערס, זענען אומגעקומען אין דעם קריג, און די וועלכע זענען שפּעטער אומגעבראַכט און פֿאַרברענט געוואָרן אין די גאַזקאַמערן אין אוישוויץ, צוזאַמען מיט זייערע שוועסטער און אַנדערע מיטגלידער פֿון זייערע משפּחות, וועלכע האָבן באַשײַנט מיט זייער שיינקייט אונדזער שטאָט און דערקוויקט אַלעמען מיט זייערע זיסע שטימען מיט מײַנע ייִדישע לידער".
פּראָפֿ׳ דבֿ סדן (סאַדאַן), נאָענטער פֿרײַנד פֿון ש״י עגנון און פֿאָרשער פֿון זײַנע שאַפֿונגען, האָט אַלזײַטיק אַנאַליזירט דעם לייטמאָטיוו און דעם קוואַל פֿון וואַנען עגנון האָט געשעפּט זײַן עיקר־יניקה.
"ערשטנס", שרײַבט דבֿ סדן, "איז געווען זײַן היים און זײַנע קינדער־יאָרן. דאָס איז געווען דער ערשטער קוואַל, וואָס אַלע איבעריקע, שפּעטערדיקע קוואַלן באַלעבן און באַפֿאַרבן זיך פֿון אים, גלײַך ווי דער ירדן, וואָס די לעגענדע לאָזט אים ניט פֿאַרלירן זיך אין די געוואַסערן פֿון כּנרת... מען דאַרף ניט פֿאַרלירן קיין סך איבעריקע רייד, אַז איינער פֿון די חשובֿסטע קאָמפּאָנענטן פֿון עגנונס שאַפֿונגען איז זײַן מאַמע־לשון — ייִדיש".
דער באַוווּסטער געלערנטער פּראָפֿ׳ שמואל ווערסעס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, ווײַזט אָן אין זײַן פֿאָרשאַרבעט, אַז עס איז דאָ אַ באַטײַטיקע, קעגנזײַטיקע אַקצעפּטירונג פֿון דעם ייִדיש־עלעמענט אין עגנונס ווערק. ער דערמאָנט, אַז עגנון איז געווען צווישן די איינציקע העברעיִשע שרײַבער, וועלכע האָבן זיך דעמאָנסטראַטיוו אָפּגעטרייסלט פֿון דעם "ריבֿ־לשונות" (דער שטרײַט צווישן די שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש), וואָס האָט דאַן געהערשט אויף דער ייִדישער גאַס אין ארץ־ישׂראל און אין די תּפֿוצות, ספּעציעל נאָך דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908, ווען ייִדיש איז פּראָקלאַמירט געוואָרן ווי איינע פֿון אונדזערע נאַציאָנאַלע שפּראַכן.
אין עלטער פֿון 19 יאָר האָט עגנון עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל. ער האָט שוין מער ניט געשאַפֿן אין ייִדיש, אָבער זײַן פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער שפּראַך און זײַן פּאָזיטיווע באַציִונג צו איר, האָט ער ממשיך געווען און עס האָט זיך באַטײַטיק אָפּגעשפּיגלט אין זײַנע שאַפֿונגען.
אין זײַנע יונגע יאָרן האָט עגנון געשריבן אַ סך אין ייִדיש. עס מערקט זיך אין זיי די השפּעה פֿון די ייִדישע דיכטער פֿון יענער צײַט, ווי מאָריס ראָזענפֿעלד, אַבֿרהם רייזען, דוד עדעלשטאַט א״אַ.
זײַן ערשטע ייִדישע שאַפֿונג איז געווען די באַלאַדע וועגן "רבי יוסף דילה ריינע", וואָס איז דערשינען אין דער "סטאַניסלאַווער ייִדישער צײַטונג". עס פֿאַרמאָגט 30 סטראָפֿעס. איך ציטיר דאָ בלויז דרײַ סטראָפֿעס, געדרוקט אין אָריגינעלן אויסלייג, ווי אַ מוסטער פֿאַר די אַנדערע:

ר׳ יוסף דילה ריינע,
אַ כּשרער יוצר, אַ פֿײַנער,
אויף דער גאַנצער וועלט,
קלינגט דער נאָמען זײַנער.

ער האָט געלערנט,
תּורה, קבלה און מדע,
אַ תּקיף איז אויבן...
הײַנט אויך אַוודאי.

ער האָט געלערנט
תּמיד זיך פֿאַרטיפֿט
צו דערטאַפּן דעם "שׂטן
מקטרג" וואָס מען רופֿט.

פֿאַר די, וועלכע זענען פֿאַראינטערעסירט אין די שאַפֿונגען פֿון דעם גרויסן ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער, און אין דער פּערזענלעכקייט פֿונעם לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרײַז פֿאַר ליטעראַטור אין יאָר 1966, ש״י עגנון, רעקאָמענדיר איך אָפּשטאַטן אַ לענגערן, אָדער כאָטש אַ קורצן באַזוך, אין דעם "בית־עגנון", אויף רחובֿ קלויזנער אין תּלפּיות, ירושלים. עס וועט פֿאַר אײַך זײַן אַ גײַסטיקער פֿאַרגעניגן, וואָס איר וועט קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן.