|
יאָאַכים סטוטשעווסקי |
|
ווי אַזוי באַשליסט מען, וואָס איז פֿאָלקלאָר און וואָס איז "הויכע קונסט"? וואָס איז אַמאַטאָריש און וואָס — פּראָפֿעסיאָנעל? די טערמינען ניצט מען אָפֿט אָן שום ספּעציפֿישקייט. נישט איין מאָל האָט אַ קריטיקער אָנגערופֿן אַ שרײַבער — "פֿאָלקספּאָעט", און דער שרײַבער האָט זיך באַליידיקט, כאָטש דער רעצענזענט האָט דאָס דווקא געמיינט צום גוטן. צי זענען די לאָדזשער פּאָעטן מרים אולינאָווער, אָדער הערשעלע געווען פֿאָלקספּאָעטן? און אויב יאָ, וואָס מיינט מען דערמיט? פֿאַר וואָס איז מרדכי געבירטיג אַ פֿאָלקספּאָעט, און יעקבֿ גלאַטשטיין נישט? ווײַל מע פֿאַרשטייט לײַכט זייערע לידער, אָדער ווײַל זיי זענען געווען באַליבט בײַם פֿאָלק?
אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות.
רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן.
יאָאַכים סטוטשעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1891 אין ראָמני, אוקראַיִנע, און האָט געשטאַמט פֿון אַ קלעזמער־משפּחה. זײַן טאַטע איז געווען אַ באַקאַנטער קלאַרנעטיסט. זײַן זון יאָאַכים האָט שטודירט צו ערשט פֿידל, און דערנאָך טשעלאָ אין לײַפּציק, דײַטשלאַנד. ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן קאָמפּאָזיטאָר יואל ענגעל און דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער מוזיק אין פּעטערבורג", וווּ ער איז געוואָרן אינספּירירט צו שאַפֿן ייִדישע מוזיק און אויפֿלעבן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם דורך נײַע שאַפֿונגען.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל. אָבער לויט גלאַי האָט זײַן צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק נישט געשטימט מיט די ריכטונגען פֿון דער מוזיקאַלישער וועלט אין דער נײַער מדינה — "זײַן אָן־פּשרהדיקע וויזיע מכּוח דער אינטעגראַציע פֿון ייִדישע מוזיקאַלישע עלעמענטן אין דער ישׂראלדיקער מוזיק, און זײַן אידענטיפֿיקאַציע מיט דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור האָט אים אָפּגעשײַדט פֿונעם הויפּטשטראָם אין זײַן נײַער אַדאָפּטירטער מוזיקאַלישער היים." אַנדערש געזאָגט, — אין ישׂראל אין די 1950ער יאָרן האָט מען מער נישט געוואָלט הערן סימנים פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון מיזרח־אייראָפּע; על־כּל־פּנים נישט, ווי אַ באַזע פֿון אַ העכערער מוזיקאַלישער קונסט, אַזוי ווי סטוטשעווסקי האָט געשטרעבט. גלאַי שרײַבט, אַז ווי באַקאַנט, האָט די סברא־קולטור אָפּגעוואָרפֿן די גלות־קולטור, און סטוטשעווסקי האָט זיך באַקלאָגט אין זײַנע זכרונות אָנגעשריבן אין 1977, וועגן דער אַבסורדישער איראָניע, וואָס ער האָט נישט געקענט געפֿינען קיין פּאָסטן ווי אַ טשעלאָ־לערער אין זײַן נײַער היים, נישט געקוקט אויף זײַן פּראַקטיק ווי אַ שפּילער און פּעדאַגאָג (ער האָט אויף דײַטש אָנגעשריבן אַ פּאָפּולער לערנבוך פֿאַר טשעלאָ פֿאַר דער מלחמה).
ער האָט זיך געדאַרפֿט אַרײַנפּאַסן אין דער נײַער קולטור און האָט, לויט גלאַי, טאַקע געשאַפֿן ניצנדיק אין זײַנע ווערק די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די תּימנער און ספֿרדישע ייִדן, אַבי נישט קיין אַשכּנזישע. דעם פֿאָלקלאָר פֿון איין עדה האָט ער פֿאַרביטן אויף אַן אַנדערער. סטוטשעווסקי האָט אויך געזאַמלט און אַראַנזשירט אַ סך חסידישע ניגונים; אַזאַ מאַטעריאַל איז נאָך צוביסלעך אָנערקענט געוואָרן ווי וויכטיק.
אינעם זשורנאַל האָט ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ, מוזיק־ביבליאָטאַקאַרין אין "ייִוואָ", געשריבן וועגן דער חסידישער מוזיק, וואָס די אַנ־סקי עקספּעדיציעס האָבן געזאַמלט פֿון 1912 ביז 1914. קיין מער פּאַסיקער מענטש איז נישט פֿאַראַן פֿאַר אַזאַ וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט, ווײַל זי האָט רעדאַקטירט דעם ריזיקן מוזיק־קאַטאַלאָג פֿון דער זאַמלונג בײַ דער "ווערנאַדסקי־נאַציאָנאַל־ביבליאָטעק" אין קיִעוו, וווּ עס געפֿינען זיך די אַנ־סקי רעקאָרדירונגען.
מע וועט נאָך הײַנטיקס יאָר הערן אַ סך וועגן אַנ־סקי, ווײַל מע מערקט אָפּ 100 יאָר נאָך זײַן ערשטער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע אין אוקראַיִנע, אין 1912. אין אינדיאַנאַ וועט מען צונויפֿרופֿן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר לכּבֿוד דער דאַטע, און אַנדערע פּלענער לכּבֿוד אַנ־סקי זענען שוין אין גאַנג. שאָלאָכאָוואַ הייבט אַרויס די וויכטיקייט פֿון זאַמלען חסידישע מוזיק פֿאַר דער עקספּעדיציע. זיי זענען טאַקע געפֿאָרן אינעם האַרץ פֿון דער חסידישער וועלט — בערדיטשעוו, סקווער, לודמיר, מעזשביזש...לעגענדאַרע ערטער אין דער חסידישער געשיכטע. כאָטש אַנ־סקי איז אַליין געווען אַ ליטוואַק פֿון לעבן וויטעבסק אין ווײַס־רוסלאַנד, האָט ער אײַנגעזען, אַז די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט פֿון די חסידים איז אַן עכט ייִדישער פֿענאָמען, וואָס מוז אָפּגעהיט ווערן.
ווען די פֿאָלקלאָר־מאַנשאַפֿט איז אַרײַנגעקומען אין אַ שטעטל איז מען צוערשט געגאַנגען אין שיל זיך באַקענען מיטן רבֿ און דעם עלטערן דור. אין אַבֿרהם רעכטמאַנס זכרונות דערציילט ער באַריכות וועגן דעם, און ווי אַזוי, אַ דאַנק אַנ־סקיס ליבלעכער פּערזענלעכקייט, האָט מען דערלאָזט מע זאָל רעקאָרדירן אין שיל.
מסתּמא האָט אַנ־סקי געהאַלטן, אַז מיטן אויפֿקום פֿון דער "מאָדערנער וועלט", וועט די חסידישע מוזיק אין די שטעטלעך פֿאַרשווינדן ווערן, און דעריבער, דאַרף מען דאָס וואָס גיכער פּרעזערווירן. הײַנט מיטן אויפֿבלי פֿון דער חסידישער וועלט זעט מען, אַז אַ סך פֿון די אַלטע געזאַנג־טראַדיציעס בײַ די חסידים זענען גאָר פֿאַרשטאַרקט געוואָרן מיט דער צײַט. אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר, וואָס אַנ־סקי האָט אפֿשר געהאַלטן וועלן נאָך דויערן, זענען צעשטערט געוואָרן מיטן חורבן, צוזאַמען מיט דער ייִדישער וועלט אין מיזרח־אייראָפּע.
דער זשורנאַל Musica Judaica ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער "אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער מוזיק".