|
אַ דראַמאַטיזירטע סצענע: חנה מיט איר וואַליזקע |
|
די אָנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער וואָס זענען אומגעקומען בעתן חורבן, בלײַבן אַמערסטנס אומבאַקאַנט פֿאַר דער ברייטערער וועלט. אָבער אין די לעצטע פּאָר יאָר קומען אַרויס פֿילמען וואָס שילדערן דעם גיהנום פֿון אַ קינדס קוקווינקל. למשל, דער פֿראַנצויזישער פֿילם, Sarah’s Key, מאָלט דעם גורל פֿון אַ שוועסטער וואָס האָט פֿאַרשלאָסן איר קליין ברודערל אין אַ שאַפֿע, מיינענדיק, אַז דערמיט וועט זי אים ראַטעווען פֿון די דײַטשן, ווען פֿאַקטיש, ער איז דאָרט פֿאַרמויערט געוואָרן, געבליבן אויף הפֿקר צו שטאַרבן אַליין, ווײַל טאַטע-מאַמע און די שוועסטער זײַנען אַרעסטירט געוואָרן און האָבן אים נישט געקענט ראַטעווען. דער פֿילם, אַ בעלעטריסטישע דראַמע, ווײַזט ווי די שוועסטער שׂרה פּײַניקט זיך מיט איר שולד־געפֿיל צוליב דעם, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט איר ברודערל. לסוף, האַלט זי, אַז זי איז שולדיק פֿאַר זײַן טויט. מע זעט אין פֿילם ווי איר שולד אַנטוויקלט זיך במשך פֿון איר נאָך-מלחמהדיקן לעבן און ווי די שולד רופֿט זיך אָפּ אין אַלע מענטשן, וואָס רירן זיך צו צו דער מעשׂה — די וואָס ווילן עס אַנטפּלעקן און די וואָס האָבן אַ פֿאַרבינדונג צו דער אומגליקלעכער משפּחה.
דער נײַער פֿילם, Inside Hana’s Suitcase, "אין חנהס וואַליזקע" איז נישט קיין דראַמע, נאָר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס האָט אויך דראַמאַטיזירטע סצענעס. אָבער דער עצם פֿונעם פֿילם איז צו ווײַזן, ווי אַזוי מען קען דערציִען קינדער וועגן דעם חורבן. ווי אינעם פֿילם Sarah’s Key, איז דער פֿילם אויך אַ מעשׂה וועגן אַ ברודער און שוועסטער. אָבער אין דעם פֿאַל איז דער ברודער, דזשאָרדזש בריידי, געבליבן לעבן און זײַן שוועסטער חנה איז אומגעקומען. מען זעט אינעם פֿילם ווי דזשאָרדזש, שוין אַן אַכציק־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית-הפּליטה, ראַנגלט זיך מיטן געפֿיל פֿון שולד, צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען זײַן קליין שוועסטערל.
|
אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער אמתער חנה בריידי פֿאַר דער מלחמה |
|
אָבער Inside Hana’s Suitcase איז ניט בלויז אַ דראַמע וועגן דעם שרעקלעכן גורל פֿון דער משפּחה בריידי. ס׳איז אַ פֿילם וועגן שול-קינדער אין יאַפּאַן, וואָס לערנען זיך וועגן דעם חורבן. זייער לערערין, פֿומיקאָ אישיאָקאַ, בילדונג־דירעקטאָרין פֿונעם "טאָקיאָ־חורבן־מוזיי", באַקומט אַן אָביעקט פֿונעם אוישוויצער מוזיי — אַ וואַליזקע מיטן נאָמען "חנה בריידי" אָנגעשריבן מיט ווײַסער פֿאַרב. עס שטייט אויך אָנגעוויזן מיט גרויסע ווײַסע אותיות דאָס וואָרט "יתום". דורך דעם אָביעקט רופֿט די לערערין אַרויס בײַ די קינדער אַ נײַגער צו וויסן ווער די חנה איז געווען.
מע זעט אין פֿילם ווי אישיאָקאַ פֿאָרשט אויף דער אינטערנעץ און דערנאָך פֿאָרט זי קיין טערעזין און געפֿינט דאָרטן בילדער וואָס חנה האָט געמאָלן אין לאַגער. די בילדער רופֿן אַרויס בײַ די קינדער אינטימע געפֿילן צו חנהן. אויף איינער פֿון די ליסטעס פֿון די געפֿאַנגענע אין לאַגער וואָס מען ווײַזט איר אין טערעזענשטאַדט געפֿינט אישיאָקאַ אויס, אַז חנהס ברודער דזשאָרדזש איז געבליבן לעבן. אַ דאַנק אַ סך מי, געפֿינט זי חנהס ברודער אין טאָראָנטאָ; ער איז שוין אַ זיידע מיט אַ גרויסער משפּחה. דזשאָרדזש בריידי נעמט אָן די ראָלע פֿונעם נאַראַטאָר אין דעם פֿילם, און טאַקע דורך אים פֿילן מיר די שרעקלעכע עמאָציאָנעלע איבערלעבונג וואָס די קינדער אין יענער צײַט האָבן מיטגעמאַכט.
אינעם פֿילם שפּילן אַקטיאָרן די ראָלעס פֿון חנה, דזשאָרדזש און זייערע עלטערן. די דראַמאַטיזירטע סצענעס ווײַזן די מלחמה־יאָרן, און ווי די קינדער זענען צעשיידט געוואָרן פֿון די עלטערן; ווי זיי זײַנען געפֿירט געוואָרן קיין טערעזענשטאַדט. אין איין סצענע זעט מען ווי די קינדער אין לאַגער לערנען זיך מאָלערײַ. די סצענעס אין לאַגער זײַנען כּמעט קאָמישע, ווײַל לויטן פֿילם זעט אויס דאָרטן אַלץ אַזוי ריין און אַקוראַט. אָבער ווען דזשאָרדזש דערציילט וועגן די איבערלעבונגען איז דער עפֿעקט אַ סך שטאַרקער, ווי די דראַמאַטיזירטע סצענעס.
|
די לערערין פֿון טאָקיאָ, פֿומיקאָ אישיאָקאַ |
|
אין די דאָזיקע עפּיזאָדן ווײַזט מען אויך די ליכטיקע מאָמענטן פֿון משפּחה־לעבן פֿאַר דער מלחמה. דערמיט זעען די יונגע יאַפּאַנישע תּלמידים, אַז די ייִדישע קינדער זענען ענלעך צו זיי, און אַז די איינציקע זאַך וואָס האָט זיי פֿאַרמישפּט צום טויט איז געווען זייער ייִדישקייט. אויף אַזאַ אופֿן לערנט דער פֿילם וועגן טאָלעראַנץ פֿאַר אַנדערע פֿעלקער, און, אַז מע מוז באַהאַנדלען יעדן מענטש ווי אַ גלײַכן, און נישט האַסן עמעצן, ווײַל ער איז אַנדערש.
די חנעוודיקע קינדער וואָס דערציילן וועגן חנהס לעבן זײַנען צו זיס, אָבער, להיפּוך צו דעם, ווערט איבערגעגעבן די פּײַן און בענקשאַפֿט פֿון חנהס ברודער. די תּלמידים פֿאַרשטייען ווי אומגלייבלעך און אומפֿאַרשטענדלעך איז געווען די גאַנצע גרויליקדיקע תּוהו-ובֿוהו. די גרעסטע מעלה פֿונעם פֿילם איז וואָס ער באַשטעטיקט, אַז ס׳איז יאָ מעגלעך צו שילדערן דעם אומגליק אויף אַ ניוואָ וואָס קינדער וועלן פֿאַרשטיין.
עס איז זייער רירנדיק צו זען, ווי דזשאָרדזש שמועסט מיט די קינדער. ווען זיי פֿרעגן אים ווי האָט ער זיך געפֿילט, ווען ער האָט זיך צעשיידט פֿון זײַנע עלטערן, פֿרעגט ער זיי ווי זיי וואָלטן זיך געפֿילט אין אַזאַ פֿאַל. זיי ענטפֿערן, אַז זיי וואָלטן געווען אין כּעס. ענטפֿערט ער — יאָ, ער איז געוואָרן אין כּעס, אָבער מע טאָר ניט הרגענען; מע דאַרף תּמיד בלײַבן געטרײַ אונדזער גלויבן. יעדער איינער האָט דאָס רעכט צו לעבן.
צום סוף, דריקט אויס דזשאָרדזש אַ דאַנק, וואָס זײַן שוועסטערל חנה איז אויפֿגעלעבט געוואָרן דורך פֿומיקאָ אישיאָקאַס און דעם פּראָיעקט פֿון די קינדער. חנה האָט פֿון קינדווײַז אָן געוואָלט ווערן אַ לערערין און איצט, נאָך איר טויט, איז איר חלום געוואָרן רעאַליזירט.