דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

אַ לינטשינג אין 1933: נאָכן באַשולדיקט ווערן אין אַטאַקירן אַן 81־יאָריקע פֿרוי, האָט מען אַרעסטירט אַ שוואַרצן, דזשאָרדזש אַרמוווּד; שפּעטער האָט אַ המון מענטשן זיך אַרײַנגעריסן אין תּפֿיסה, פֿאַרקניפּט אַ שטריק אַרום זײַן האַלדז, צוגעבונדן צו אַן אויטאָ און אים געשלעפּט איבער די גאַסן ביז טויט. אויפֿן בילד: אַ פּאָליציאַנט (רעכטס) און אַ נישט־אידענטיפֿיצירטער באַאַמטער באַגלייטן אַרמוווּד אין תּפֿיסה
אַ לינטשינג אין 1933: נאָכן באַשולדיקט ווערן אין אַטאַקירן אַן 81־יאָריקע פֿרוי, האָט מען אַרעסטירט אַ שוואַרצן, דזשאָרדזש אַרמוווּד; שפּעטער האָט אַ המון מענטשן זיך אַרײַנגעריסן אין תּפֿיסה, פֿאַרקניפּט אַ שטריק אַרום זײַן האַלדז, צוגעבונדן צו אַן אויטאָ און אים געשלעפּט איבער די גאַסן ביז טויט. אויפֿן בילד: אַ פּאָליציאַנט (רעכטס) און אַ נישט־אידענטיפֿיצירטער באַאַמטער באַגלייטן אַרמוווּד אין תּפֿיסה
Credit: Forward Association
ווען די ייִדישע אימיגראַטן זײַנען אָנגעקומען אין דער "גאָלדענער מדינה", האָבן זיי דאָ געטראָפֿן אַ שלל מיט פֿאַרשידענע פֿעלקער׃ אירלענדער, דײַטשן, איטאַליענער, כינעזער, און אויך די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וואָס אויף ייִדיש האָט מען זיי גערופֿן "נעגערס". עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די ייִדן זײַנען דווקא ניט די סאַמע דערשלאָגענע מינאָריטעט אינעם נײַעם לאַנד. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערעס צו דער עקזאָטישער פֿיגור פֿון אַ "נעגער" און צו דער גאַנצער "נעגער־פֿראַגע" בײַ ייִדישע ליטעראַטן און זייערע לייענער.
צוערשט איז דער "נעגער" געווען סתּם אַן עקזאָטישע באַשעפֿעניש, אַ מאָדנער בן־אָדם מיט אַ מאָדנעם אויסזען. אָבער בהדרגה, ווען די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַלץ טיפֿער אײַנגעלעבט אין דער נײַער געזעלשאַפֿט מיט אירע השׂגות און הלכות, האָט די נעגערישע געשטאַלט באַקומען קלאָרערע צורות. עס לאָזן זיך אויסצייכענען דרײַ אָדער פֿיר עיקרדיקע אַספּעקטן פֿון אָט דער געשטאַלט׃ אַ פּאָליטישער, אַ קולטורעל־רעליגיעזער, און אַן עראָטישער.
ייִדן, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע קלישעען ווען עס קומט צו די "גויים", און דער סטערעאָטיפּיש־״ייִדישער״ קוק אויף די שוואַרצע אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט געהאַט צוויי צדדים. היות ווי אַ סך ייִדישע אינטעליגענטן זײַנען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט, האָבן זיי געהאַט אַ סך מיטלײַד צו די שוואַרצע קרבנות פֿון ראַסן–דיסקרימינאַציע.
נחמן מײַזיל האָט געשריבן נאָך איידער ער איז געקומען קיין אַמעריקע׃ "אין אַ באַזונדער אויסטערלישער לאַגע געפֿינען זיך דאָרט די נעגערס — דער שטענדיקער שׂעיר־לעזאָזל." אָבער איינצײַטיק האָט מען זיך באַנוצט מיט די באַגריפֿן פֿון פֿאַרשידענע "וויסנשאַפֿטלעכע" ראַסן־טעאָריעס, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע און אַמעריקע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און האָבן אַזוי אָדער אַנדערש צעטיילט די גאַנצע מענטשהייט לויט ביאָלאָגישע סימנים.
איינער פֿון די ערשטע ייִדישע מחברים, וואָס האָט זיך ערנסט אָפּגעגעבן מיטן ענין פֿון ראַסע איז געווען יוסף אָפּאַטאָשו. ווי עס דערמאָנט זיך מײַזיל, אָפּאַטאָשוס חלום איז געווען אָנצושרײַבן אַ "פֿעלקער־ראָמאַן, וווּ משיח, דעמאָלט סאָציאַליזם, וועט מוזן געבוירן ווערן צווישן אַלע פֿעלקער אָן היימען, צווישן פֿעלקער, וואָס זענען ווײַט פֿונעם פּאַטריאָטישן שאָוויניזם". און כאָטש קיין גרויסן "פֿעלקער־ראָמאַן" האָט אָפּאַטאָשו ניט אָנגעשריבן, האָט ער אין זײַנע פֿילצאָליקע דערציילונגען און נאָוועלן אָפֿט באַרירט די ראַסע־טעמע.
אינטערעסאַנט אינעם דאָזיקן זין איז די קורצע דערציילונג "ראַסע" (1920). איר העלד איז אַ ייִדישער בחור, וואָס פֿירט אַ פּאַרטיע פֿון לאַנד־מעסטערס ערגעץ ווײַט אין דער אַמעריקאַנער וויסטעניש. דער קאָנפֿליקט צווישן אים און זײַנע ניט־ייִדישע מיטאַרבעטער ווערט אויפֿגעפֿלאַקערט פֿון אַ קלייניקייט. אַלע זײַנען מיד, נאַס און קאַלט, און ווילן בלײַבן איבערנעכטיקן אינעם וואַלד. אָבער דער ייִדישער אויפֿזעער באַשטייט, אַז זיי זאָלן גיין ווײַטער און זוכן אַ לײַטישן נאַכטלעגער, וווּ זיי קאָנען שלאָפֿן אין אַ וואַרעמער און טרוקענער שטוב.
דער קליינער קאָנפֿליקט וועקט אויף די ראַסן־שׂינאה, וואָס דרעמלט טיף אין דער נשמה סײַ בײַ די קריסטן, סײַ בײַם ייִדן. צום סוף האָט זיך עס אויסגעלאָזט דווקא צום ייִד, וואָס פֿילט די דאָזיקע שׂינאה שטאַרקער, איידער די אַנדערע׃ "ער האָט געפֿילט, אַז ער וועט זיך קיין מאָל נישט צונויפֿלעבן מיט די גויים׃ אַז ער לעבט אין אַ טעות — און אַ שׂינאה האָט זיך דערוועקט אין אים." אַזוי אַרום באַקומט זיך, אַז די ראַסע צעטיילט מענטשן אַפֿילו ווען זיי האָבן בשותּפֿותדיקע אינטערעסן.
די אַנדערע מעשׂיות פֿון דער "ראַסע"־סעריע שילדערן ענלעכע סיטואַציעס, וווּ אַ צופֿעליקע קלייניקייט איז גורם אַ טיפֿן שפּאַלט לויט דער ראַסע־ליניע. אָפֿטמאָל קומט דאָס פֿאָר בײַ אַ פּאָרפֿאָלק, צווישן אַ ייִדישער פֿרוי און איר ניט־ייִדישן מאַן, מיט וועלכן זי האָט אָפּגעלעבט לאַנגע יאָרן בשלום.
אָפּאַטאָשו האָט ליב געהאַט צו באַשרײַבן קאָנפֿליקטן און סתּירות, און די אַמעריקאַנער טאָג־טעגלעכקייט האָט אים באַזאָרגט מיט אַ רײַכן שטאָף. ער איז געווען ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די סיטואַציעס, וווּ אינסטינקטן זײַנען געווען שטאַרקער פֿון מאָראַלישע פּרינציפּן, און מענטשן זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין ווילדע חיות. אַזעלכע פֿאַלן ווערן אַנאַליטיש געשילדערט, למשל, אין די דערציילונגען "לינטשערײַ" און "פֿיר נעגערס".
אין זײַנע באַשרײַבונגען פֿון די שוואַרצע באַנוצט זיך אָפּאַטאָשו כּסדר מיט חיהשע אימאַזשן׃ "אין די געלבלעכע ווײַסלען איז געלעגן דער צער און אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון אַ בהמה איידער מען גייט זי שעכטן" ("פֿיר נעגער"). ווען עס קומט צו דעם ראַסן־ענין, ווערט דער מענטש אין גאַנצן באַנומען מיטן ביאָלאָגישן אינסטינקט — צו אַזאַ אויספֿיר ברענגט אונדז אָפּאַטאָשו כּמעט אין אַלע זײַנע ווערק.
ווײַסע און שוואַרצע סאָציאַליסטן האָבן אָפֿט געאַרבעט אין איינעם. אויפֿן בילד: (פֿון רעכטס) נח מײַזל, פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער בונד" אין פּוילן, מיט פֿעני סאָסקין און טאַלבערט ווײַט, פֿונעם Young People’s Socialist League
ווײַסע און שוואַרצע סאָציאַליסטן האָבן אָפֿט געאַרבעט אין איינעם. אויפֿן בילד: (פֿון רעכטס) נח מײַזל, פֿונעם "ייִדישן אַרבעטער בונד" אין פּוילן, מיט פֿעני סאָסקין און טאַלבערט ווײַט, פֿונעם Young People’s Socialist League
Credit: Forward Association
אַן אַנדערן טײַטש באַקומט די ראַסע־טעמע בײַ ברוך גלאַזמאַנען. דער חיהשער אַספּעקט איז דאָ אויך בנימצא, אָבער דאָ איז ער כּסדר פֿאַרבונדן מיט תּאווה און עראָטישן באַגער פֿון אַ ייִדישן מאַנצביל צו אַ שוואַרצער פֿרוי. בעת אָפּאַטאָשו באַטראַכט זײַנע פּערסאָנאַזשן ווי אַ נאַטור־פֿאָרשער, מיטן ציל צו אַנטפּלעקן די פֿאַרבאַהאַלטענע כּוחות און אינסטינקטן, וואָס ווערן געטריבן פֿון אינעווייניק, איז גלאַזמאַן אַ פּסיכאָלאָג, וואָס וויל זיך טיפֿער אַרײַנלעבן אין זייערע נשמות.
גלאַזמאַנס אינטערעס ליגט אין אַ ייִדישן יחיד, וואָס געפֿינט זיך אין דער מיט פֿון דער פֿרעמדער אַמעריקאַנער לאַנדשאַפֿט, ערגעץ אין טיפֿן דרום אָדער אויף די גאַסן פֿון כּרך ניו־יאָרק. גלאַזמאַנס העלדן זײַנען עלנטע מענער. זייער לעבן קומט פֿאָר צווישן דעם האַרטן אַמעריקאַנער וואָר און אַ שיינעם ייִדישן חלום. אַ שוואַרצע פֿרוי איז פֿאַר זיי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַ פֿינצטערער עראָטישער פֿאַנטאַזיע, וואָס העלפֿט זיי איבערצוטראָגן די ביטערע אַמעריקאַנישע ווירקלעכקייט.
"אַ ייִד איז געגאַנגען בײַ דער זײַט פֿון זײַן וועג אויפֿן ברייטן שליאַך, וואָס פֿירט קיין דזשעקסאָנוויל, וואָס אין פֿלאָרידאַ" — אַזוי הייבט זיך אָן איינע פֿון גלאַזמאַנס ערשטע דערציילונגען "אויף די פֿעלדן פֿון דזשאָרדזשיאַ". ס׳איז חנוכּה־צײַט, און דער ייִד בענקט נאָך זײַן משפּחה, וואָס איז פֿאַרבליבן ווײַט אין ניו־יאָרק. אויף דער נאַכט שטעלט ער זיך אָפּ בײַ אַן אָרעמער שוואַרצער פֿרוי, וואָס האָט פֿאַרלוירן איר מאַן און בענקט נאָך אַ נס. און דער פּלוצעמדיקער ייִדישער גאַסט איז פֿאַר איר אַ מין אליהו־הנבֿיא אָדער גאָר אַ משיח".
עס איז די ניטל־נאַכט — און די באַלעבאָסטע נעמט דעם ייִדן אויף זייער האַרציק, בעט אים צום טיש און איז מכבד מיט כּשרע מאכלים, רויע פֿרוכטן און אַ טעפּעלע קאַווע. פּאַמעלעך דערפֿירט אונדז דער מחבר צו דעם שפּיץ־פּונקט פֿון דער מעשׂה. נאָך דער סעודה ברענגט די פֿרוי אַן "אומגעוויינטלעך גרויסן קאַווען" פֿון איר אייגענעם פֿעלד. מערקווירדיק, אַז ווײַטער באַנוצט זיך גלאַזמאַן מיטן ענגלישן וואָרט "מעלאָן", מסתּמא, כּדי צו באַטאָנען דעם חילוק צווישן דעם ייִדן, וואָס טראַכט אויף ייִדיש, און דער פֿרוי, וואָס איר לשון איז ענגליש.
דער קאַווען/מעלאָן דינט דאָ ווי אַ מעטאַפֿאָר פֿאַר עראָטישער תּאווה, וואָס איז אָפֿטמאָל אַסאָציִיִרט אין דער אַמעריקאַנישער קולטור מיט די אַפֿראָ–אַמעריקאַנער. די שוואַרצע פֿרוי באַגערט דעם ייִדישן מאַנצבל׃ "און אין דער שטילער טונקלקייט, וואָס אינעם שטיבל, וואַרפֿט זיך די גרויסלײַביקע פֿרוי, קײַקלט און קאַטשעט זיך אויפֿן גרויסן בעט פֿון שטאַרקע, אומבאַפֿרידיקטע פֿאַרלאַנגען, און קרעכצט אין דער שטיל." זי קאָן ניט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי קאָן אַ מאַן ניט קומען צו אַ פֿרוי, וואָס געפֿינט זיך מיט אים אונטער איין דאַך׃ "נישט אַנדערש נאָר — ער איז אַ פֿרומער ייִד, אַ הייליקער."
אָבער דער ייִד ווערט אויך אויפֿגעבראַכט דורך "וואַרעמע באַוועגונגען פֿון נעגערטעס צימער". ער ווערט געראַטעוועט דורך זײַן פֿערד׃ "אָט, מיט אַ מאָל, דערהערט ער אַ הירזשען — אַזאַ שטאַרק דערמאָנענדיק הירזשען." דער ייִד גיט אַ שפּרונג אַרויס פֿונעם בעט און אַנטלויפֿט פֿונעם נסיון.
אַזוי אַרום פֿאַרקערפּערן אָט די צוויי פּערסאָנאַזשן צוויי קעגנזײַטיקע אַספּעקטן פֿון דער מענטשלעכער נאַטור׃ דער ייִד שטייט פֿאַר די רעליגיעזע און מאָראַלישע ווערטן, בעת די שוואַרצע פֿרוי רעפּרעזענטירט חיהשע אינסטינקטן, טרײַבן און תּאוות. אין יענער צײַט שטייט גלאַזמאַן נאָך נאָענט צו דער פּאָעטיק פֿון "די יונגע", מיט איר אינטערעס צו דער פּסיכאָלאָגיע פֿונעם יחיד בכלל, און צו דער סיטואַציע פֿון אַ ייִד אין אַמעריקע בפֿרט.
אין די דרײַסיקער יאָרן ווערט דער דאָזיקער ענין שטאַרק פּאָליטיזירט. די "נעגער־פֿראַגע" קומט אַריבער אינעם רשות פֿון די לינקע. אין 1935 האָט דער קאָמוניסטישער "אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטער אָרדן" אַרויסגעגעבן דאָס בוך "די נעגערס אין אַמעריקע" פֿון דוד סיגל (1883—1934). אַ לאַנדסמאַן פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים (ביידע שטאַמען פֿונעם שטעטל קאַפּוליע אין דער אַמאָליקער מינסקער גובערניע), האָט סיגל, ווי אַ יונגער בחור, "געגעסן טעג און געשלונגען טרערן" אין דער סלוצקער ישיבֿה. ווען ער איז אַ ביסל אונטערגעוואַקסן, האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין "בונד", און אין 1906 איז ער אַנטלאָפֿן פֿון דער אַרמיי־דינסט קיין אַמעריקע.
אין אַמעריקע האָט סיגל געמאַכט אַ קאַריערע אין דער אַרבעטער־באַוועגונג, לכתּחילה, אין פּיטסבורג, און דערנאָך אין ניו־יאָרק. ער איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער "אָרגאַנײַזער", צוערשט אין דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי און דערנאָך אין דער קאָמוניסטישער "וווירקערס־פּאַרטי".
סיגל באַהאַנדלט די "נעגער־פֿראַגע" פֿונעם קאָמוניסטישן שטאַנדפּונקט ווי אַ טייל פֿונעם "אַלגעמיינעם קריזיס פֿון קאַפּיטאַליזם". אָבער זײַן צוגאַנג איז אויך ניט פֿרײַ פֿונעם לשון פֿון דער ראַסע־טעאָריע פֿון יענער צײַט. ער הייבט אָן זײַן בוך אַזוי׃ "נאָכן קאָליר און געזיכט־צוגן טיילן זיך די נעגערס אין זיבן קאַטעגאָריעס. אָבער זיי אַלע באַלאַנגען צו דער אַזוי־גערופֿענער נעגער־ראַסע." און ער שרײַבט ווײַטער׃ "די קאָמוניסטישע פּאַרטיי קוקט אויף דער נעגער־פּראָבלעם פֿריִער פֿון אַלץ ווי אַ פּראָבלעם פֿון אַן אונטערדריקטער נאַציאָנאַלער מינאָריטעט. דער נעגער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אונטערדריקטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט. צוליב דעם וואָס ער האָט זײַנע באַזונדערע, ספּעציפֿישע ראַסן־שטריכן (קאָליר פֿון הויט, געזיכט־שטריכן, און אַזוי ווײַטער) האָט ער געשאַפֿן זײַן באַזונדערע, פֿאַר אים כאַראַקטעריסטישע קולטור, און לעבט אונטער אַ ספּעציפֿישער סיסטעם פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אַנטאַגאָניזמען — איבערבלײַבעכצן פֿון שקלאַפֿערײַ."
די קאָמוניסטישע פּראָגראַם האָט געפֿאָדערט ניט סתּם גלײַכע רעכט פֿאַר די אַפֿראָ–אַמעריקאַנישע בירגער אינעם גאַנצן לאַנד, נאָר אויך "דאָס רעכט אויף זעלבסט־באַשטימונג פֿון נעגערס אינעם שוואַרצן פּאַס, וווּ זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ ריזיקע מאַיאָריטעט פֿון דער באַפֿעלקערונג", אָדער, אַנדערש גערעדט — אַ באַזונדערע "סאָציאַליסטישע נעגער־רעפּובליק" אינעם באַשטאַנד פֿון "סאָוועטן־אַמעריקע". לויטן קאָמוניסטישן פּלאַן, האָט די דאָזיקע רעפּובליק געדאַרפֿט אַרומנעמען דעם גאַנצן דרום־מיזרחדיקן קאַנט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. און כאָטש דער מוסטער פֿאַר דער דאָזיקער פּראָגראַם איז אַוודאי געווען די סאָוועטישע מלוכה, הערט מען אינעם דאָזיקן פּאָליטישן לשון אויך געוויסע אָפּקלאַנגען פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער און ציוניסטישער אידעאָלאָגיע.
אין די 1930ער יאָרן גייען אויך אַרויס איבערזעצונגען פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנישער ליטעראַטור אויף ייִדיש. מערקווירדיק שטאַמט דער דאָזיקער אינטערעס ניט פֿון אַמעריקע נאָר פֿון מיזרח־אייראָפּע. אין 1937 גייט אין מאָסקווע אַרויס די קורצע נאָוועלע "אין דער היים" פֿונעם באַרימטן אַפֿראָ–אַמעריקאַנישן דיכטער לענסטאָן היוז, וועלכער האָט פֿריִער באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און איז געווען אַנטציקט פֿון דעם, וואָס ער האָט דאָרט געזען.
מיט אַ יאָר פֿריִער איז אַרויס אַ ביכל לידער אונטערן טיטל "דאָס געזאַנג פֿון נעגער" מיט פֿערצן לידער פֿון היוז און נײַן פֿאָלקס־לידער אין די איבערזעצונגען פֿונעם פּויליש־רומענישן ייִדישן דיכטער זישע באַגיש. אויף דעם שער־בלאַט פֿונעם בוך שטייט "פֿאַרלאַג מ. צעשינסקי, שיקאַגע", אָבער אָפּגעדרוקט איז דאָס ביכל געווען אין רומעניע, אין סיגעט־מאַרמאַראָש.