|
אויפֿן פּלאַקאַט שטייט געשריבן "הדרת־נשים", וואָס מיינט, אַז אַ ייִדישע פֿרוי דאַרף אויסזען ניט ווי קיין שיקסע |
Credit: Getty Images |
ווידער אַ שיסערײַ
חנוכּה — "חג־האורים" — דער יום־טובֿ פֿון ליכט און שײַן, איז שוין פֿאַרבײַ. פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און כּלערליי אַטראַקציעס האָט מען חדשים־לאַנג צוגעגרייט פֿאַר "קינד־און־קייט" צו דעם פֿריילעכן יום־טובֿ.
אייגנטלעך, איז חנוכּה אַ נאַציאָנאַל־רעליגיעזער יום־טובֿ, מיט טראַדיציאָנעלע מינהגים און זיטן. מיט דער צײַט האָט דער דאָזיקער יום־טובֿ, וואָס דויערט אַכט טעג, אָנגענומען אַן אַלגעמיינעם כאַראַקטער, וועלכן עס פֿײַערן אויך סעקולערע שיכטן פֿון פֿאָלק, אויף זייער שטייגער און אויף זייער אײַנשטעל.
מיר האָבן געהאָפֿט, אַז הײַיאָר וועט דער יום־טובֿ דורכגיין רויִק און פֿרידלעך, אַז אונדזערע אינערלעכע און אויסערלעכע אַראַבישע שׂונאים, וועלכע לויערן און באַדראָען אונדזער עקזיסטענץ, וועלן נישט פֿאַרשטערן די פֿרייד פֿון דעם ליבן יום־טובֿ חנוכּה.
ליידער, האָבן זיי דווקא אין די דאָזיקע טעג ווידער אָנגעהויבן באַשיסן מיט ראַקעטן דרומדיקע שטעט און ייִשובֿים, נאָענט פֿון דעם עזה־פּאַס, און באַוואַרפֿן מיט שטיינער און טויטלעכע קוילן פֿאָרנדיקע אויטאָס, אויף די שאָסייען און וועגן.
אונדזערע מיליטערישע כּוחות, באַזונדערס דער לופֿטפֿלאָט, האָבן געענטפֿערט, מיט פּינקטלעכקייט, באָמבאַרדירנדיק די נעסטן פֿון די "כאַמאַס"־טעראָריסטן, און זיי גוט באַשטראָפֿט פֿאַר זייערע טעראָר־אַקטן. צה"ל — אונדזערע מיליטערישע איינהייטן שטייען דאָרטן אויף דער וואַך, אַז עס זאָל זיך ווידער ניט צעפֿלאַקערן אַ נײַע אינטיפֿאַדע, וואָס קען קאָסטן קרבנות אויף ביידע זײַטן פֿון די גרענעצן צווישן מדינת־ישׂראל און די אַראַבישע טעריטאָריעס.
אויף דעם אינערלעכן ייִדישן פֿראָנט "קיינע נײַעס"
ליידער, אויך אין לאַנד גופֿא, האָבן זיך ניט אײַנגעשטילט די שענדלעכע, מיאוסע און אומפֿאַרשעמטע טאַטן און אויפֿפֿירונגען פֿון די חרדישע עקסטרעמיסטן אין פֿאַרשיידענע שטעט, וואָס האָבן פֿאַרשוואַרצט די שײַן און ליכט פֿון דעם יום־טובֿ חנוכּה. [זע דעם באַריכט אין לעצטן "פֿאָרווערטס" (דעצעמבער 30—5 יאַנואַר) וועגן די חרדישע צוזאַמענשטויסן אין בית־שמש]
די דאָזיקע פֿאַנאַטישע חרדים ווילן מיט גוואַלד אַרויפֿצווינגען זייערע מכּלומרשט הלכהשע אויפֿפֿירונג און לעבנס־שטייגער אויך אויף די אַנדערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג אין לאַנד, מיט חוצפּהדיקע אָנפֿאַלן אויף פֿרויען אין די אויטאָבוסן און אויף קינדער, וועלכע גייען אין זייערע קלאַסן אָנגעטאָן ניט לויט זייער שטייגער: אין הויזן און בלוזקעס מיט קורצע אַרבל. זיי שפּײַען די קינדער אין פּנים און די פֿרויען רופֿן זיי אָן מיט די ערגסטע ווערטער, ווי "שיקסע", "חצופֿה", "זונה" אד״גל.
יאָרן־לאַנג האָבן זיי אָנגעפֿירט אַ קאַמף קעגן די, וועלכע זענען "מחלל דעם שבת", קעגן די וועלכע עפֿענען געשעפֿטן און רעסטאָראַנען, און פֿאָרן אין אויטאָס אום שבת. ווײַזט אויס, אַז זיי זענען ניט געווען גענוג צופֿרידן פֿון די מאָגערע רעזולטאַטן פֿון זייערע ווילדע שבת־דעמאָנסטראַציעס און וואַרפֿן שטיינער אויף די פֿאָרנדיקע אויטאָס, שרײַענדיק "שאַבעס! שאַבעס!" און אָנרופֿנדיק די ישׂראל־פּאָליציי "נאַציס".
אין די לעצטע יאָרן האָבן זיי געעפֿנט נײַע פֿראָנטן אויף אַנדערע געביטן פֿון לעבן אין דער מדינה, מיט פֿאַרשטאַרקטע גוואַלד־טאַטן, מיט מער ברען און חוצפּה, לגבי די וועלכע פֿאָלגן ניט אויס זייערע פֿאָדערונגען, און זענען נישט מסכּים מיט זייערע האַנדלונגען.
אין "מײַנע בריוו פֿון ירושלים" האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן געשעענישן אין די ירושלים־קוואַרטאַלן פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע געגנטן פֿון שטאָט.
כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין די דאָזיקע פּלעצער פֿאָרן די שטאָטישע אויטאָבוסן מיט אַ פּאָליציי־באַגלייטונג, צו באַשיצן די פּאַסאַזשירן פֿון די ווילדע אַטאַקעס און שטיין־וואַרפֿערס אין די שמאָלע געסלעך.
כּדאַי אויך צו דערמאָנען אַז אין אָנהייב פֿון יעדן נײַעם לערניאָר ווערן קינדער פֿון ספֿרדישע משפּחות אָפּגעזונדערט פֿון די קינדער פֿון אַשכּנזישע משפּחות און זיי לערנען זיך אין באַזונדערע קלאַסן. דאָס זעלבע געשעט אויך מיט קינדער פֿון עטיאָפּיע, וואָס מוזן זיך לערנען באַזונדער, אָפּגעזונדערט פֿון די אַנדערע. אין געוויסע שולן גייען מיידלעך אַרײַן אין זייערע קלאַס־צימערן אָפּגעזונדערט פֿון די ייִנגלעך, תּלמידים פֿון דעם זעלבן עלטער. דאָס זעלבע געשעט אויך אויף דעם שפּילפּלאַץ אין דרויסן בשעת די הפֿסקות.
לעצטנס, האָבן די חרדים אָנגעהויבן אַ קאַמפּאַניע קעגן אויפֿטריטן פֿון פֿרויען־זינגערינס אויף דער בינע אין עפֿנטלעכע, אָפֿיציעלע צערעמאָניעס, ווײַל לויט זייער קאָנצעפּציע איז "קול אישה ערווה" — צו הערן אַ פֿרויען־שטימע איז אַ זינד, וואָס קען, חלילה, פֿירן צו אויסגעלאַסנקייט.
דער דאָזיקער פֿאַרבאָט איז אַפֿילו אַרײַנגעדרונגען אין צה"ל — די ישׂראל־אַרמיי. עס זענען שוין געווען פֿאַלן ווען די רעליגיעזע זעלנער האָבן פֿאַרלאָזט זייערע רייען בעת אָפֿיציעלע צערעמאָניעס, ווען זעלנערינס־זינגערינס אין מיליטערישע מונדירן האָבן זיך באַוויזן אויף דער בינע.
די דאָזיקע פֿאַלן האָבן זיך לעצטנס פֿאַרשטאַרקט און די מיליטערישע לייטונג האָט אָנגענומען מיטלען ניט צו דערלאָזן, אַז די חרדישע עקסטרעמיסטן זאָלן מיט זייערע פֿאַנאַטישע האַנדלונגען האָבן אַן אײַנפֿלוס אויף די רעליגיעזע זעלנער, וועלכע דינען אין דער ישׂראל־אַרמיי.
די פּרעסע און די ישׂראל־מעדיאַ בכלל האָבן לעצטנס שטאַרק קריטיקירט און ברייט באַריכט אין דער עפֿנטלעכקייט די שענדלעכע טאַטן פֿון די געשעענישן אין בית־שמש און אין אַנדערע פּלעצער.
ערשט לעצטנס האָבן עטלעכע רבנים זיך אויפֿגעוועקט קעגן די שענדלעכע מעשׂים און דערקלערט, אַז די דאָזיקע חרדים "ברענגען גרויס בושה און חרפּה אויף דער גאַנצער רעליגיעזער מחנה אין לאַנד". צווישן זיי, איז אויך געווען הרבֿ עובֿדיה יוסף.
דער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, איז אַרויס מיט אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג אין כּנסת, אַז "מיר וועלן בשום־אופֿן ניט דערלאָזן מען זאָל שפּײַען אין די גאַסן אויף קינדער און פֿרויען צוליב זייער אָנטועכץ. מיר וועלן ניט דערלאָזן, אַז די גאַסן פֿון שטאָט זאָלן ניט זײַן פֿרײַ פֿאַר יעדן איינעם, אָן אונטערשייד פֿון זייער אָנשויונג און זײַן קליידונג". אין דעם זעלבן גײַסט האָט זיך אויך אַרויסגעזאָגט די אָנפֿירערין פֿון דער אָפּאָזיציע, ציפּי ליבֿני.