פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עדואַרד שטיינבערג
עדואַרד שטיינבערג
דעם 28סטן מערץ איז אין פּאַריז געשטאָרבן דער קינסטלער עדואַרד שטיינבערג, דער לעצטער יורש פֿון קאַזימיר מאַלעוויטש. שטיינבערג האָט געהאַלטן, אַז דווקא די טראַדיציע פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד מיט מאַלעוויטשן בראָש האָט פֿולקאָם אַנטפּלעקט דעם עכטן מהות פֿון דער רוסישער קונסט, און דערפֿאַר איז אַוואַנגאַרד די איינציקע ווערטפֿולע און דויערנדיקע ירושה, וואָס איז פֿאַרבליבן פֿון דער גאַנצער מאָדערנער תּקופֿה אין דער רוסישער קונסט.
"איך אַרבעט בלויז פֿאַר זיך. איך אַליין בין מײַן הויפּט־צושויער" — אַזוי האָט שטיינבערג פֿאָרמולירט זײַן עסטעטישן אַני–מאַמין. אָבער דערצו האָט ער צוגעגעבן׃ "עס איז וויכטיק אַ קוק צו טאָן אויף זיך אַליין אין דער פּערספּעקטיוו פֿון דער אייראָפּעיִשער קונסט. אַניט, וועסטו תּמיד פֿאַרבלײַבן אינעם אייגענעם עגאָיִזם." אַזוי אַרום באַשטימען אָט די צוויי קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס, אינערלעכע אומאָפּהענגיקייט און צוגעהעריקייט צו דער אייראָפּעיִשער קינסטלערישער טראַדיציע, דעם עצם פֿון שטיינבערגס קונסט־פֿילאָסאָפֿיע.
שטיינבערג האָט געהערט צו דער שיטה אין דער אונטערערדישער רוסישער קונסט, וואָס האָט זיך אָנגערופֿן "דער צווייטער אַוואַנגאַרד". זיי האָבן אַנטדעקט פֿאַר זיך די אַוואַנגאַרדיסטישע קולטור פֿון דער פֿריִערדיקער סאָוועטישער תּקופֿה און דערקלערט זיך פֿאַר אירע יורשים. אָבער שטיינבערג האָט זיך פֿרי געווענדט צו דעם קריסטלעכן גלויבן, הגם אין קלויסטער איז ער ניט געגאַנגען. אין זײַן שאַפֿונג ווערן די רעליגיעזע מאָטיוון צונויפֿגעשמאָלצן מיט אַבסטראַקטע פֿיגורן און פֿאָרמען, וועלכע באַקומען אַ סימבאָלישן באַטײַט.
אין אַזאַ פּאָזיציע שטעקט אַ טיפֿע אינערלעכע סתּירה. בעת דער ערשטער אַוואַנגאַרד איז געווען אַ ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערישע באַוועגונג, וואָס איז אויסן געווען צו באַגראָבן די אַלטע קולטור און באַשאַפֿן אַ נײַע אוטאָפּישע וועלט מיט דער הילף פֿון דער נײַער קונסט, האָט דער "צווייטער אַוואַנגאַרד" געהאַט אַ קאָנסערוואַטיווע כּוונה. זײַן ציל איז געווען אָפּצוזוכן די שטיקלעך פֿונעם ערשטן אַוואַנגאַרד און צו באַנײַען די דאָזיקע פֿאַרלוירענע ירושה. די "צווייטע אַוואַנגאַרדיסטן" זײַנען געווען דיסידענטן, וואָס האָבן זיך בכּיוון אָפּגעזאָגט פֿון דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער עסטעטיק פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, אָבער קיין ראַדיקאַלע רעוואָלוציאָנערן און אוטאָפּישע וועלט־באַנײַער זײַנען זיי ניט געווען.
ווי אַנדערע "ניט־פֿאָרמעלע" סאָוועטישע קינסטלער פֿון די 1960ער יאָרן, האָט זיך שטיינבערג געפֿילט ניט היימיש אין די הײַנטיקע צײַטן. ווען עס איז געקומען די "פּערעסטרויקע", האָט דער "צווייטער אַוואַנגאַרד" שוין אויסגעזען אַלטמאָדיש. אייניקע פֿון די קינסטלער, ווי למשל, איליאַ קאַבאַקאָוו אָדער גרישע ברוסקין, האָבן זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם אינטערנאַציאָנאַלן קונסט־מאַרק און געוואָרן פּאָפּולערע פֿיגורן אויף דער אַלוועלטלעכער קונסט־בינע. אַנדערע, ווי שטיינבערג, זײַנען פֿאַרבליבן ווייניקער באַרימט, הגם גוט באַזאָרגט מיט פּרנסה.
שטיינבערג באַקלאָגט זיך אויף די נײַע צײַטן׃ "בעת דער ‘פּערעסטרויקע’ האָט מען אונדז אַלעמען אַזוי ווי אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם הײַנטיקן רוים. עס האָבן זיך באַוויזן נײַע ספּאָרטלײַט. מיר זײַנען אָבער ניט געווען קיין ספּאָרטלײַט, מיר זײַנען געווען אידעאַליסטן, און צו באַליידיקן אַזאַ מין באַוווּסטזײַן איז זייער גרינג."
עדואַרד שטיינבערג איז געבוירן געוואָרן אין 1937, און אין דעם זעלביקן יאָר איז אַרעסטירט געוואָרן זײַן פֿאָטער, דער באַקאַנטער דיכטער און איבערזעצער אַרקאַדי שטיינבערג. נאָכן פֿאָטערס אומקער פֿון די לאַגערן האָט זיך די משפּחה באַזעצט אינעם מאָלערישן שטעטל טאַרוסאַ, בערך הונדערט קילאָמעטער פֿון מאָסקווע. טאַרוסאַ איז לאַנג געווען באַליבט בײַ די רוסישע קינסטלער און שרײַבער.
שטיינבערג האָט ניט באַקומען קיין ספּעציעלע קונסט־בילדונג, אָבער אין זייער שטוב פֿלעגט זיך צונויפֿזאַמלען די סמעטענע פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ׃ דער שרײַבער קאָנסטאַנטין פּאַוסטאָווסקי, דער זינגער מאַרק בערנעס, דער דיכטער אַרסעני טאַרקאָווסקי. אַ דאַנק זיי, האָט ער אינעם יונגן עלטער אַנטדעקט די ווערק פֿון אַזעלכע קינסטלער ווי ראָבערט פֿאַלק און קאַזימיר מאַלעוויטש, און איז געוואָרן אַ חסיד פֿון אַוואַנגאַרד.
אַזוי ווי אַנדערע "אונטערערדישע" קינסטלער פֿון יענער צײַט איז שטיינבערג בהדרגה געוואָרן פּאָפּולער אין אויסלאַנד. די מערבֿדיקע דיפּלאָמאַטן, פֿאָרשער פֿון דער רוסישער קולטור און קונסט־הענדלער האָבן זיך צוגעכאַפּט צו דער "פֿאַרווערטער" קונסט און אָנגעהויבן צו שמוגלען זייערע ווערק קיין אויסלאַנד. אין די סוף 1980ער יאָרן האָט שטיינבערג באַקומען די מעגלעכקייט צו וווינען פֿראַנקרײַך, וווּ מען האָט פֿאַרקויפֿט זײַנע ווערק; און אין משך פֿון מער ווי צוואַנציק יאָר האָט ער געלעבט אין צוויי היימען׃ ווינטערצײַט אין פּאַריז, און זומערן פֿלעגט ער פֿאַרברענגען אין טאַרוסאַ.
מיט דער צײַט האָט שטיינבערג אויסגעאַרבעט אַן איינעגעם סטיל פֿון אַבסטראַקטער מאָלערײַ, וואָס ציט זײַן ייִחוס פֿון מעלעוויטשעס סופּרעמאַטיזם. אָבער אַנשטאָט באַשאַפֿן אַ נײַע סימבאָלישע "מעשׂה־בראשית" אויפֿן יסוד פֿונעם אלף־בית פֿון פּרימיטיווע אַבסטראַקטע פֿיגורן׃ קוואַדראַט, דרײַעק, קרײַז, האָט שטיינבערג געשאַפֿן אַ הספּד נאָך דער פֿאַרגאַנגענער תּקופֿה פֿון ריינעם אידעאַליזם. זײַן באַליבטער סימבאָל איז אַ צלם, דער צייכן פֿון טויט.
ווי עס באַמערקן אייניקע קריטיקער, זײַנען שטיינבערגס סאַמע געלונגענע בילדער געווידמעט דעם אָנדענק פֿון זײַנע געשטאָרבענע חבֿרים, דעם שרײַבער וולאַדימיר מאַקסימאָוו און פֿעליקס סוועטאָוו. שטײַנבערג האָט ליב צו ציטירן אַ געוויסן רוסישן מאָנאַך׃ "קונסט איז — ווען מען לייגט אין אָרון אַרײַן ווערטער, קלאַנגען, פֿאַרבן; און דערנאָך קומט אַ מענטש און לעבט זיי צוריק אויף". עדואַרד שטיינבערג איז געווען איינער פֿון די לעצטע קינסטלער פֿון דער שיטה, וואָס האָט געהאַלטן פֿאַר איר שליחות מחיה־מתים צו זײַן ניט סתּם די פֿאָרמעלע חידושים פֿונעם אַוואַנגאַרד, נאָר אויך זײַן רעליגיעז־מיסטישן מהות.