- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די לעצטע צוויי וואָכן האָט זיך געביטן אויף אונדזער ייִדישן קאַלענדאַר איין דאַטע אויף אַ צווייטער: דער חורבן־טאָג, און ווײַטער "יום־הזכּרון" און באַלד נאָך אים — "יום־העצמאות"... און אין יעדער אַזאַ דאַטע פֿעלן נישט אויס קיין טרערן. אין דעם גאַנצן ים פֿון ייִדישע טרערן איז פֿון דעסטוועגן דאָ אַ זיס טראָפּנדל טרייסט: אין די טעג, וווּ די ייִדן זאָלן נישט וווינען, גיט זיי פֿון דעסטוועגן אַ צופּ בײַם האַרצן: "כּל ישׂראל חבֿרים" — אַלע ייִדן זײַנען פֿאַרבונדן צווישן זיך. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן... דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום. אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל. אַן אומעטיקע אײַנגעהאַלטנקייט האָט געהערשט יענעם מיטוואָכדיקן פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג". קיין שום אַפּלאָדיסמענטן האָבן נישט באַגלייט דעם אויפֿטריט פֿון די פֿאַרשיידענע אָנטייל־נעמער, נישט די קינסטלערישע אויפֿפֿירונגען, אויך נישט די מינדלעכע אויפֿטריטן, אַזוי ווי ס’איז אָנגענומען בײַ טרויער־פֿאַרזאַמלונגען, און דער דאָזיקער מינהג האָט נאָך מער פֿאַרשווערט די סײַ ווי דריקנדיקע שטימונג. די באַקאַנטע פֿידלערין חיה ליבֿני האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער טרויער־אַטמאָספֿער, שפּילנדיק מאָריס ראַוועלס "קדיש" און נאָך דעם אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישע לידער וואָס, דאַכט זיך, זיי וויינען אַרויס פֿון איר "ייִדיש פֿידעלע". אַן אַקטיווע באַטייליקונג האָט יענעם פֿרימאָרגן געהאַט דער כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג" אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַליזאַ בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו; געזונגען האָט דער כאָר אַן אָפּקלײַב פֿון צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער, וואָס האָבן באַקומען דאָס מאָל אַן אומעטיקע צוגאָב־דימענסיע. די טרויער־ליכט האָבן ווי שטענדיק אָנגעצונדן די חורבן־לעבנס־געבליבענע, וואָס זײַנען כּמעט אַלע זינגערס פֿונעם כאָר. "איך אַרבעט בלויז פֿאַר זיך. איך אַליין בין מײַן הויפּט־צושויער" — אַזוי האָט שטיינבערג פֿאָרמולירט זײַן עסטעטישן אַני–מאַמין. אָבער דערצו האָט ער צוגעגעבן׃ "עס איז וויכטיק אַ קוק צו טאָן אויף זיך אַליין אין דער פּערספּעקטיוו פֿון דער אייראָפּעיִשער קונסט. אַניט, וועסטו תּמיד פֿאַרבלײַבן אינעם אייגענעם עגאָיִזם." אַזוי אַרום באַשטימען אָט די צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס, אינערלעכע אומאָפּהענגיקייט און צוגעהעריקייט צו דער אייראָפּעיִשער קינסטלערישער טראַדיציע, דעם עצם פֿון שטיינבערגס קונסט־פֿילאָסאָפֿיע. שטיינבערג האָט געהערט צו דער שיטה אין דער אונטערערדישער רוסישער קונסט, וואָס האָט זיך אָנגערופֿן "דער צווייטער אַוואַנגאַרד". זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך די אַוואַנגאַרדיסטישע קולטור פֿון דער פֿריִערדיקער סאָוועטישער תּקופֿה און דערקלערט זיך פֿאַר אירע יורשים. אָבער שטיינבערג האָט זיך פֿרי געווענדט צו דעם קריסטלעכן גלויבן, הגם אין קלויסטער איז ער ניט געגאַנגען. אין זײַן שאַפֿונג ווערן די רעליגיעזע מאָטיוון צונויפֿגעשמאָלצן מיט אַבסטראַקטע פֿיגורן און פֿאָרמען, וועלכע באַקומען אַ סימבאָלישן באַטײַט. דער באָרדוואָק ציט זיך פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז קאָני-אײַלענד (אַ מאָל האָט מען אויף ייִדיש געשריבן "קוני-אײַלענד", ווי אין דעם ליד פֿון מענקע קאַץ "און דו ביסט אומעטיק ווי טויזנט קוני-אײַלענד זונען") און ווײַטער אַזש ביז סי-גייט, וווּ אַמאָליקע צײַטן האָבן געוווינט, בפֿרט זומערצײַט, אַ סך ייִדישע שרײַבער. עליזה גרינבלאַט, בשעתּו אַ באַקאַנטער נאָמען אין ייִדישע ליטעראַרישע קרײַזן, האָט אַ בוך "אין סי-גייט בײַם ים" (1957). די ברײַטאָן-ביטשער מײַל פֿון דעם באָרדוואָק רעדט, דער עיקר, רוסיש, מיט אַ ביסל צומיש פֿון ענגליש, פּויליש, אוקראַיִניש, גרוזיניש. אַ רוסיש פֿון מאָסקווע אָדער אַנדערע רוסישע שטעט הערט זיך דאָרטן זעלטן. עס דאָמינירט דער אוקראַיִנישער נוסח פֿון דער שפּראַך, באַפֿאַרבט, אָפֿט מאָל, מיט ייִדישע אינטאָנאַציעס. וואָס נעענטער צו קאָני-אײַלענד, אַלץ מער הערט מען ענגליש, באַזונדערס שבת און זונטיק, ווען עס קומען אַהין טוריסטן אָדער סתּם ניו-יאָרקער תּושבֿים פֿון אַנדערע געגנטן. ייִדיש הערט זיך זעלטן. צו מאָל רעדן ייִדיש עלטערע ייִדן פֿון ברײַטאָן-בישט, אָדער דאָס זײַנען חסידים פֿון סי-גייט אָדער נאָך פֿון ערגעץ-וווּ. צוערשט איז דער "נעגער" געווען סתּם אַן עקזאָטישע באַשעפֿעניש, אַ מאָדנער בן־אָדם מיט אַ מאָדנעם אויסזען. אָבער בהדרגה, ווען די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַלץ טיפֿער אײַנגעלעבט אין דער נײַער געזעלשאַפֿט מיט אירע השׂגות און הלכות, האָט די נעגערישע געשטאַלט באַקומען קלאָרערע צורות. עס לאָזן זיך אויסצייכענען דרײַ אָדער פֿיר עיקרדיקע אַספּעקטן פֿון אָט דער געשטאַלט׃ אַ פּאָליטישער, אַ קולטורעל־רעליגיעזער, און אַן עראָטישער. ייִדן, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע קלישעען ווען עס קומט צו די "גויים", און דער סטערעאָטיפּיש־״ייִדישער״ קוק אויף די שוואַרצע אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט געהאַט צוויי צדדים. היות ווי אַ סך ייִדישע אינטעליגענטן זײַנען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט, האָבן זיי געהאַט אַ סך מיטלײַד צו די שוואַרצע קרבנות פֿון ראַסן–דיסקרימינאַציע. אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר כּסדר באַטראַכט, ווי אַזוי אינעם חומש "ויקראָ" ווערט אַנאַליזירט די אינערלעכע אַנטוויקלונג פֿונעם מענטש. דורך מסירת־נפֿש, קאָן מען געפֿינען דעם אייבערשטנס ליכט אין זיך. וואָס ווייניקער מע טראַכט וועגן זיך אינעם עגאָיִסטישן זין, אַלץ מער ווערט אַנטפּלעקט אונדזער ג־טלעכער עצם. כּדי צו געפֿינען ג־טלעכקייט אין זײַן אייגענער נשמה, מוז דער מענטש זיך אָפּרופֿן אויפֿן ג־טלעכן קול און זיך אָפּזאָגן פֿונעם עגאָ, וועלכער שטעלט דעם אילוזאָרישן באַריער צווישן דעם באַשעפֿער און באַשעפֿענישן. מיט אַנדערע ווערטער, וואָס ווייניקער מיר טראַכטן וועגן זיך און וואָס מער מיר זאָרגן זיך וועגן אַ צווייטן מענטש און וועגן דעם אַלגעמיינעם ייִחוד פֿונעם גאַנצן וועזן, אַלץ קלאָרער ווערט אין אונדז אַנטפּלעקט דאָס העכערע ג־טלעכע עצם. אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות. רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען געווען די יעניקע, וועלכע האָבן אים פֿײַנט געהאַט. אין די נאַציאָנאַליסטישע און פֿאַשיסטישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד האָט מען אים געהאַלטן שיִער נישט פֿאַרן גרעסטן שׂונא פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק, וועלכער דריקט אויס די אינטערעסן פֿון דער "נידעריקסטער ייִדישער ראַסע", שטעלט פֿאָר די "אונטערגייענדיקע ליבעראַלע קולטור". נאָך דעם ווי די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט, האָבן זיי עפֿנטלעך פֿאַרברענט זײַנע ביכער און אים געלאָזט אָן דער דײַטשישער בירגערשאַפֿט, זײַן האָב־און־גוטס איז קאָנפֿיסקירט געוואָרן. פֿרעגט אָבער הײַנט אַ פּשוטן דורכגייער אויף דער גאַס אין פֿויכוואַנגערס היים־שטאָט מינכן — ווער איז ליאַן פֿויכטוואַנגער? ווייניק ווער וועט אײַך ענטפֿערן ריכטיק; ס׳רובֿ וועלן הייבן די אַקסלען — קיין אַנונג נישט! דער נײַער פֿילם, Inside Hana’s Suitcase, "אין חנהס וואַליזקע" איז נישט קיין דראַמע, נאָר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס האָט אויך דראַמאַטיזירטע סצענעס. אָבער דער עצם פֿונעם פֿילם איז צו ווײַזן, ווי אַזוי מען קען דערציִען קינדער וועגן דעם חורבן. ווי אינעם פֿילם Sarah’s Key, איז דער פֿילם אויך אַ מעשׂה וועגן אַ ברודער און שוועסטער. אָבער אין דעם פֿאַל איז דער ברודער, דזשאָרדזש בריידי, געבליבן לעבן און זײַן שוועסטער חנה איז אומגעקומען. מען זעט אינעם פֿילם ווי דזשאָרדזש, שוין אַן אַכציק־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית-הפּליטה, ראַנגלט זיך מיטן געפֿיל פֿון שולד, צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען זײַן קליין שוועסטערל. בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין. בײַ די פּראָטעסטאַנטן איז די מעשׂה אַנדערש. אין פּרינציפּ, גלייבן זיי, אַז יעדער קריסט קאָן טעאָרעטיש אויספֿירן אַלע פֿונקציעס פֿון אַ גלח. למעשׂה, זענען ס׳רובֿ פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס גענוג שטרענג אָרגאַניזירט, און בלויז אַ מענטש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט, קאָן זאָגן, געוויינטלעך, אַז ער איז אַ פּאַסטאָר אָדער אַ פּרעסוויטער. להיפּוך, באַטראַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט דאָס רבנות פּרינציפּיעל אַנדערש און דערמאָנט, אין אַ סך אַספּעקטן, דעם מוסולמענישן מאָדעל פֿון גײַסטיקער פֿירערשאַפֿט. אַן אימאַם בײַ די סוניטן איז אַ קענער פֿון איסלאַם, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ רעליגיעזער קהילה און ענטפֿערט אויף די שאלות. בײַ די שיִיִטן ווערט דער דאָזיקער טערמין באַנוצט בלויז לגבי אַ קליינער צאָל פֿון צוועלף אָדער זיבן יחידים פֿון אַמאָל, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, מיט וועלכע קיין הײַנטיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאַרגלײַכן. די דאָזיקע אמונה איז אויסערגעוויינטלעך ענלעך צו געוויסע דאָקטרינעס פֿון די ליובאַוויטשער חסידים; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל. |