|
אַ וועטעראַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה ברענגט אַ קראַנץ בלומען צום חורבן־דענקמאָל לכּבֿוד יום־השואה, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, אין "יד־ושם", ירושלים |
Credit: Getty Images |
בלויז עטלעכע טעג טיילן אָפּ די פֿריילעכע טעג פֿון פּסח פֿון כ״ז ניסן "יום־השואה־והגבֿורה" — דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה, וואָס די כּנסת־ישׂראל האָט מיט יאָרן צוריק פּראָקלאַמירט ווי אַ טאָג געווידמעט דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום — דעם אומקום פֿון די 6 מיליאָן קדושים — אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק.
דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער.
אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום.
אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל.
מיר זיצן צוגעשמידט צו די עקראַנען פֿון די טעלעוויזיעס און די הילכערס פֿון ראַדיאָ, און פֿאָלגן נאָך מיט צעבראָכענע הערצער די פֿאַרשיידענע צערעמאָניאַלע טרויער־פּראָגראַמען און דאָקומענטאַרע רעפּאָרטאַזשן, פֿילמען פֿון די פֿאַרגאַנגענע און לעצטע יאָרן, וואָס שפּיגלען אָפּ פּעריאָדן און סצענעס פֿון די מלחמה־געשעענישן. עס ווערט שווערער און שווערער זיך אַוועקצורײַסן פֿון די טעלעוויזיע־עקראַנען און ראַדיאָ־הילכערס...
דאָך, געפֿינען מיר אין זיך נאָך אַלץ די כּוחות צו "הייבן זיך אויף ווידער און שפּאַנען אַוועק ווײַטער", ווי עס האָט געשילדערט אונדזער גרויסער דיכטער ה. לייוויק אין איינער פֿון זײַנע מאָנומענטאַלע לידער. אויף צו מאָרגנס נאָך די טרויעריקע טעג, גייען מיר אָן ווײַטער מיט אונדזערע טאָג־טעגלעכע זאָרגן און רוטין. מיר הייבן אָן זיך צוצוגרייטן צו פֿײַערן די פֿריילעכע דאַטעס פֿון קומענדיקע טעג און חדשים אין אונדזער לוח: דעם 64סטן יאָר פֿון אונדזער "יום־העצמאות" פֿון אונדזער פֿרײַער, זעלבשטענדיקער מדינת־ישׂראל, און שפּעטער פֿון "יום־ירושלים" — די באַפֿרײַונג פֿון ירושלים פֿון דער הערשאַפֿט פֿון דער ירדן־מלוכה.
* * *
מיטוואָך, דעם 18טן אַפּריל, איז פֿאָרגעקומען די יערלעכע טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם", בײַ דעם דענקמאָל פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, מיט דער באַטייליקונג פֿון נשׂיא שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו, ניצולי־השואה (געראַטעוועטע פֿון חורבן), הויכע מיליטער־לײַט פֿון צה״ל, רעגירונגס־מיניסטאָרן, די רבנים הראָשיים, כּנסת־דעפּוטאַטן, פֿון דעם דיפּלאָמאַטישן קאָרפּוס אין ישׂראל און פֿון טויזנטער ישׂראלים פֿון אַלע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג.
6 לעבן־געבליבענע פֿון חורבן האָבן אָנגעצונדן 6 יאָרצײַט־ליכט אין אָנדענק פֿון די 6 מיליאָן קדושים. יעדער איינער פֿון זיי האָט דערציילט אין קורצע ווערטער זײַן אָדער איר מלחמה־ביאָגראַפֿיע, פּערזענלעכע איבערלעבונגען און וועגן אומקום פֿון זייער משפּחות.
אַ יונגער צה״ל־זעלנער האָט מיט האַרץ און געפֿיל געזונגען אין ייִדיש דאָס טרויעריקע ליד "קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן", וואָס האָט טיף גערירט אַלע צוהערער, אַפֿילו די וועלכע האָבן ניט פֿאַרשטאַנען דעם ייִדישן טעקסט פֿונעם ליד.
סײַ דער נשׂיא שמעון פּערעס און סײַ דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָבן אין זייערע רעדעס אויסגעדריקט די פֿעסטע שטעלונג און וואָרענונג צו די הײַנטיק שׂונאי־ישׂראל, באַזונדערס צו איראַן און אירע פֿירער אַכמאַדינעדזשאַד און די אַיאַטאָלאַס פֿון פֿאַרשיידענעם ראַנג, אַז ישׂראל וועט שטיין אויף דער וואַך און ניט דערלאָזן, אַז זיי זאָלן זיך באַוואָפֿענען מיט נוקלעאַרע באָמבעס און ראַקעטן, וואָס וועלן באַדראָען די זיכערהייט, ניט נאָר פֿון ישׂראל אַליין, נאָר פֿון דער גאַנצער וועלט. דער נשׂיא שמעון פּערעס האָט באַטאָנט, אַז "די וועלט דאַרף געדענקען וואָס היטלער האָט געטאָן צו די ייִדן אין אייראָפּע, און זי דאַרף איצט טאָן וואָס פֿריִער אַלץ, כּדי ניט דערלאָזן, אַז איראַן און אירע פֿירער זאָלן קענען אויספֿירן זייערע טויט־פּלענער אין אונדזער צײַט צו ישׂראל און צו אַנדערע לענדער.
פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו האָט דערמאָנט אין זײַן אַרויסטריט, אַז אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז די וועלט געווען טויב און גלײַכגילטיק צו אונדזערע ליידן, צו דעם געשריי פֿון די אומקומענדיקע ייִדן אין די געטאָס און גאַזקאַמערן. הײַנט, 64 יאָר פֿון אונדזער זעלבשטענדיקייט, קענען מיר דערקלערן הויך און קלאָר צו אונדזערע שׂונאים, אַז "לא עוד" (Never Again) — קיין מאָל ניט מער, וועט דאָס ייִדישע פֿאָלק טאָלערירן אַנטיסעמיטיזם, רציחה און גוואַלד־טאַטן, וואָס וועלן באַדראָען דעם קיום פֿון דער ייִדישער מדינה בפֿרט, און די ייִדן אין די תּפֿוצות בכלל.
די דאָזיקע וואָרענונגס־ווערטער צו דער וועלט זענען געהערט געוואָרן פֿון די רעדנער הײַיאָר, בשעת דער טרויער־אַקאַדעמיע אין "יד־ושם", ווי אויך אין אַלע טרויער־פּראָגראַמען, וואָס זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן איבערן לאַנד.
אין דער אַלגעמיינער ישׂראל־פּרעסע און אין דער מעדיאַ, טעלעוויזיע און ראַדיאָ, איז שטאַרק אונטערגעשטראָכן געוואָרן דער פֿאַקט, אַז דער דור פֿון די געראַטעוועטע פֿון דעם חורבן ווערט מיט יעדן יאָר אַלץ קלענער אין צאָל, און עס דערנענטערט זיך די צײַט ווען עס וועלן פֿאַרשווינדן אין דער אייביקייט די לעצטע לעבעדיקע עדות פֿון די טראַגישע יאָרן פֿון חורבן. מען האָט אַפּעלירט צו די אינסטאַנצן צו טאָן אַלץ וואָס עס איז נאָר מעגלעך, צו העלפֿן די געראַטעוועטע, כּל־זמן עס איז נאָך צײַט, אין זייער נויט, כּדי צו פֿאַרלײַכטערן זיי זיך אויסצולעבן זייערע לעצטע יאָרן אין אונדזער פֿרײַער מדינת־ישׂראל.