ליִאָן פֿויכטוואַנגער |
פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען געווען די יעניקע, וועלכע האָבן אים פֿײַנט געהאַט. אין די נאַציאָנאַליסטישע און פֿאַשיסטישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד האָט מען אים געהאַלטן שיִער נישט פֿאַרן גרעסטן שׂונא פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק, וועלכער דריקט אויס די אינטערעסן פֿון דער "נידעריקסטער ייִדישער ראַסע", שטעלט פֿאָר די "אונטערגייענדיקע ליבעראַלע קולטור". נאָך דעם ווי די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט, האָבן זיי עפֿנטלעך פֿאַרברענט זײַנע ביכער און אים געלאָזט אָן דער דײַטשישער בירגערשאַפֿט, זײַן האָב־און־גוטס איז קאָנפֿיסקירט געוואָרן.
פֿרעגט אָבער הײַנט אַ פּשוטן דורכגייער אויף דער גאַס אין פֿויכוואַנגערס היים־שטאָט מינכן — ווער איז ליאַן פֿויכטוואַנגער? ווייניק ווער וועט אײַך ענטפֿערן ריכטיק; ס׳רובֿ וועלן הייבן די אַקסלען — קיין אַנונג נישט!
ליִאָן פֿויכטוואַנגער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1884 אין זייער אַ פֿאַרמעגלעכער שטוב, וווּ מ׳האָט אויפֿגעהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס. אין אוניווערסיטעטן פֿון מינכן און בערלין האָט ער באַקומען אַ גלענצנדיקע הומאַניטאַרע בילדונג, געפֿאָרשט ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע, שטודירט די קלאַסישע און מאָדערנע לשונות. ער איז פֿאַרכאַפּט געווען מיט טעאַטער, פּובליציסטיק; אַ סך אַרומגערײַזט איבער דער וועלט. אָבער אָט האָט אויסגעבראַכן די ערשטע וועלט־מלחמה און דעם יונגן שרײַבער, וואָס מאַכט זײַנע ערשטע טריט אין ליטעראַטור און פּובליציסטיק, האָט מען מאָביליזירט אין דער אַרמיי.
געדינט האָט פֿויכטוואַנגער נישט לאַנג, אָבער דווקא פֿון דער אַרמיי האָט ער אַרויסגעטראָגן זײַן אומחן צום נאַציאָנאַליזם און מיליטאַריזם, און צו מלחמה בכלל. זיך באַפֿרײַט פֿון זײַן מיליטערישער דינסט, הייבט ער אָן זײַן פּראָדוקטיווע אַרבעט אין געביט פֿון פּובליציסטיק; ער שרײַבט עסייען, קריטישע נאָטיצן, דראַמעס און דערציילונגען. זײַן ערשטע גרויסע אָנערקענונג קומט נאָכן דערשײַנען פֿונעם ראָמאַן "ייִד זוס" (1925). דאָס דאָזיקע ווערק האָט באַשטימט פֿויכטוואַנגערס שרײַבערישן גורל נישט נאָר ווי אַ מחבר פֿון אינטעלעקטועלע היסטאָרישע נאָוועלן; אָבער אויך זײַן שאַפֿערישע פֿילאָסאָפֿיע: אַן איראָנישע באַציִונג צו די "וועלט־גדולים", זײַן סקעפּטיציזם צו דער מיינונג, אַז די וועלט טיילט זיך אויף גוטס און שלעכטס, אויף העלדן און לא־יוצלחס, און אַז דאָס גוטע וועט בלי־ספֿק זיגן. און נאָך איין וויכטיקער אַטריבוט פֿון זײַנע נאָוועלן — דורכצופֿירן אַ פּאַראַלעל צווישן דער פֿאַרגאַנגענהייט און דעם איצט.
אין דער זעלבער צײַט האָט ער קיין מאָל נישט איבערגעטריבן דעם העראָיִזם פֿון זײַנע פּערסאָנאַזשן, נישט מיפֿאָלאָגיזירט זיי. פֿאַרקערט: פֿויכטוואַנגער האָט שוין גיכער צעשטערט די היסטאָרישע מיטאָסן. שפּעטער ווערט ער פֿאַרכאַפּט אין זײַנע פּיעסן, קריטישע אַרטיקלען, נאָטיצן מיט סאָציאַלער טעמאַטיק, מיטן גורל פֿון די, וועלכע ס׳איז נישט באַשערט געווען געבוירן צו ווערן אין רײַכקייט און וואַקסן אין זאַטקייט.
אין יאָר 1936, נאָכן היטלערס קומען צו דער מאַכט, איז אַרויס פֿון דרוק זײַן ראָמאַן "פֿאַלשער נעראָן", וווּ אונטער דער מאַסקע פֿונעם גרויזאַמען און צבֿועקישן רוימישן דיקטאַטאָר האָט דער שרײַבער געמיינט היטלערן גופֿא.
מיט אַ יאָר שפּעטער האָט פֿויכטוואַנגער פֿאַרבראַכט צוויי חדשים אין מאָסקווע. ווי אַ רעזולטאַט פֿון זײַן רײַזע, איז דערשינען דאָס בוך "מאָסקווע 1937". און וווּנדער איבער וווּנדער: צעשרויפֿנדיק היטלערן און זײַן קליקע, האָט דער שרײַבער ווי נישט באַמערקט, אַז דער סאָוועטישער דיקטאַטאָר סטאַלין איז אַ צווילינג פֿונעם דײַטשישן דיקטאַטאָר; ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס עס קומט פֿאָר אויף די עפֿנטלעכע פּראָצעסן איבער די "פֿײַנט פֿון פֿאָלק", ווען אומשולדיקע מענטשן זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו פֿאַרשיקונג אין "גולאַג" און אַ גרויסע צאָל — צו אַ זיכערן טויט.
דאָס בוך האָט אַרויסגערופֿן בײַ דער ליבעראַלער מערבֿ־אינטעליגענץ אַ גרויסע אַנטוישונג. סײַדן, פֿויכטוואַנגער, פֿאַרשטייענדיק שוין גוט וואָס עס קאָן ברענגען דער וועלט דער דײַטשישער פֿאַשיזם, האָט באַוווּסטזיניק פֿאַרמאַכט די אויגן אויף די אַלע פֿאַרברעכנס וואָס עס קומען פֿאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, זעענדיק אין סטאַלינען און זײַן מאַכט דעם איינציקן כּוח, וועלכער קאָן זיך קעגנשטעלן דעם דײַטשישן מאָנסטער.
ווײַטער איז דערשינען דער באַוווּסטער ראָמאַן "די שפּאַנישע באַלאַדע", וואָס האָט ממש איבערראַשט מיטן מחברס קונסט צו דערפֿילן דעם גײַסט פֿון יענער ווײַטער תּקופֿה, צו פֿאַרשטיין פּרטימדיק די קאָמפּליצירטע ווירקלעכקייט פֿון דער צײַט און דורכצופֿירן בולטע פּאַראַלעלן מיט דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין דער איצטיקער געזעלשאַפֿט. פֿון אָט דעם טאַלאַנט זײַנעם זײַנען אַנטציקט געווען אַלע, בתוכם זײַן גרויסער מיטצײַטלער און פֿרײַנד טאָמאַס מאַן.
דערנאָך איז דערשינען דער ראָמאַן "די עקלדיקע הערצאָגין", געווידמעט דער געשיכטע פֿון דער טיראָלער הערצאָגין פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, מאַרגאַריטאַ טיראָלישע. פֿאַקטיש אָבער האָט דער שרײַבער געמיינט צו דערציילן וועגן דער טראַגעדיע פֿון אַ פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון אַכזריות און אומיושרדיקע מאַכטהאָבערס.
דעם אויבנאָן פֿון זײַנע וווּנדערלעכע היסטאָרישע ראָמאַנען פֿאַרנעמט אַוודאי די מאָנומענטאַלע טרילאָגיע "ייִדישע מלחמה", "זין", "דער טאָג וועט קומען" — באמת אַן עפּישער לײַוונט, אויף וועלכן פֿויכטוואַנגער האָט געשאַפֿן אַ לעבעדיקע פּאַנאָראַמע פֿון דער ייִדישער וועלט אין דער תּקופֿה, ווען ירושלים האָט זיך געשטעלט קעגן רוים. אָבער דאָס וויכטיקסטע איז אין דעם ווערק זײַן אַקטועלקייט. דער הויפּט־העלד, יוסף פֿלאַוויוּס, ווערט דאָך געשילדערט ווי אַ מאָדערנער ייִדישער אינטעליגענט, לויטן גײַסט, אַ קאָסמאָפּאָליט, וועלכער וואָלט מסתּמא אויסגעקליבן הײַנט פֿאַר זײַן וווין־אָרט אַמעריקע, אָדער אייראָפּע, און זיך געוויס אָנגעשלאָסן אינעם קאַמף פֿאַר מענטשן־רעכט און פֿרײַהייט; אָבער די אַנטיסעמיטישע ווירקלעכקייט צווינגט אים צו ווערן אַ נאַציאָנאַלער פּאַטריאָט און ברענגט אים צו דער ייִדישער מדינה.
חוץ די היסטאָרישע ווערק האָט פֿויכטוואַנגער אָנגעשריבן דרײַ פּרעכטיקע ראָמאַנען: "דערפֿאָלג", "פֿאַמיליע אָפֿערמאַן" און "די אַרויסגעטריבענע". די אַלע ראָמאַנען קאָנען פֿאַראייניקט ווערן מיט אין איין טעמע — עקאָנאָמישער, פּאָליטישער און מאָראַלישער קריזיס פֿון מערבֿ־אייראָפּע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען ס׳האָבן געקראַכט די אידעאַלן פֿון דער אַלטער ליבעראַלער וועלט. אָבער דעם שרײַבער אינטערעסירט קודם־כּל דײַטשלאַנד, וווּ אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער געקראַכטער דעמאָקראַטיע גיט וועגן זיך אַלץ העכער און העכער צו וויסן דער פֿאַשיזם; און צו דער מאַכט רײַסט זיך דער "ברוינער פֿירער". דאָס לאַנד ווערט דערשטיקט פֿון דער נאַציסטישער דיקטאַטור.
ליִאָן פֿויכטוואַנגער איז געשטאָרבן אין 1958 אין קאַליפֿאָרניע (פֿאַראייניקטע שטאַטן) און האָט צו יענער צײַט אָנגעשריבן 40 ביכער, וועלכע זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף 30 שפּראַכן. מ׳האָט דעמאָלט געהאַלטן, אַז פֿויכטוואַנגער און טאָמאַס מאַן זײַנען צווישן די פּאָפּולערסטע דײַטשישע שרײַבער.
שטעלט זיך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס זשע בלײַבט טאָמאַס מאַן ביז הײַנט אַ באַקאַנטער און חשובֿער שרײַבער, און דער נאָמען פֿון זײַן פּען־פֿרײַנד, פֿויכטוואַנגער, איז כּמעט ווי פֿאַרגעסן געוואָרן? די פּראָפֿעסיאָנעלע ליטעראַטור־פֿאָרשער דערקלערן עס בדרך־כּלל דערמיט, וואָס פֿויכטוואַנגער איז אין זײַן שאַפֿונג געווען מער קאָנצענטרירט אויף דער ווירקלעכקייט, אויף זײַן צײַט, וואָס איז שוין אַוועק. זײַן שאַפֿונג האָט כּלומרשט נישט אַזאַ "פֿונדאַמענטאַלן יסוד", ווי די שאַפֿונג פֿון טאָמאַס מאַן. אַזעלכע דערקלערונגען קלינגען פֿאַר מיר נישט איבערצײַגעוודיק. איך טראַכט אַנדערש. טאָמאַס מאַן איז באמת אַן עכט־דײַטשישער שרײַבער. און וואָס עס זאָל נישט געווען פֿאָרקומען מיטן דײַטשישן פֿאָלק אינעם 20סטן יאָרהונדערט, גייט דאָס פֿאָלק אָן ווײַטער מיט זײַן עקזיסטענץ. אויב אַזוי וועט עס שטענדיק זײַן פֿאַראינטערעסירט צו וויסן זײַן געשיכטע, קולטור, זײַנע קוואַלן. דאָס פֿאָלק וועט כּסדר זיך ווענדן צו דער שאַפֿונג פֿון זײַנע עכט־נאַציאָנאַלע פּערזענלעכקייטן. להיפּוך, איז ליִאָן פֿויכטוואַנגער אַ דײַטשיש־ייִדישער שרײַבער, וואָס זײַן גרעסטע לייענערשאַפֿט, דאָס דײַטשישע ייִדנטום, איז אומגעבראַכט געוואָרן בעתן חורבן. פּראַקטיש ווערן די אַשכּנזישע ייִדן פֿאַרשוווּנדן אין אייראָפּע — נישט קיין דײַטשישע, נישט קיין פּוילישע, אונגערישע, רוסישע.
צום באַדויערן, פֿעלט אויס אַן אינטערעס צו פֿויכטוואַנגערס שאַפֿונג אויך אין ישׂראל, מחמת דער גלות און זײַנע פּראָבלעמען, בתוכם די גלות־ליטעראַטור, איז אין ישׂראל נישט אַקטועל. פֿויכטוואַנגער האָט פֿאַרלוירן זײַנע מיליאָניקע לייענער. דער אַמאָליקער "וועגווײַזער" פֿון מיליאָנען איז פֿאַרבליבן אין אַ וועלט וואָס איז שוין מער נישטאָ.